אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלשת ימי הגבלה"
(החלפות ([[קאטעגאריע), אראפגענומען איבריגע לינקס) |
ק (←אריינפיר: הגהה) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דרעפט}} | {{דרעפט}} | ||
'''שלושת ימי | די '''שלושת ימי הגבלה''' זענען די דריי טעג בעפאר [[מעמד הר סיני|מתן תורה]] ([[יום טוב]] [[שבועות]]), אין וועלכע די אידן האָבן זיך צוגעגרייט צום קבלת התורה ביים [[בארג סיני]]. די טעג ווערן אנגערופן "ימי ההגבלה" צוליב די ספעציעלע איסורים און באגרעניצונגען וואס זענען אנגעגאנגען אין די טעג אויפן באפעל פון באשעפער צו [[משה]], ווי עס שטייט:{{ציטוטון|והיו נכונים ליום השלישי... והגבלת את העם סביב}}{{הערה|1={{תנ"ך|שמות|יט|יא|יב}}}}. | ||
היינט ווערן די טעג אפגעצייכנט אום [[ג' סיון|ג']] - [[ה' סיון|ה']] [[סיון]], און ווערן אויך אנגערופן מיטן נאמען "ימי הגבלה" אויפן נאמען פון די טעג וואס זענען דעמאלט געווען, טראץ וואס היינט גייען נישט אן די איסורים. | |||
== די מקור == | == די מקור == |
רעוויזיע פון 08:26, 11 מאי 2023
די שלושת ימי הגבלה זענען די דריי טעג בעפאר מתן תורה (יום טוב שבועות), אין וועלכע די אידן האָבן זיך צוגעגרייט צום קבלת התורה ביים בארג סיני. די טעג ווערן אנגערופן "ימי ההגבלה" צוליב די ספעציעלע איסורים און באגרעניצונגען וואס זענען אנגעגאנגען אין די טעג אויפן באפעל פון באשעפער צו משה, ווי עס שטייט:”והיו נכונים ליום השלישי... והגבלת את העם סביב”[1].
היינט ווערן די טעג אפגעצייכנט אום ג' - ה' סיון, און ווערן אויך אנגערופן מיטן נאמען "ימי הגבלה" אויפן נאמען פון די טעג וואס זענען דעמאלט געווען, טראץ וואס היינט גייען נישט אן די איסורים.
די מקור
ג' סיון אין דעם יאָר פון יציאת מצרים, האָט דער באשעפער באַפוילן משה צו צוגרייטן די אידן צו באַקומען די תורה:
וַיֹּאמֶר ה' אֶל-מֹשֶׁה לֵךְ אֶל-הָעָם וְקִדַּשְׁתָּם הַיּוֹם וּמָחָר וְכִבְּסוּ שִׂמְלֹתָם. וְהָיוּ נְכֹנִים לַיּוֹם הַשְּׁלִישִׁי, כִּי בַּיּוֹם הַשְּׁלִשִׁי יֵרֵד ה' לְעֵינֵי כָל-הָעָם עַל-הַר סִינָי. וְהִגְבַּלְתָּ אֶת-הָעָם סָבִיב לֵאמֹר הִשָּׁמְרוּ לָכֶם עֲלוֹת בָּהָר וּנְגֹעַ בְּקָצֵהוּ, כָּל-הַנֹּגֵעַ בָּהָר מוֹת יוּמָת. לֹא-תִגַּע בּוֹ יָד כִּי-סָקוֹל יִסָּקֵל אוֹ-יָרֹה יִיָּרֶה, אִם-בְּהֵמָה אִם-אִישׁ לֹא יִחְיֶה בִּמְשֹׁךְ הַיֹּבֵל הֵמָּה יַעֲלוּ בָהָר. וַיֵּרֶד מֹשֶׁה מִן-הָהָר אֶל-הָעָם וַיְקַדֵּשׁ אֶת-הָעָם וַיְכַבְּסוּ שִׂמְלֹתָם. וַיֹּאמֶר אֶל-הָעָם הֱיוּ נְכֹנִים לִשְׁלֹשֶׁת יָמִים, אַל-תִּגְּשׁוּ אֶל-אִשָּׁה.
