אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עוויאן קאנפערענץ"
(פארברייטערט) |
(בילד) |
||
שורה 3: | שורה 3: | ||
==הונטערגרונט== | ==הונטערגרונט== | ||
[[טעקע:Bundesarchiv Bild 183-E03468, Berlin, Emigration von Juden, Umzugswagen.jpg|קליין|200px|אידן אין בערלין פאקן פעק און גרייטן זיך צו אפרייזן קיין ניו יארק, 1939]] | |||
פון ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט אין יאנואר 1933, זענען די רדיפות קעגן די איבער האלב-מליאן דייטשע אידן כסדר ערגער געווארן ברענגנדיג טויזנטער צו אנטלויפן צו דערנעבנדע לענדער און קיין ארץ ישראל. די [[נירנבערג געזעצן]] געשאפן אום 1935 האבן אוועקגענומען די בירגערשאפט פון די פארפאלגטע אידן וואס האט געברענגט נאך טויזנטער צו פארלאזן אדער פארשיקט ווערן פון דייטשלאנד. מיט די "[[אנשלוס]]" אין מערץ 1938, ווען דייטשלאנד האט אנעקסירט עסטרייך, זענען צוגעקומען נאך 200,000 בירגערלאזע אידן. ביז 1938 זענען ארום 150,00 אידן אנטלאפן פון דייטשלאנד{{הערה|[https://encyclopedia.ushmm.org/content/en/article/german-jewish-refugees-1933-1939 אידישע פליטים פון דייטשלאנד 1933-1939] אויף די וואשינגטאן מוזיאום וועבזייטל.}}{{הערה|Michael Blakeney, "Proposals for a Jewish Colony in Australia: 1938-1948." ''Jewish Social Studies'' 46.3/4 (1984): 277-292 [https://www.jstor.org/stable/4467264 online].}}. די פארלאנג צו עמיגרירן צו פארזיכערטע לענדער איז געשטיגן און געשאפן א קריזיס, ווען די לענדער איבער די וועלט האבן נישט געוואלט נאכקומען די גרויסע פארלאנג פאר אזיל רעכטן. | פון ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט אין יאנואר 1933, זענען די רדיפות קעגן די איבער האלב-מליאן דייטשע אידן כסדר ערגער געווארן ברענגנדיג טויזנטער צו אנטלויפן צו דערנעבנדע לענדער און קיין ארץ ישראל. די [[נירנבערג געזעצן]] געשאפן אום 1935 האבן אוועקגענומען די בירגערשאפט פון די פארפאלגטע אידן וואס האט געברענגט נאך טויזנטער צו פארלאזן אדער פארשיקט ווערן פון דייטשלאנד. מיט די "[[אנשלוס]]" אין מערץ 1938, ווען דייטשלאנד האט אנעקסירט עסטרייך, זענען צוגעקומען נאך 200,000 בירגערלאזע אידן. ביז 1938 זענען ארום 150,00 אידן אנטלאפן פון דייטשלאנד{{הערה|[https://encyclopedia.ushmm.org/content/en/article/german-jewish-refugees-1933-1939 אידישע פליטים פון דייטשלאנד 1933-1939] אויף די וואשינגטאן מוזיאום וועבזייטל.}}{{הערה|Michael Blakeney, "Proposals for a Jewish Colony in Australia: 1938-1948." ''Jewish Social Studies'' 46.3/4 (1984): 277-292 [https://www.jstor.org/stable/4467264 online].}}. די פארלאנג צו עמיגרירן צו פארזיכערטע לענדער איז געשטיגן און געשאפן א קריזיס, ווען די לענדער איבער די וועלט האבן נישט געוואלט נאכקומען די גרויסע פארלאנג פאר אזיל רעכטן. | ||
רעוויזיע פון 06:40, 19 פעברואר 2023
דער עוויאן קאנפערענץ איז געווען א צוזאמקום אין שטאט עוויאן, פראנקרייך, דורכאויס די טעג 6–15 יולי 1938, פאררופן דורך דעם אמעריקאנער פרעזידענא פרענקלין רוזעוועלט צו אדרעסירן די פראבלעם פון די דייטשע און עסטרייכישע בעיקר אידישע און אויך אנדערע אנטי-נאציסטישע פליטים, וואס זענען אנטלאפן פון די פארפאלגונגען דורך נאצי דייטשלאנד. רעפרעזענטאטן פון 32 לענדער האבן זיך באטייליגט ביים קאנפערענץ, און 24 וואלונטערישע ארגענעזאציעס זענען געקומען אלץ אבזערווירער צו פארשלאגן געדאנקען[1]. דער קאנפערענץ פאררופן דורכ'ן אמעריקאנער פרעזידענט האט זיך געענדיגט אן ערפאלג, און אויסער אנהאלטן די פריערדיגע צאל ערלויבטע פליטים אין לאנד איז כמעט קיין איין לאנד נישט איינגעגאנגען צו העכערן די צאל פליטים.
