אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דער איד"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(לאגא)
(פארברייטערט, צוגעלייגט מקור, קאטעגאריע)
שורה 2: שורה 2:
| שם = דער איד
| שם = דער איד
| תמונה = דער איד לאגא.png
| תמונה = דער איד לאגא.png
| כיתוב =  
| כיתוב = "ארגאן פון אומאפהענגיגען ארטאדאקסישען אידענטום אין אמעריקע"
| גרינדער = אהרן ראָזמאַרין
| גרינדער = אהרן ראָזמאַרין
| בעלים = [[משה פרידמאן (גבאי)|משה פרידמאן]]
| רעדאקטאר = אהרן פרידמאן
| רעדאקטאר = אהרן פרידמאן
| גרינדונגס דאטום = [[ה'תשי"ג]] ([[1953]])
| גרינדונגס דאטום = [[ה'תשי"ג]] ([[1953]])
| שפראך = [[אידיש]]
| שפראך = [[אידיש]]
| תפוצה =
| לאנד = [[פאראייניגטע שטאטן]]
| לאנד = [[פאראייניגטע שטאטן]]
| וועבזייטל = [http://www.deryid.org/ www.deryid.org]
| וועבזייטל = [http://www.deryid.org/ www.deryid.org]
שורה 13: שורה 13:
}}
}}
[[טעקע:דער איד 1959-6-26.jpg|קליין|פאדערזייט פון דער איד, בהעלותך תשי"ט]]
[[טעקע:דער איד 1959-6-26.jpg|קליין|פאדערזייט פון דער איד, בהעלותך תשי"ט]]
'''דער איד''' איז א [[אידיש]]ע צייטונג וואס ערשיינט וועכנטליך אין די פאראייניגטע שטאטן. זי איז געגרינדעט געווארן אין [[ה'תשי"ג]] ([[1953]]) אלס אלגעמיין-ארטאדאקסישע צייטונג, און ווערט היינט ארויסגעגעבן דורך דער [[סאטמאר (חסידות)|סאטמארער קהילה]]{{הבהרה|איז עס א קהל'יש אייגנטום?}} פון [[רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים|רבי זלמן לייב טייטלבוים]] און געליינט דורך אידיש-רעדנדע אין אמעריקע און איבער דער וועלט.
'''דער איד''' איז א [[אידיש]]ע צייטונג וואס ערשיינט וועכנטליך אין די [[פאראייניגטע שטאטן]]. זי איז געגרינדעט געווארן אין [[ה'תשי"ג]] ([[1953]]) אלס אלגעמיין-ארטאדאקסישע צייטונג, און ווערט היינט ארויסגעגעבן דורך [[סאטמאר (חסידות)|סאטמארער חסידים]] פון [[רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים|רבי זלמן לייב טייטלבוים]] און געליינט דורך אידיש-רעדנדע אין אמעריקע און איבער דער וועלט.


די צייטונג האלט זיך צו דער סאטמארער שיטה און פארמאגט נישט קיין שום פּראָ-[[מדינת ישראל]] אינהאלט, בלויז דאס פארקערטע.
די צייטונג האלט זיך צו דער סאטמארער שיטה און פארמאגט נישט קיין שום פּראָ-[[מדינת ישראל]] אינהאלט, בלויז דאס פארקערטע. די צייטונג איז הויפטקווארטירט אין [[וויליאמסבורג]], און איז איינגעשריבן ביי די [[איי אר עס]] אלס א נאָנפּראפיט "פאַר'ן צוועק פון פאראויסשטיפּן די מאָראַל און אַקטן פון אירע מיטגלידער און ליינער"{{הערה|שם=גיידסטאר}}.


