אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:אבן הפינה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏תענית אסתר: רעאקציע)
(חד גדיא)
שורה 55: שורה 55:
: {{דערפאר}}, ודבר בעתו מה טוב. — [[באניצער:צמא לדעת|צמא לדעת]] • [[באַניצער שמועס:צמא לדעת|שמועס]] • י"ג אדר ה'תשפ"ג 18:53, 6 מערץ 2023 (IST)
: {{דערפאר}}, ודבר בעתו מה טוב. — [[באניצער:צמא לדעת|צמא לדעת]] • [[באַניצער שמועס:צמא לדעת|שמועס]] • י"ג אדר ה'תשפ"ג 18:53, 6 מערץ 2023 (IST)
: {{דערפאר}}, (גוט מארגן...) [[משתמש:נייטראלער|נייטראלער]] • [[שיחת משתמש:נייטראלער|שמועס]] • י"ד אדר ה'תשפ"ג 19:54 (IDT)
: {{דערפאר}}, (גוט מארגן...) [[משתמש:נייטראלער|נייטראלער]] • [[שיחת משתמש:נייטראלער|שמועס]] • י"ד אדר ה'תשפ"ג 19:54 (IDT)
===[[חד גדיא]]===
{{אמ}}, עס איז טאקע פארנומענע טעג, אבער שאפט אייך עונג וגם שמחה און באקומט א פרישן בליק אויפ'ן גדיא באקאנט פאר יונג און אלט... וואס זאגט איר? — [[באניצער:צמא לדעת|צמא לדעת]] • [[באַניצער שמועס:צמא לדעת|שמועס]] • ט' ניסן ה'תשפ"ג 03:19, 31 מערץ 2023 (IDT)

רעוויזיע פון 00:19, 31 מערץ 2023

דער פראיעקט איז אקטיוו

המכלול איז נישט בלויז א גערייניגטע וויקיפעדיע. המכלול אנטשפרעכט צו זיין א אידישע און פארלעסליכע ענציקלאפעדיע מיט הויכע סטאנדארטן; עפעס וואס איז פיל מער פראפעסיאנעל, וואס אירע ארטיקלען זענען אסאך רייכער ווי די "נישט שלעכטע" וויקיפעדיע ארטיקלען.

ריכטיג צו בויען דעם בנין, דעם בית הגדול שמגדלים בו תורה וחכמה בעז"ה, הייבן מיר קודם כל אן מיט'ן הנחת אבן הפינה: הונדערט ארטיקלען געשריבן אויף יסודות'דיגע טעמעס, נאכפאלגנדיג דעם פראצעדור און סטאנדארטן פון המכלול.

הָיְתָה לְרֹאשׁ פִּנָּה
20% ארטיקלען געשריבן

פראצעדור

  1. וועלט אויס א יסודות'דיגע נושא, אין יהדות אדער אלגעמיין, וואס איר ווילט באשרייבן. (איר קענט זיך ארויסהעלפן, אויב איר ווילט, מיט המכלול:וויכטיגסטע ארטיקלען, קאַטעגאָריע:אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן, אדער קאַטעגאָריע:עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן).
  2. עפנט א דרעפט פאר דעם ארטיקל. איר קענט דרוקן אויפ'ן "דרעפט" לינק אויבן פון בלאט, וואס וועט עפענען דעם דרעפט ווי א פערזענליכע באניצער בלאט; אדער קענט איר שאפן א נייע בלאט אונטער'ן "דרעפט:" געביט (צום ביישפיל דרעפט:אברהם אבינו).
  3. עס איז כדאי אויך צו מודיע זיין דערוועגן אינעם באזונדערן אפטיילונג אויף דעם בלאט. דאס וועט געבן אינספיראציע פאר אנדערע און וועט ברענגען מעגליכע הילף פאר אייך.
  4. שרייבט און ענדיגט צו דעם ארטיקל. עס איז ראטזאם זיך צו באזירן און באארבעטן עטליכע מקורות צוזאמען, און נישט בלויז איבערטייטשן פון העברעאישע אדער ענגלישע וויקיפעדיע (אדער אפילו פון המכלול העברי ווען דאס ארטיקל שטאמט פון ויקיפדיה). פאר מערערע ענציקלאפעדישע רעסורסן קען מען זיך ווענדן צו צמא לדעת, בעז"ה.
  5. ווען דאס ארטיקל איז, לויט אייך, פארטיג, ביטע זייט מודיע דערוועגן. דרעפטס וועלן אריבערגעפירט ווערן דורך די ערפארענע מכלולאים שמש מרפא, מקוה, יואל ווייס, איסתרק, מוטל, נייטראלער.
  6. איר - אדער סיי ווער - קען דאן עפענען אן אפהאנדלונג איבער דעם ארטיקל, עס זאל באקומען דעם "אבן הפינה" סטאטוס.

