אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דער קנעכט"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:57, 22 נאוועמבער 2022
דער קנעכט איז א בוך געשריבן אין די יודישע שפראך דורך יצחק באשעוויס זינגער וואו עס וועהרט אַראָפּגעלייגט א דראמע פון א יוד א ת"ח רבי יעקב וואס מען האט געפֿאַנגען אלס קנעכט נאך די פאגראמען פון ת"ח ות"ט אין פוילין.
דאס בוך איז צוערשט ערשינען אין 1962 און איבערגעדרוקט געווארן אין תל אביב אום ה'תש"מ דורך די י.ל. פרץ פארלאג. עס איז אויך איבערגעזעצט געווארן אויף פילע שפראכן אריינגערעכנט ענגליש, העברעיש און נאך.
דער ארגינעלער אויסגאבע איז באשטאנען פון 311 זייטן, די צווייטע אויפלאגע אנטהאלט צוועלף קאפיטלען מיט אן עפּילאָג אין א סך הכל פון 301 זייטן.
באשעוויס באריהרט אין דעם בוך עטלעכע טיפע מחשבה-פונקטן, איין גאהר פראמינענטער איז ווי ער קריטיקיהרט שטארק דאס היפאקטריווסע וואס טייל יודן האלטן גאהר שטרעהנג מצוות שבין אדם למקום אבער אין בין אדם לחבירו איז מען שטארק מזלזל.
אזוי אויך קריטיקיהרט ער אומדירעקט די ארטאדאקסישער עסטאבלישמענט און שרייבט אביסל איבער די געדאנק פון וועגעטאריאניזם. דער בוך האט געטראגן א ספעציעהלער באדייט זינט עס איז געשריבן געווארן נאכן חורבן אייראפע.
געשיכטע
יעקב, אן איינוואוינער פון יאזעפאוו, וועהרט גענומען אלס קנעכט דורך א פויער יאן בזשיק בשעת די פאגראמען פון כמנעלצקי'ס קאזאקן. דאס בוך שילדערט זיינע שוועריגקייטן אין געפענגעניש, וואו ער פארליעבט זיך אין זיין באלעבאס'ס טאכטער און אפילו דערנאך וואס ער וועהרט פלוצלינג אויסגעלייזט גייט ער צוריק נאך איהר. ער באזעצט זיך אין א שטאהדט וואו מ'קען עהם נישט און זי מאכט זיך פאר שטומע, וויבאלד זי קען נאכנישט קיין יודיש, אבער ביים געבורט פון איהר זוהן געט זי ארויס אלע סודות. דערנאך וואס זי שטארבט, וויל מען ארעסטירן יעקב'ן ווייל ער האט מגייר געוועהן א גויע, א זאך פאר וואס עס איז דאן געקומען טויט-שטראף אין פוילן, אבער ער רייסט זיך ארויס און כאפט דאס קינד און פאהרט קיין ארץ ישראל וואו דער זוהן, וועמען ער האט נאמען געגעהבן בנימין, וועהרט א ראש ישיבה פון מקובלים אין צפת.
דאס בוך ענדיגט זיך וואו רבי יעקב פֿאָהרט צוריק קיין פיליץ ארויפצוטראגן זיין ווייב'ס ביינער קיין ישראל, ער טרעפט נישט איהר קבר און שטארבט דארט אוועק. ביי גראבן א קבר פאר עהם טרעפט מען עס און מ'לייגט זיי צוזאמען.
אין טעאטער
אין 2002 איז אויסגעפיהרט געווארן דערפון א העברעאישער שפיל מיטן נאמען העבד אינעם גשר טעאטער און אין 2004 איז עס געשפיהלט געווארן אין א טעאטער שפיל אין ניו יארק אויף ענגליש.
וועב לינקען
- אן איבערזיכט אויפן ראמאן (העברעיאיש)
- דאס בוך אויף גוגל ביכער http://books.google.com/books/about/%D7%93%D7%A2%D7%A8_%D7%A7%D7%A0%D7%A2%D7%9B%D7%98.html?id=lXsHAQAAIAAJ
- די ענגלישע ווערסיע אויף גוגל ביכער http://books.google.com/books?id=JLFp66op5WMC&printsec=frontcover&dq=the+slave+isaac+bashevis+singer&hl=en&ei=M1yyS-X3DYO8lQe8q8i6BA&sa=X&oi=book_result&ct=result&resnum=1&ved=0CDoQ6AEwAA#v=onepage&q&f=false