==היסטאריע==
==היסטאריע==
שורה 30: שורה 30:
די צייטונג האָט געדינט בערך 40 יאָר אַלס די איינציגע חרדישע צייטונג אין אַמעריקע, ביז ווען [[אברהם פרידמאַן]], וועלכער האָט געדינט אלס רעדאַקטאָר פון דער צייטונג, האָט פאַרלאָזט די רעדאַקציע אין תשמ"ו (1986) און געגרינדעט '[[די צייטונג]]' וואָס נעמט אַן אומ-פּאַרטיזאַנער צוגאַנג און איז כאַראַקטעריזירט מיט ברייטערע פּאָליטישע דעקונג ווי דער איד.
די צייטונג האָט געדינט בערך 40 יאָר אַלס די איינציגע חרדישע צייטונג אין אַמעריקע, ביז ווען [[אברהם פרידמאַן]], וועלכער האָט געדינט אלס רעדאַקטאָר פון דער צייטונג, האָט פאַרלאָזט די רעדאַקציע אין תשמ"ו (1986) און געגרינדעט '[[די צייטונג]]' וואָס נעמט אַן אומ-פּאַרטיזאַנער צוגאַנג און איז כאַראַקטעריזירט מיט ברייטערע פּאָליטישע דעקונג ווי דער איד.


זינט דער שפּאַלטונג אין סאַטמאַר אין תש"ס, איז די צייטונג אונטער דער קאָנטראָל פון דעם אינגערן זון פון [[רבי משה טייטלבוים]], [[רבי זלמן לייב טייטלבוים|רבי זלמן לייב]], ווערנדיג געפירט דורך זיין גבאי [[משה פרידמאן (גבאי)|משה פרידמאן]]. די חסידים פונעם ברודער, [[רבי אהרן טייטלבוים|רבי אהרן]], האָבן געגרינדעט אַ קאָנקורירנדן צייטונג '[[דער בלאט]]'.
זינט דער שפּאַלטונג אין סאַטמאַר אין תש"ס, איז די צייטונג אונטער דער קאָנטראָל פון דעם אינגערן זון פון [[רבי משה טייטלבוים]], [[רבי זלמן לייב טייטלבוים|רבי זלמן לייב]], ווערנדיג געפירט דורך זיין גבאי [[משה פרידמאן (גבאי)|משה פרידמאן]]{{הערה|שם=גיידסטאר|[https://pdf.guidestar.org/PDF_Images/2019/112/833/2019-112833881-17254866-9.pdf 2019 פאָרם 990] אויף גיידסטאר}}. די חסידים פונעם ברודער, [[רבי אהרן טייטלבוים|רבי אהרן]], האָבן געגרינדעט אַ קאָנקורירנדן צייטונג '[[דער בלאט]]'.


==פאַרשפּרייטונג, אייגנשאפטן און רעדאַקציע==
==פאַרשפּרייטונג, אייגנשאפטן און רעדאַקציע==
שורה 56: שורה 56:
==הערות שוליים==
==הערות שוליים==
{{הערות שוליים}}
{{הערות שוליים}}
[[קאטעגאריע:חסידות סאטמר]]
[[קאטעגאריע:סאטמאר]]
[[קאטעגאריע:עיתונות חרדית]]
[[קאטעגאריע:אידישע צייטונגען]]
[[קאטעגאריע:עיתונים ביידיש]]
[[קאטעגאריע:עיתונים ביידיש]]
[[קאטעגאריע:שבועונים]]
[[קאטעגאריע:אמעריקאנער אידנטום]]
[[קאטעגאריע:יהדות ארצות הברית: עיתונים]]
[[קאטעגאריע:יהדות ניו יורק]]
[[:קאטעגאריע:המכלול ארטיקלען]]
[[:קאטעגאריע:המכלול ארטיקלען]]
[[he:דער איד]]
[[he:דער איד]]