וואס איז אן "אבן הפינה" ארטיקל?

  1. עס דארף זיין איבער א גענוג וויכטיגע נושא. לאו-דווקא ממש עלעמענטאר, אבער פארט גענוג צענטראל אז עס זאל קענען אמאל אריינקומען אין א טעגליכע געשפרעך אדער נוגע זיין דעם דורכשניטליכן ליינער.
  2. עס דארף זיין גענוג פראפעסיאנאל געשריבן: ענציקלאפעדיש אויסגעבויט, גענוג רייך ארויסגעברענגט און אן קיין באדייטנדע מאנגל אין מקורות. א גוטער סימן איז: ווען איר טרעפט ווען אזא ארטיקל אין "רוי" געביט, וואלט איר געבליבן שטיין געפלעפט?

סיי ווער קען אויפברענגען סיי וועלכע ארטיקל אלס "אבן הפינה" קאנדידאט. ווען דריי מכלולאים זענען איינשטימיג (דער הויפט שרייבער פון ארטיקל נישט אריינגערעכנט), ווערט דער ארטיקל באשטימט אלס אזאנס.

קאנדידאט ארטיקלען

פיר תקופות

אקטיווע מכלולאים‏, ביטע כאפט א בליק אויף דעם נייעם ארטיקל פון ידידנו הרב שווערמער און לאזט הערן אייער מיינונג: איז עס א פאסיגע ארטיקל צו שטעלן אין אונזער וויטרינע, צו איבערצייגן זיך און אנדערע אינעם פאטענציאל פון דער פראיעקט?

מתנות לאביונים

אקטיווע מכלולאים‏, ביטע כאפט א פרישן בליק אויף דעם ארטיקל מיסודו של ידידנו הרב האט'ס אמונה, און לאזט הערן אייער מיינונג.

לדעתי איז עס א רייכע און מסודר'דיגע ארטיקל אויף די טעמע, אויף א פארנעם וואס איז לעת עתה נישט פארהאן אויפ'ן געוועב אויף קיין שום אנדערע פלאץ, למיטב ידיעתי. עס איז א באקאנטע און צענטראלע מצוה בימי הפורים הממשמשים ובאים, און דער באזוכער וואס וועט אריינפאלן וועט זען וויפיל רייכע און אריגינעלע אינפארמאציע ער קען נאך דערויף טרעפן ביי אונז.

היות איך האב מעגליך א נגיעה, וועט מען ווארטן אויף די הסכמה פון דריי חברים חוץ פון מיר און האט'ס אמונה. — צמא לדעתשמועס • כ"ג שבט ה'תשפ"ג 22:32, 14 פעברואר 2023 (IST)

