אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:דיסקוסיע זאַל"

שורה 194: שורה 194:
אין די פארגאנגענע וואך האבן מיר זיך געשטעלט א ציל דורכצוגיין אלע אומבאקוקטע ארטיקלען על סדר הא"ב, און שנעל רייניגן די וועלכע לאזן זיך גרינגער רייניגן, מיט די כוונה אז ווען עס בלייבן בלויז די שווערערע ארטיקלען וועלן זיי אלע ווערן פארשפארט - צוגענגליך בלויז פאר די עוסקים במלאכה.{{ש}} דאס איז בעז"ה געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע סוקסעס: קרוב צו '''טויזנט ארטיקלען''' זענען באקוקט געווארן, און '''עלף אותיות''' זענען דערקלערט געווארן ריין פון גרינגע-אומבאקוקטע. דאס אלעס אין די פארגאנגענע וואך.{{ש}} יעצט, אז מען האלט שוין ביי די לעצטע צען פראצענט צו באקוקן, אפשר קען מען שוין דא שליסן, אן דורכצוגיין די צווייטע העלפט פון די כ"ב אותיות? אויך די גרינגערע ארטיקלען קאסטן פארט צייט און כוחות צו באקוקן - צייט און כוחות וועלכע קענען אפשר מער פראדוקטיוו גענוצט ווערן פאר אנדערע צוועקן. רוב פון די פארבליבענע ארטיקלען זענען אדער נישט צו וויכטיג, אדער דארף מען זיי רייניגן מיט מתינות און כובד ראש; ווער זאגט אז מיר דארפן דאס אלעס יעצט טון?{{ש}} לויט דעם געדאנק, וועט [[:קאטעגאריע:אומבאקוקט]] ווערן פארשלאסן, אפן בלויז פאר די מיט די "עורך_אספקלריה" רעכט (וואס וועט געגעבן ווערן פאר אלע וואס טראגן זיך אן צו עוסק זיין במלאכה). פון פארשלאסענע ארטיקלען וועט מען גרינג קענען אנקומען צו א דעזיגנירטע בלאט, וואו מ'קען בעטן צו באקוקן און עפענען דעם ארטיקל. די וואס טוען דערין וועלן געבן פריאריטעט פאר די פארלאנגטע ארטיקלען, ווי אויך פאר אנדערע וויכטיגע וועלכע זענען נאך פארשפארט (אדער די וועלכע קומען ארויף אויפ'ן הויפטבלאט, וכדומה), און אפשר בין גברא לגברא אויך אנדערע פארשפארטע ארטיקלען. אזוי וועט מען בעז"ה קענען נוצן אונזערע כוחות אויף די מערסט-עפעקטיווע וועג, און נישט אז פארשטויסענע באן-סטאנציעס זאלן בהכרח קומען אויפ'ן חשבון פון פאטענציעלע "אבן הפינה" ארטיקלען.{{ש}} (במאמר המוסגר, וועט דאס אונז אויך געבן מער פרייהייט צו לייכט-רעדאגירן און פארבעסערן די רוי ארטיקלען וועלכע זענען אפן, ווי דיסקוטירט [[המכלול:דיסקוסיע זאַל#רוי|אויבן]], עפעס וואס שפירט זיך אביסל אומריכטיג ווען אלעס איז אויסגעמישט אין איין שיסל מיט אפענע פסול'ע תוכן).{{ש}} וואס זאגט איר? — [[באניצער:צמא לדעת|צמא לדעת]] • [[באַניצער שמועס:צמא לדעת|שמועס]] • כ"ח שבט ה'תשפ"ג 14:50, 19 פעברואר 2023 (IST)