רעוויזיע פון 04:35, 25 אפריל 2023

Internet-news-reader.svg דער איד
"ארגאן פון אומאפהענגיגען ארטאדאקסישען אידענטום אין אמעריקע"
"ארגאן פון אומאפהענגיגען ארטאדאקסישען אידענטום אין אמעריקע"
סארט וואכנשריפט
גרינדער אהרן ראָזמאַרין
בעלים משה פרידמאן
הויפט רעדאַַקטאָר אהרן פרידמאן
תאריכי הופעה ה'תשי"ג (1953) – הווה
שפראך אידיש
לאנד פאראייניגטע שטאטן
www.deryid.org
פאדערזייט פון דער איד, בהעלותך תשי"ט

דער איד איז א אידישע צייטונג וואס ערשיינט וועכנטליך אין די פאראייניגטע שטאטן. זי איז געגרינדעט געווארן אין ה'תשי"ג (1953) אלס אלגעמיין-ארטאדאקסישע צייטונג, און ווערט היינט ארויסגעגעבן דורך סאטמארער חסידים פון רבי זלמן לייב טייטלבוים און געליינט דורך אידיש-רעדנדע אין אמעריקע און איבער דער וועלט.

די צייטונג האלט זיך צו דער סאטמארער שיטה און פארמאגט נישט קיין שום פּראָ-מדינת ישראל אינהאלט, בלויז דאס פארקערטע. די צייטונג איז הויפטקווארטירט אין וויליאמסבורג, און איז איינגעשריבן ביי די איי אר עס אלס א נאָנפּראפיט "פאַר'ן צוועק פון פאראויסשטיפּן די מאָראַל און אַקטן פון אירע מיטגלידער און ליינער"[1].

היסטאריע

די צייטונג איז געגרינדעט געוואָרן אין תשי"ג (1953) דורך דער מאדערנער דר. אהרן ראָזמאַרין, וועלכער איז פריער געווען איינער פון די שרייבער אין דער מארגען זשורנאל, וואס האט זיך דאן צוזאמגעשטעלט מיט דער טאג, א צייטונג וואס פלעגט ערשיינען אויך אין שבת[2], און ראָזמאַרין האט זיך דאן אפגעזאגט פון דער קאמפאני.

רעלאטיוו צו יידישע צייטונגען דעמאלט, איז דער איד געווען די צייטונג וואס איז די מערסטע אידענטיפיצירט מיט די ארטאדאקסטן אין אמעריקע. דער ערשטער רעדאקטאר איז געווען דער דענקער אוריאל צימער.

ארום תשט"ו (1955) האט ראזמארין פארקויפט די קאנטראל פון דער צייטונג צו סאטמאר, פון דאן איז דער סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים געווארן דער ליניע-שטעלער פון דער צייטונג; א קאָנסערוואַטיוו-חסידישע און אַנטי־ציוניסטישע ליניע, אין דער קנאישער נאַטור פון סאַטמאַר[3]. אין יענע תקופה איז די צייטונג ערשינען יעדער צוויי וואכן. דער סאטמארער רבי האט באשטימט בערל פרידמאן, ליפא פרידמאן'ס זון, אלס הויפט רעדאקטאר פון דער צייטונג. די צייטונג איז געדרוקט געוואָרן איבער 40 יאָר אין סענדער דייטש'ס דרוקעריי, דייטש פּרינטינג.

ארגינעל געווידמעט כמעט אויסשליסלעך צו רעליגיעזע נייעס, האט די צייטונג אונטער חיים משה שטויבער צוגעלייגט ברייטע דעקונג פון וועלט-געשעענישן אין תשל"ב (1972), כדי בעסער צו קאנקורירן מיט אנדערע יידישע צייטונגען פון וועמענס ציוניסטישע שטעלונגען די סאטמארער אידן זענען געשטאנען ווייט[4]. זינט דאַן האט עס אנגעהויבן ארויסקומען בקביעות יעדער סוף וואך, ווען אין תש"פ האט עס אנגעהויבן צעשפּרייט ווערן מיטוואך, אנשטאט דאנערשטאג[5].

צום יאר תשע"ו איז די צייטונג איבערגעפרישט געווארן מיט אירע גראפיקס און צוגעלייגט נייע אפטיילונגען[6].

די צייטונג האָט געדינט בערך 40 יאָר אַלס די איינציגע חרדישע צייטונג אין אַמעריקע, ביז ווען אברהם פרידמאַן, וועלכער האָט געדינט אלס רעדאַקטאָר פון דער צייטונג, האָט פאַרלאָזט די רעדאַקציע אין תשמ"ו (1986) און געגרינדעט 'די צייטונג' וואָס נעמט אַן אומ-פּאַרטיזאַנער צוגאַנג און איז כאַראַקטעריזירט מיט ברייטערע פּאָליטישע דעקונג ווי דער איד.

זינט דער שפּאַלטונג אין סאַטמאַר אין תש"ס, איז די צייטונג אונטער דער קאָנטראָל פון דעם אינגערן זון פון רבי משה טייטלבוים, רבי זלמן לייב, ווערנדיג געפירט דורך זיין גבאי משה פרידמאן[1]. די חסידים פונעם ברודער, רבי אהרן, האָבן געגרינדעט אַ קאָנקורירנדן צייטונג 'דער בלאט'.

פאַרשפּרייטונג, אייגנשאפטן און רעדאַקציע

דער איד ווערט וועכנטליך פאַרקויפט אין צענדליגער טויזנטער עקזעמפּלארן[7]. די צייטונג פובליצירט אויך אַ טעגליכע אויסגאַבע אויף אימעיל, וועלכע האָט, לויט איר וועבזייטל, בערך 15,000 אבאנענטן.

ווי אנגענומען אין דער חרדישער פּרעסע, פּובליצירט נישט די צייטונג קיינע בילדער פון פרויען, און צענזורירט פרעמדע-קולטור און ספּאָרט נייעס. די צייטונג נעמט אויך א שארפע ליניע קעגן מדינת ישראל און ציוניזם, און אפילו קעגן די חרדישע פארטייען אין מדינת ישראל, ווי אגודת ישראל אד"ג. זי נוצט אפטמאל א שפאטישער און סארקאסטישער סטיל קעגן אגודת ישראל און אנדערע באוועגונגען וואס זי אידענטיפיצירט אלס ציוניסטישע[8]..

אין דער צייטונג ווערן געדריקט אלע נייעס און מעלדונגען פון אינערהאלב דער סאטמארער קהילה פון רבי זלמן לייב[9], אבער זי האלט זיך צוריק פון פובליצירן בילדער פון אים אליין, אין איינקלאַנג מיט זיין ווילן[10]. דער צייטונג דעקט אויך סכסוכים צווישן די צוויי סאטמארער הויפן[11]

דער היינטיגער הויפט-רעדאַקטאָר פון דער צייטונג איז אהרן פרידמאן און דער עדיטאריעל ווערט געשריבן דורך משה יודא (לייב) דייטש. אין דער רעדאַקציע ציילן זיך אויך שמואל אהרן דייטש (א זון פון סענדער דייטש); זיין זון, וואָלף דייטש; הערשל פרידמאַן, א ברודער פונעם הויפט רעדאקטאר, וועלכער שרייבט אונטער די פּענע-נעמען "פ. הירש", "באבד" און אַנדערע נעמען.

צווישן די געוועזענע רעדאקציע מיטגלידער, ציילן זיך: אוריאל צימער; בערל פרידמאן; סענדר דייטש; לייבוש לעפקאוויטש; אברהם פרידמאן; חיים משה שטויבער, איר הויפט-רעדאקטאר ביז תשס"ז[12]; מענדל בינער[13]; און יצחק ווייס פון ירושלים[14].