  • Symbol support vote.svg דערפאר. כאטש וואס אויף אן ארטיקל וואס צמא לדעת האט אריינגעשטעקט דערין א פינגער האב איך מעגליך אויך נגיעות... --עברי אנכי (שמועס) 23:23, 14 פעברואר 2023 (IST)
  • Symbol support vote.svg דערפארתנא קמא (שמועס) 23:34, 14 פעברואר 2023 (IST)
  • Symbol support vote.svg דערפאר - א פראגע?! נייטראלערשמועס • כ"ד שבט ה'תשפ"ג 00:29 (IDT)
  • Symbol support vote.svg דערפאר (נאר אויב מען קען קאנסידערן צו שניידן אביסל פון די ציטאטן?) -- שווערמער (שמועס) 03:41, 15 פעברואר 2023 (IST)
אביסל האב איך געשניטן, אבער כמובן אז איר קענט שניידן נאך, לויט אייער פארשטאנד און געשמאק. — צמא לדעתשמועס • כ"ד שבט ה'תשפ"ג 09:50, 15 פעברואר 2023 (IST)

עוויאן קאנפערענץ

אקטיווע מכלולאים‏, ביטע כאפט וכו'. א הערליכער ארטיקל איבער אן אומאפטיילבארער חלק פונעם וועלט'ס קריג מיט רעפערענצן און אלעם. תנא קמא (שמועס) 00:54, 23 פעברואר 2023 (IST)

פון מיין בליק, קומט עס בלי ספק נאך דעם צווייטן תנאי (דא אויבן). ב"ה מיט א קנאק!
וועגן דעם ערשטן תנאי, ווייס איך נישט.נייטראלערשמועס • ב' אדר ה'תשפ"ג 01:02 (IDT)
Symbol support vote.svg דערפאר. טאקע נישט אזוי צענטראל, אבער טאקע דערפאר איז געווען גרינגער עס אהער צושטעלן... שווערמער (שמועס) 06:26, 23 פעברואר 2023 (IST)
צוגעלייגט טעקסט צווישן די שורות - "גרינגער" - מיינסטו מסתמא בדרך כלל, נישט ספעציפיש דעם ארטיקל... נייטראלערשמועס • ג' אדר ה'תשפ"ג 22:11 (IDT)
לענ"ד איז יא וויכטיג אנצוהאלטן דעם תנאי אז עס זאל זיין גענוג צענטראל. דאס פארמינערט נישט מיט קיין האר דעם חשיבות פון צושטעלן די ווייניגער-צענטראלע ארטיקלען, און פערזענליך בין איך ביי דער מיינונג אז על דרך כלל איז בעסער צו שרייבן עטליכע גרינגערע ארטיקלען ווי איין שווערע, אבער דער ציל פון אבן הפינה איז צו פארמירן א באזיס פון גענוג צענטראלע און באקאנטע נושאים אראפגעשריבן אויף המכלול סטאנדארטן. דאס איז נישט די זעלבע זאך ווי "רעקאמענדירטע ארטיקלען", למשל, וואו איך וואלט טאקע געשטימט דערפאר. — צמא לדעתשמועס • ב' אדר ה'תשפ"ג 10:55, 23 פעברואר 2023 (IST)

תענית אסתר

אקטיווע מכלולאים‏ קוקט איבער דעם בלאט. לדעתי א שלימות איבער א וויכטיגע נושא און איז פאסיג פאר אבן הפינה. --עברי אנכי (שמועס) 18:44, 6 מערץ 2023 (IST)

Symbol support vote.svg דערפאר אבער שנעל! תנא קמא (שמועס) 18:51, 6 מערץ 2023 (IST)
Symbol support vote.svg דערפאר, ודבר בעתו מה טוב. — צמא לדעתשמועס • י"ג אדר ה'תשפ"ג 18:53, 6 מערץ 2023 (IST)
Symbol support vote.svg דערפאר, (גוט מארגן...) נייטראלערשמועס • י"ד אדר ה'תשפ"ג 19:54 (IDT)

חד גדיא

אקטיווע מכלולאים‏, עס איז טאקע פארנומענע טעג, אבער שאפט אייך עונג וגם שמחה און באקומט א פרישן בליק אויפ'ן גדיא באקאנט פאר יונג און אלט... וואס זאגט איר? — צמא לדעתשמועס • ט' ניסן ה'תשפ"ג 03:19, 31 מערץ 2023 (IDT)