דאס וואס זיי זענען באפוילן געווארן צווישן אלעם אויך אויף ”אל תגשו אל אשה”, איז כדי אז זיי זאלן זיין ריין ביי קבלת התורה, אזווי זיי זענען באפוילן געווארן זיל צו היטן אויך פון יעדע אנדערע טומאה און זיך רייניגן פון פאריגע.
די צאהל טעג
איז פארהאן א מחלוקת צוישן חכמים און רבי יוסי צו סאיז געווען דריי טעג אדער נאר צוויי, חכמים האלטן אז נאר צוויי טעג זענען געווען פון פאראויס, און אין דער דרטיער טאג איז שוין געווען די מעמד הר סיני. און די געמיין פון רבי יוסי איז אז דריי גאנצע טעג זענען געווען, און די תורה איז געגעבן געווארן ביי די פערטע טאג[2].
היינטיגע צייטן
אויך די וואס פירן זיך די מנהגי אבילות פון די ספירה טעג ביז שבועות, אבער אין די טעג האלט מען זיי שוין נישט אהן, אזוי אויך מעג מען שוין זיך שערן די האר און חתונה האבן. עס זענען פארהאן אזעלכע וואס פרובירן אין די טעג זיך שטארקערן און אויסמיידן פון דיבורים אסורים און פון שמועסן דברים בטלים און צו פארמערן לימוד תורה, כדי זיך צו גרייטן צו דעם טאג פון קבלת התורה. אזוי אויך אין די טעג זאגט מען נישט קיין תחנון ביים דאווענען.
יום המיוחס
א טאג בעפאר שלושת ימי ההגבלה ווערט אנגערופן יום המיוחס. ס'זעט אויס אז עס ווערט אזוי אנגערופן ווייל אין דעם טאג ווען די יאידן זענען אנגעקומען צופיסנס פונעם בארג סיני, און זענען געווען פאראייניגט "כאיש אחד בלב אחד", זענען די אידן געווארן מיוחס און פארצייכנט אפגעשיידט פון די איבעריגע פעלקער פון דער וועלט.
דרויסנדע לינקס
- שלושת ימי ההגבלה, אויף "דעת" זייטל.
רעפערענצן
חג השבועות | ||
---|---|---|
הינטערגרונט | יום המיוחס • הר סיני • שלשת ימי הגבלה • מעמד הר סיני • עשרת הדברות • לוחות הברית | |
תפילות און פיוטים | הלל • אקדמות • כד יתבין ישראל • אזהרות • אתה הנחלת • עליונים ששו | |
מנהגים | עסן מילכיגס און האניג • מגילת רות • תיקון ליל שבועות • חג המים | |
פארשידנס | טיעון העד (יהדות) • שמחת יום טוב • ביכורים • שתי הלחם • יום טבוח | |
אידישע צייטן און ימים טובים | ||
---|---|---|
ימים טובים מן התורה | ראש השנה • יום כיפור • סוכות • שמיני עצרת • ערב פסח • פסח • שביעי של פסח • פסח שני • שבועות • חול המועד | |
פייערטעג מדרבנן אדער מנהג | אסרו חג • הושענא רבא • שמחת תורה • חנוכה • חמשה עשר בשבט • פורים • ל"ג בעומר • חמשה עשר באב | |
ספעציעלע טעג | שבת • ראש חודש • חודש אלול • עשרת ימי תשובה • פורים קטן • ספירת העומר • בין המצרים • ראש השנה למלכים ולרגלים | |
תעניות חובה | צום גדליה • עשרה בטבת • תענית אסתר • שבעה עשר בתמוז • תשעה באב | |
תעניות רשות | יום כיפור קטן • תענית בכורים • כ' סיון • שובבי"ם • תענית בה"ב • תעניות גשמים • ז' אדר | |
ספעציעלע שבתים | שבת מברכים • שבת שובה • שבת שירה • שבת שקלים • שבת זכור • שבת פרה • שבת החודש • שבת הגדול • שבת חזון • שבת נחמו | |
פייערטעג פון קהילות | יום שמחת כהן • סיגד • י"ט כסלו • פורים שני • בסיסה • מימונה • סהרנה | |
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.
קאטעגאריע:שבועות קאטעגאריע:סיוון
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער