אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי יצחק אייזיק סאפרין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שורה 70: שורה 70:


== ליינט מער ==
== ליינט מער ==
* [[ברוך ישר]] (שליכטער), '''בית קומרנה''', ירושלים תשכ"ה.
* ברוך ישר (שליכטער), '''בית קומרנה''', ירושלים תשכ"ה
* רבי ישראל פרנקפורטר, '''שלשלת קאמארנא''', ירושלים תשס"ה.
* רבי ישראל פרנקפורטר, '''שלשלת קאמארנא''', ירושלים תשס"ה


== דרויסנדע לינקס ==
== דרויסנדע לינקס ==

רעוויזיע פון 09:17, 28 אפריל 2023


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אישיות רבנית

פאראמעטער [ חסידות, פאריגער, עיקר חיבור, הויף ארט, נאכפאלגער, נומער אין דינאסטיע ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

דער קאמארנער
רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין
געבורט כ"ה שבט ה'תקס"ו
פטירה י' אייר ה'תרל"ד (אלט: 68)
קאמארנא, גאליציע, עסטרייכער אימפעריע (היינט אוקריינע)
מקום קבורה קאמארנא, גאליציע
תקופת הפעילות כ"א אב ה'תקע"חי' אייר ה'תרל"ד (55 יאָרן)
רבי'ס רבי צבי הירש פון זידיטשוב; רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא)
ספרים חומש היכל הברכה; נוצר חסד; אוצר החיים און נאך
ווייב מרת גיטל טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו
קינדער רבי אליעזר צבי סאפרין
נוסח פון זיין מציבה
כתר תורה
פ”נ י’ אייר תרל”ד
אדונינו מורינו ורבינו, רבן של ישראל, מאור הגולה, עמוד הימיני פטיש החזק, מופת הדור, הגאון קדוש אלקי, אספקלריא המאירה, אור מופלא ומכוסה, גאון הגאונים קודש הקדשים, מרא דרזין דנהירין ליה שבילי דרקיע כשבילי דנהר דעה, בוצינא קדישא, חסידא ופרישא, המפורסם בקדושתו וענוות צדקתו, עמוד ברזל, צדיק יסוד עולם, אור שבעת הימים, אוהב ישראל
מרן רבינו מוהר”ר
יצחק אייזיק יהודה יחיאל זללה”ה
בהרב הצדיק הקדוש מו”ה אלכסנדר זללה”ה אב”ד דפה
ת.נ.צ.ב.ה.

רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל סאפרין (כ"ה שבט ה'תקס"ו, 1806 - י' אייר ה'תרל"ד, 1874) איז געווען דער צווייטער רבי פון די קאמארנא דינאַסטיע.

ביאגראפיע

געבוירן אום כ"ה שבט ה'תקס"ו צו רבי אלכסנדר סענדער אייכנשטיין, רב אין זידיטשוב און אין קאמארנא. אין עלטער פון צוועלף יאר איז זיין פאטער אוועק, און ער איז אויפגעוואקסן ביי זיין פעטער רבי צבי הירש פון זידיטשוב, וועמען ער האט פאררעכנט אלס זיין רבי מובהק. אין יאר ה'תקפ"ב האט ער געהייראט גיטל, א טאכטער פון רבי אברהם מרדכי פון פינטשאוו, און איז געבליבן וואוינען נעבן זיין שווער. מיט דער צייט האט ער אויך אנגעהויבן דארט פירן רעביסטעווע.

א קורצע צייט האט ער געדינט אלס דיין אין זידיטשוב, אבער מען האט אים אראפגעשטעלט פון די רבנות. ער איז געווען דערנידערט, האט געליטן, און אפילו געהונגערט פאַר ברויט. רבי יצחק אייזיק האט געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו זיינע מדריגות אלס שכר פאר די רדיפות וואס ער האט אויסגעהאלטן און אנגענומען מיט ליבשאפט און פרייד. שפעטער איז ער אריבער וואוינען אין שטאט וואו זיין טאטע האט געוואוינט, קאמארנא. דארט האט געלעבט ביז סוף ימיו, און ער ווערט פאררופן אויף איר נאמען "רבי אייזיק'ל קאמארנער".

ער איז געווען דער ערשטער זיך צו באנוצן מיט "סאפרין" אלס משפחה נאמען[א] וואס ער האט פארטוישט פון "אייכנשטיין".

זיין זון רבי אליעזר צבי שרייבט אויף אים[1] אז ער איז געווען א גלגול פון דער "ינוקא" וואס ווערט געברענגט אין זוהר. רבי יצחק אייזיק אליינס שרייבט אויף זיך אז ער איז געבוירן אין יאר "משיח בן יוסף".

