אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים אליעזר אונגער"
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (1)) |
ק (החלפת טקסט – "ריע:צאנז]]" ב־"ריע:צאנז|װ]]") |
||
שורה 27: | שורה 27: | ||
[[קאַטעגאָריע:דזשיקאוו]] | [[קאַטעגאָריע:דזשיקאוו]] | ||
[[קאַטעגאָריע:מעליץ]] | [[קאַטעגאָריע:מעליץ]] | ||
[[קאַטעגאָריע:צאנז]] | [[קאַטעגאָריע:צאנז|װ]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]] | [[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]] |
רעוויזיע פון 18:03, 27 אויגוסט 2023
רבי חיים אליעזר אונגאר זצ"ל (ה'תרכ"ה – ה'תר"פ), רב אין ראדליב.
אפשטאם
רבי חיים אליעזר איז געבוירן און יאר ה'תרכ"ה ( אומגעפעהר), צו זיין פאטער הרב יעקב יצחק אונגאר א זון פון הרב ישראל אלימלך אונגאר, רב אין זשאבנא, א זון פון הרב יוסף אונגאר, רב אין דאמבראווא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר, רב אין דאמבראווא. און צו זיין מוטער מרת חנה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.
רבנות
פון יאר ה'תר"ן איז רבי חיים אליעזר געווען רב אין ראדליב, אין יאר איז ער אריבער וואוינען קיין ריישא, נאכהער האט ער זיך באזעצט אין ניימארקט.
הסתלקות
רבי חיים אליעזר איז נפטר געווארן אומגעפעהר אין יאר ה'תר"פ ער ליגט אין טארנא.
פאמיליע
רבי חיים אליעזר האט געהייראט מרת שפרינצא א טאכטער (פון ערשטען זיווג) פון הרב נפתלי הורוויץ, רב אין מעליץ, און אן אייניקל פון הרב מאיר נתן האלבערשטאם. זייערע קינדער:
- הרב מאיר אונגאר, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
- הרב יוסף יהודה אונגאר, ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!