אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי חיים פאלאדזשי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "געבורט דאטע" ב־"געבורט דאטום")
ק (החלפת טקסט – "טויט דאטע" ב־"טויט דאטום")
שורה 2: שורה 2:
| יידישע געבורט דאטום = י"ט חשוון, ה'תקמ"ח
| יידישע געבורט דאטום = י"ט חשוון, ה'תקמ"ח
| צאצאים = רבי [[אברהם פאלאגי|אברהם פאלאדזשי]], רבי [[רחמים ניסים יצחק פאלאגי|יצחק רחמים ניסים פאלאגי]],  רבי [[יוסף פאלאגי]]
| צאצאים = רבי [[אברהם פאלאגי|אברהם פאלאדזשי]], רבי [[רחמים ניסים יצחק פאלאגי|יצחק רחמים ניסים פאלאגי]],  רבי [[יוסף פאלאגי]]
| יידישע טויט דאטע = י"ז שבט, ה'תרכ"ח
| יידישע טויט דאטום = י"ז שבט, ה'תרכ"ח
}}[[טעקע:Tomb of Rabbi Chaim Palagi.jpg|140px|קליין]]
}}[[טעקע:Tomb of Rabbi Chaim Palagi.jpg|140px|קליין]]
רבי '''חיים פאלאדזשי''' ([[י"ט חשוון]], [[ה'תקמ"ח]] - [[י"ז שבט]], [[ה'תרכ"ח]]) איז געווען דיין און שפעטער הויפט רב אין [[איזמיר]], [[טערקיי]].
רבי '''חיים פאלאדזשי''' ([[י"ט חשוון]], [[ה'תקמ"ח]] - [[י"ז שבט]], [[ה'תרכ"ח]]) איז געווען דיין און שפעטער הויפט רב אין [[איזמיר]], [[טערקיי]].

רעוויזיע פון 12:10, 9 מערץ 2023

רבי חיים פאלאדזשי
Tomb of Rabbi Chaim Palagi.jpg

רבי חיים פאלאדזשי (י"ט חשוון, ה'תקמ"ח - י"ז שבט, ה'תרכ"ח) איז געווען דיין און שפעטער הויפט רב אין איזמיר, טערקיי.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין שטאט איזמיר אין טערקיי, אין יאר ה'תקמ"ז, זיין פאטער איז געווען ר' יעקב ב"ר חיים, זיין מאמע האט געהייסן רביצין קאלי קאדין, די טאכטער פון רבי יוסף רפאל חזן, דער מחבר פון די ספרים "חקרי לב".

ר' חיים איז געווען א תלמיד פון ר' יצחק גאטנייו דער מחבר פון די ספרים בית ישחק, בית מועד. אויך האט ער אסאך געלערנט ביי זיין זיידן דער "חקרי לב".

ער איז נסתלק געווארן י"ז שבט ה'תרכ"ח.

משפחה

די קינדער פון רבי חיים פאלאדזשי און זיין ווייב מרת אסתר אסתרולה זענען:

  • רבי אברהם פאלאדזשי (הבכור). אויך א ריזן בעל מחבר פון ספרים, דער מחבר פון "זכותיה דאברהם", "ויקרא אברהם", "ויען אברהם", "שמע אברהם", "אברהם אזכור", "אברהם את עיניו", "אברהם את ידו","ואברהם זקן","פדה את אברהם", ועוד.
  • רבי רחמים ניסים יצחק פאלאדזשי, דער מחבר פון די ספרים "יפה ללב" אויף פיר חלקים פון שו"ע ניין בענדער, און "נפש היפה".
  • רבי יוסף פאלאגי, דער מחבר פון די ספרים, "ויוסף אברהם" (איזמיר ה'תרמ"א) און "יוסף את אחיו".

זיינע ספרים

ער האט מחבר גאר 68 ספרים:

  • אבי הנחל אויף מדרש אגדת בראשית,
  • ארצות החיים, צוזאעמענן גענומען אלע מדרשי חז"ל וואס רעדט וועגען די הייליגעקייט און גרויסקייט פון ארץ ישראל, און צוגעלייגט דערויף זיין פירוש
  • ברכות מועדיך לחיים, צוויי חלקים דרושים אויף ימים טובים.
  • גנזי חיים הלכות און ענינים לויטן סדר פון א - ב.
  • דרכי חיים א פירוש אויפן ספר בית אבות פון ר' מנחם מאירי אויף מסכת אבות.
  • דרכיו למשה א ספעצילער דרוש לכבוד דעם גרויסן שר ביי אידן ר' משה מאנטיפיארי פון לאנדאן.
  • הלל הגדול שירות און תשחות וואס מען זאגט ווען עס פאסירט א נס.
  • החיים יודוך טייטשן די פסוקים אויף תהלים
  • החפץ חיים פארשידענע הלכות אויף הלכות איסור והיתר און געלד הלכות, מסודר לויט א - ב
  • הכתוב לחיים א פירוש אויף ספר תהלים
  • הערות אויפן סדר הקבלה פון דעם מאירי
  • ובחרת בחיים א פי' אויף חומש מיט רש"י און אויפן רא"ם אויף חומש
  • זכירה לחיים א פי' אויף זוהר תיקונים און אויף מדרשים
  • חוקות החיים שו"ת אויף חלק חושן משפט
  • חוקי החיים א סדר וואס מען לערנט ביי נאכט
  • כף החיים א קורץ ספר פון הלכה
  • חיי וחמרא הלכות פון יין נסך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!