אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מודה אני"
אין תקציר עריכה |
ק (צוגעלייגט קאַטעגאָריע:דרעפטס דורך HotCat) |
||
שורה 25: | שורה 25: | ||
[[קאטעגאריע:סדר היום]] | [[קאטעגאריע:סדר היום]] | ||
[[קאַטעגאָריע:דרעפטס]] |
רעוויזיע פון 08:13, 19 אפריל 2023
מוֹדֶה אֲנִי
|
---|
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ מֶלֶךְ חַי וְקַיָּם. שֶׁהֶחֱזַרְתָּ בִּי נִשְׁמָתִי בְּחֶמְלָה. רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ: |
מודה אני איז א קורצע דאנק תפילה צום אויבערשטן פאר'ן צוריקגעבן די נשמה, וואס ווערט געזאגט ביים זיך ערוועקן אינדערפרי.
באדייט
ביים שלאפן איז מען מפקיד די נשמה אינעם אויבערשטנ'ס האנט און אינדערפרי קערט דאס דער אויבערשטער צוריק, ווען זי איז פריש און אויסגערוט. דער שלאף איז ווי טויט, און דאס צוריקקער פונעם נשמה אינדערפרי איז ווי תחיית המתים. דעריבער, ווען דער מענטש ערוועקט זיך פון שלאף, דארף ער דאנקן אז זיין נשמה איז צוריקגעקערט געווארן צו אים.
מען זאגט דאס גלייך ביים זיך ערוועקן, כדי זיך צו דערמאנען וועגן דעם אויבערשטן וואס שטייט איבער זיך און מען זאל אויפשטיין געשווינד[1].
דער תפילה
דער נוסח התפילה איז: ”מודה אני לפניך, מלך חי וקיים, שהחזרת בי נשמתי בחמלה. רבה אמונתך”.
דער תפילה איז אנגענומען אין רוב תפוצות ישראל און איז פון די באקאנסטע תפילות, כאטש עס געפונט זיך נישט אין גמרא אדער שולחן ערוך. דאס ערשטע מקור איז אין ספר סדר היום פון דער צפת'ער מקובל רבי משה בן מכיר. אין תלמוד ירושלמי איז דא אן ענליכע תפילה: "מודה אני לפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שהוצאתני מאפילה לאורה"
מען זאגט דער תפילה גלייך ווען מען ערוועקט זיך פון שלאף[2]. דער שולחן ערוך הרב שרייבט אז מען זאל זיך נישט אויפזעצן גלייך, נאר ווארטן ביז מען ענדיגט זאגן מודה אני. געוויסע האבן דאס צוגעשטעלט אלס רפואה אויף orthostatic hypotension[3].
נאך איידער'ן זיך וואשן נעגל וואסער, בתפילה זו גם אין את שם ה', וזאת הסיבה שניתן לאומרה מיד לאחר שהתעורר האדם משנתו, עוד לפני שנטל ידיו ושטף את פניו ופיו.
תפילה זו, עשויה להטביע חותמה על סדר היום שלנו. זאת, בהיותנו נתונים למרות העליונה, סרים למשמעתה, ממלאים אחר ציווייה, תוך הכרה ברורה, שניצבים אנו בכל עת ובכל שעה לפני מלך חי וקיים. מכאן גם הפועל היוצא לכל המעשים שנעשה במשך היום, שאנו עומדים בפתחו: "חדשים לבקרים - רבה אמונתך"[4]. בדבריו אלו מתכוון הנביא ירמיהו שאמר, שעם התחדשות האדם מדי בוקר, גדלה ומתחזקת אמונתנו בבורא עולם, המפקיד בידיו נשמת רוח חיים, ובכל יום, מחדש, מחזירה לנו כשהיא רעננה ורגועה, למען נמשיך להתעלות ברוחניות.
- ↑ שולחן ערוך הרב, אורח חיים מהדורה תניינא א, א; סידור התניא
- ↑ סדר היום בתחלתו הובא במ"א סי' ד בסופו ובאלי' זוטא סק"ב
- ↑ מאנכע שטעלן עס צו צו ווערטער פון א דאקטאר Linda McMaron פון גרויס בריטאניע ביי א קאנפערענץ פון ניוראלאגן אין די פאראייניגטע שטאטן, אז מ'זאל ליגן 12 סעקונדן איידער מ'שטעלט זיך אויף, און מודה אני האט 12 ווערטער. זעט 12 Seconds To A Better You: Beyond Thanksgiving, אויף HuffPost, 2012-11-26 (ענגליש). דערווייל איז אזא דאקטער נישט צום געפונען…
- ↑ איכה ג, כג