אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:היידלבערג"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 10:38, 22 נאוועמבער 2022
|
היידלבערג (דייטש: Heidelberg) איז אן אוניווערסיטעט שטאט אין דייטשלאנד, פלאצירט אומגעפער 78 ק״מ דרום פון פראנקפורט. היידלבערג איז די פינפט־גרעסטע שטאט אין דעם דייטשן לאנד באדן-ווירטמבורג.
היידלבערג אוניווערסיטעט, געגרינדעט אין 1386, איז דער עלטסטער אוניווערסיטעט אין דייטשלאנד.
יידן אין היידלבורג
יידן האבן געוואוינט אין היידלבערג שוין אינמיטן דעם 13טן יארהונדערט. אין אנהייב פונעם 14טן יארהונדערט האט היידלבערג שוין געהאט אן ארגאניזירטע יידישע קהילה מיט א שול און א בית החיים.
היידלבערג איז באקאנט צוליב דעם וואס דארטן איז אויפגעשטעלט געווארן א גרויסער די. פי. לאגער נאכן צווייטן וועלט קריג.
און וואס עס שטארצט נאכמער ארויס, איז דארטן געווען די איינציגע פלאץ און צייט איבער דער אמעריקאנער מיליטער'ישער היסטאריע, וואס האבן זיך באפאסט מיטן איבערדרוקן דעם ש"ס, כאטש זיי זענען בלויז אנגעקומען צו דרוקן איין איינציגער באנד פון מס' פסחים, און בלויז 500 אויפלאגעס, פארט טראגט דאס זייער א היסטארישער ווערד, און ווערט צוכאפט דורך די אנטיקן האנדלער אלס א יקר המציאות.
עס זענען געוועזן פארמישט דערין אסאך אויטאריטעטן און פערזענליכקייטן, אריינגערעכנט
- הרב יחזקאל בעסער, געווען א אנגעזעענער רב אין וואשינגטאן הייטס
- דזשוינט
- תורה שובע סקריפטס