רבי יצחק אייזיק ווערט פאררעכנט אלס דער דאמינאנטער און צענטראלער רבי אין די געשיכטע פון ​​ קאמארנא. ער איז געווען באקאנט אלס א בעל מופת, און איז געווען אן אדמו"ר פאר טויזנטער חסידים[2]. ער איז געווען א פרוכטבארער מחבר אין אלע חלקי התורה און בעיקר אין תורת הקבלה, און איז געווארן אנגערופן מיטן טיטל "שר בית הזוהר"[מקור פארלאנגט: וועלכער גדול האט אים אזוי גערופן? אדער כאטש אן אלגעמיינע מקור פון נאנט צו זיין תקופה]. רבי אייזיק'ל איז באקאנט מיט זיינע אריגינעלע פסקים אין הלכה.

זיינע רביס זענען געווען זיין פעטער רבי צבי הירש פון זידיטשוב און רבי אברהם יהושע העשיל (אפטא), און איז אויך אסאך געפארן צו אנדערע צדיקים. ער האט זיך געהאלטן כמעט פאר א דירעקטער תלמיד פונעם בעל שם טוב, כאטש ער איז געווען עטליכע דורות נאך אים, און האט אסאך געהארעוועט צו אויסטייטשן זיין תורה. אין זיינע ספרים האָט ער פאַראייביגט אַסאך דערציילונגען פון די תלמידי בעש"ט[2].

נאך זיין פטירה האט זיין זון, רבי אליעזר צבי סאפרין, איבערגענומען זיין פלאץ.

קינדער

  • זיין טאכטער הינדא שרה, חתונה געהאט צו רבי מנשה יעקב קלינבערג, גרינדער פון זאלאשיץ דינאַסטיע
  • זיין זון רבי אלכסנדר סענדער סאפרין, נפטר נאך אין לעבן פון זיין טאטע
  • זיין זון רבי אליעזר צבי סאפרין פון קאמארנא

זיינע ספרים

זיין הויפט לעבנס ווערק האט ער געזען אין שרייבן זיינע פילע ספרים, אין וועלכע ער האט צוזאמגעשטעלט קבלת האר"י מיט תורת הבעל שם טוב. צווישן זיי:

  • היכל הברכה - אויף חמשה חומשי תורה, וואו ער שטעלט זיך שטארק צו ערקלערן די מסורה
  • אוצר החיים - פירוש אויף תרי"ג מצוות על דרך הפרד"ס (געדרוקט אין חומש היכל הברכה)
  • כתם אופיר - פירוש אויף מגילת אסתר (געדרוקט אין חומש היכל הברכה, ספר שמות)
  • זוהר חי - פירוש אויף ספר הזוהר לויט קבלת האר"י און תורת הבעש"ט
  • נתיב מצוותיך - הקדמה צו ספר 'אוצר החיים'
  • נוצר חסד - פירוש אויף מסכת אבות
  • אדם ישר - תפילות און סגולות געראטעוועט צו ווערן פון מגיפה
  • דרך אמונה - "דברים הנצרכים לתורה ולעבודה" (געדרוקט אין חומש היכל הברכה סוף פרשת בראשית)

אזוי אויך האט ער געשריבן א צאל ספרים אין תורת הנגלה און הלכה, ווי פאלגנד:

באזונדער איז זיין ספר מגילת סתרים וואס פארמאגט צוויי חלקים: דער ערשטער חלק איז "ספר החזיונות", וואס איז ווי א טאג-בוך פון חלומות און אנדערע מעשיות לויט די דאטומען. דערין רעדט ער אויך אסאך ארום איבער שורשי הנשמות (בעיקר פון אים און זיינע ארומיגע). דער צווייטער חלק איז "מעשה השם", וואס אנטהאלט מעשיות אויף דער בעש"ט, וואס רוב פון זיי האט ער געהערט פון זיין שווער.
ביז ארום ה'תש"ד איז דער ספר נישט געווען צו געפונען, עס איז נאר אריבער אין כתב יד צווישן אן ענגע צאל קאמארנער חסידים. אין ה'תש"ד איז עס צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן דורך מוסד הרב קוק[3].

ליינט מער

  • ברוך ישר (שליכטער), בית קומרנה, ירושלים תשכ"ה
  • רבי ישראל פרנקפורטר, שלשלת קאמארנא, ירושלים תשס"ה

דרויסנדע לינקס

זיינע ספרים אויף HebrewBooks זייטל

רעפערענצן

  1. "זוהר חי", הקדמה
  2. 2.0 2.1 יצחק אלפסי, החסידות.

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    מגילת סתרים


קאטעגאריע:אדמו"רי קומרנה קאטעגאריע:רבנים גליציאנים קאטעגאריע:קומרנה: רבנים קאטעגאריע:רבנים מקובלים קאטעגאריע:פרשני מגילת אסתר קאטעגאריע:פרשני ספר הזוהר קאטעגאריע:המכלול: ערכים הנכללים בזים תורני קאטעגאריע:פרשני התפילה קאטעגאריע:פרשני התלמוד הירושלמי [[{{{1}}}|ו{{{1}}}]]
ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref> טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "hebrew", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="hebrew"/> טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref> פעלט.