:איידער איך בין מסכים דערמיט וויל איך ערשט אויך ארויסברענגען די אנדערע צד... דורכאויס דעם וועג פון באקוקן האט זיך גאר אסאך מאל געמאכט אז מ'איז מיד געווארן און געוואלט אפשטעלן די ארבעט דארט, אבער [[באניצער:צמא לדעת|צמא]] האט אלץ געזאגט אז ס'איז א שאד צו ענדיגן דא, און מחזק געווען  צו גיין ווייטער ביז'ן סוף... 90% איז טאקע גאר אן ערנסטע נומער, אבער אזוי לאנג ווי די ארבעט פארט אויף גוטע רעלסן, אפשר לוינט זיך צו ענדיגן די איבריגע (מן הסתם ארום 5%) וואס זענען לייכט.{{ש}} די עיקר שוועריגקייט יעצט איז צו טרעפן די גרינגע צווישן די ים פון שווערערע, אבער בעצם איז נאך דא גענוג און נאך גרינגע און אפילו [[:קאטעגאריע:וויכטיגע ארטיקלען|וויכטיגע ארטיקלען]].{{ש}} אבער די הויפט אישו מיט שוין יעצט אפשפארן די [[המכלול:רייניגונג פראיעקט]] איז, אז סוכ"ס גייט עס בלייבן צולאסט אין הונטערן-באוואוסטזיין און די עול דערפון גייט מעגליך נאכאלץ שטערן. דאס איז א שטיקל שאד ווען מ'האלט שוין אזוי נאנט צו זיין פארטיג.{{ש}} אבער מיט דעם אלעם מיין איך אז הגיע הזמן צו מאכן א פויזע און זיך נעמען צום אינהאלט מיט א פלייס. ווען מען זעט וואס קומט ארויס ב"ה ווען מען ארבעט אויף תוכן איז שווער צו פארצייען דערויף און פאטשקען מיט רויע ערכים. און דערפאר בין איך [[Image:Symbol support vote.svg|15px]] '''מסכים''' מיט צמא'ס פארשלאג צו פארשפארן די פארבליבענע רוי ארטיקלען און לייגן די פראיעקט אין סעמי-היבערנאציע...  --[[באַניצער:עברי אנכי|עברי אנכי]] ([[באַניצער שמועס:עברי אנכי|שמועס]]) 20:13, 19 פעברואר 2023 (IST)

:: איר זאגט זייער גוט, אבער לאמיר אביסל ערקלערן וואס איז יעצט אנדערש ווי פארגאנגענע מאלן...{{ש}} קודם כל, בלייבן שטעקן ערגעץ אינדערמיט איז נישט קיין תכלית, נישט נאר פאר די מכלולאים וועלכע לויפן אהין און צוריק, נאר אויך פאר די באזוכער וועלכע ווערן אנטמוטיגט ווען יעדע צווייטע בלאט איז פארשפארט. גאר עפעס אנדערש איז צו לאזן א צענטל, מיט א קלארן חשבון אויף ווייטער. מיר גייען כסדר ווייטער עפענען די בלעטער וועלכע קומען ארויף און זענען וויכטיג, און עס וועט מעגליך נעמען א שטיקל צייט פאר באזוכער און נייע באניצער צו באמערקן אז טייל בלעטער זענען פארשפארט... (אלס א צושטעל, אויף המכלול העברי זענען יעצט פארשפארט '''[[ע:קטגוריה:ערכים לפתיחה|89,068 ערכים]]''', וואס באטרעפט כמעט '''28%''' פונעם סך הכל). ווען מיר וואלטן געבליבן שטיין ביי 50-60% וואלטן מיר נישט געוואוסט ווען און וויאזוי ווייטער ממשיך צו זיין, אבער יעצט איז דער וועג אויסגעטראטן בעז"ה.{{ש}} צווייטנס, יעצט האלטן מיר שוין פאקטיש אינמיטן העפטיג שרייבן, עס איז נישט חלומות שחלמו אחרים על אחרים. עס קומען פארנומענע טעג, וויכטיגע ארטיקלען צו פארטיגן אויף פורים און פסח, און באקוקן נאך א 5% איז נישט גענוג וויכטיג צו קומען אויף זייער חשבון.{{ש}} די ארבעט לויפט נישט אוועק, מיר וועלן כסדר ווייטער באקוקן נאך אביסל, לויט וואס פעלט אויס און קומט אריין. אויב וועט עס טאקע בלייבן צולאסט, קען מען אלעמאל אויסנוצן א בין-גברא-לגברא, צווישן איין שרייב-פראיעקט און די קומענדיגע, אפצוענדיגן די איבריגע. עס וועט דאן האפנטליך גיין נאך שנעלער ווי יעצט, מיט פרישע און באנייטע כוחות בעז"ה. — [[באניצער:צמא לדעת|צמא לדעת]] • [[באַניצער שמועס:צמא לדעת|שמועס]] • כ"ט שבט ה'תשפ"ג 12:35, 20 פעברואר 2023 (IST)