קאָנטראָווערסיע

אין יאר תשמ"ג האט די צייטונג געדרוקט א שארפן ארטיקל קעגן דעם ליובאוויטשער רבי'ן. אין תשמ"ה האט דער ליובאוויטשער רבי, ביי א פארברענג, נאכן אויסרעכענען א רייע טענות קעגן דער צייטונג, אויסגערופן: "וויבאלד דאס ליינען זייערע 'צייטונגען' קען פירן צו אומגעוואונטשענע רעזולטאטן, איז דאך דאס ליינען אן איסור גמור!" - ער האט אבער נישט דערמאנט די צייטונג ביים נאמען[15]. אין אן אנדער פריוואטער געלעגנהייט, האט דער ליובאוויטשער רבי אנגערופן דעם צייטונג "דער איד וואס איז אנטקעגן מיר"[16].

אין סיון תשנ"ג איז פובליצירט געווארן אין דער איד א בריוו פון רבנים אין שטיצע פון שלמה העלבראנץ און זיין קהילה לב טהור, וועלכע איז שפעטער באוואוסט געווארן אלס א קולט[17].

קישורים חיצוניים

הערות שוליים

  1. 1.0 1.1 2019 פאָרם 990 אויף גיידסטאר
  2. ארכיוו פון דער טאג אינעם מדינת ישראל נאציאנאלע ביבליאטעק וועבזייטל
  3. "בוצינא קדישא" חלק ב' דף 258. זכרונות על ידי סענדער דייטש.
  4. Der Blatt, the Yiddish paper that hid a massive wedding, אויף The Forward, ‏אקטאבער 3, 2020
  5. "דער איד און דער בלאט ביים מעלדן אין די זעלבע צייט מיט'ן זעלבן נוסח אז פון היינט און ווייטער וועלן זיי ערשיינען אין די געשעפטן וועכנטליך מיטוואך אנשטאט דארנעשטאג".
  6. לקראת השנה החדשה: 'דער איד' עבר מתיחת פנים, אויף בחדרי חרדים, סעפטעמבער 12, 2015
  7. Rose Waldman, New York’s Yiddish Press Is Thriving, אויף Tablet Magazine, ‏4 בדצמבר 2018 (ענגליש)
  8. משה ויסברג, בסאטמר הורידו דמעה על לכתו של הרב לייזרזון, אויף בחדרי חרדים, יאנואר 19, 2020
  9. החטא ועונשו: בסאטמר מתנצלים על המסכים, אויף בחדרי חרדים, יוני 23, 2017;
    כשהדער איד הסאטמרי מצטט את 'בחדרי', אויף בחדרי חרדים, פעברואר 5, 2016
  10. 'דער איד' הפר הוראה של פטרונו - ומיד התנצל, אויף בחדרי חרדים, דעצעמבער 9, 2013
  11. יוסי שטארק, השכונה הישראלית שמציתה מלחמה בין החסידיות הגדולות בעולם, אויף בחדרי חרדים, אפריל 30, 2022
  12. משה ויסברג, בד"ה: הפובליציסט והמנחה של סאטמר הלך לעולמו, אויף בחדרי חרדים, מאי 4, 2020
  13. משה ויסברג, לאחר מחלה: הסופר ומשב"ק הרבי הלך לעולמו, אויף בחדרי חרדים, אוגוסט 17, 2022
  14. הפגנת הפייק: בעל קו נייעס עוכב לחקירה; אחרים ירדו למחתרת, אויף בחדרי חרדים, נאוועמבער 29, 2017

  15. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    "יום ב' דחג השבועות", תורת מנחם התוועדויות תשמ"ה ד
  16. מצמרר: כשהרבי אמר על חסיד שהוא "מבוגר", אויף חב"ד אונליין, ‏כ"ז ניסן ה׳תשע״ד (העברעאיש); יוסף אשכנזי, קונטרס בקדש פנימה (עמ' 44-45)
  17. המסע של הלברנץ, אויף בחדרי חרדים, יולי 12, 2017

קאטעגאריע:המכלול ארטיקלען