הונטערגרונט
פון ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט אין יאנואר 1933, זענען די רדיפות קעגן די איבער האלב-מליאן דייטשע אידן כסדר ערגער געווארן ברענגנדיג טויזנטער צו אנטלויפן צו דערנעבנדע לענדער און קיין ארץ ישראל. די נירנבערג געזעצן געשאפן אום 1935 האבן אוועקגענומען די בירגערשאפט פון די פארפאלגטע אידן וואס האט געברענגט נאך טויזנטער צו פארלאזן אדער פארשיקט ווערן פון דייטשלאנד. מיט די "אנשלוס" אין מערץ 1938, ווען דייטשלאנד האט אנעקסירט עסטרייך, זענען צוגעקומען נאך 200,000 בירגערלאזע אידן. ביז 1938 זענען ארום 150,00 אידן אנטלאפן פון דייטשלאנד[2][3]. די פארלאנג צו עמיגרירן צו פארזיכערטע לענדער איז געשטיגן און געשאפן א קריזיס, ווען די לענדער איבער די וועלט האבן נישט געוואלט נאכקומען די גרויסע פארלאנג פאר אזיל רעכטן.
אמעריקא האט אריינגענומען טויזנטער אידן, אבער גאר איינגעצוימט אין איינקלאנג מיט אירע שטרענגע אימיגראציע קוואטעס געשאפן צוליב די גרויסע דעפרעסיע. דער אמעריקאנער פרעזידענט רוזעוועלט איז געקומען אונטער שטייגנדע דרוק צו העכערן די אימיגראציע קוואטעס און אננעמען מער פליטים. רוזעוועלט וועלכע האט נישט געוואלט איינגיין דערויף, האט דאן, 11 טעג נאכ'ן אנשלוס פאררופן דעם עוויאן קאנפערענץ, צו פארגרינגערן דעם קריזיס און גרינדן אן אינטערנאציאנאלע ארגענעזאציע וואס זאל אויפקומען מיט א לעזונג צום פראבלעם. זיין ציל איז געווען צו ברענגען אנדערע לענדער זאלן אנטייל נעמען אין טראגן די לאסט פון די פליטים, און אראפנעמען די פאראנטווארטליכקייט און דרוק פון זיך, און צו צייגן די וועלט אז אמעריקא זארגט זיך פאר די וואוילזיין פון די אידן[4].
דער קאנפערענץ
די קאנפערענץ דעלעגאטן האבן אויסגעדרוקט סימפאטיע מיט די אידן אונטער נאציזם, און אז מען דארף טרעפן א פלאץ אינדרויסן פון נאצי דייטשלאנד, אבער גלייך ביים אנפאנג האט זיך שוין אנגעזען אז קיינער פון די באטייליגטע לענדער זענען נישט גרייט צו מאכן גרויסע טוישונגען אין די צאל פליטים וואס זיי לאזן אריין. די לענדער האבן קלארגעשטעלט אז א מאסן אימיגראציע פון פליטים וועט אנברענגען ראסע און רעליגיע שטרייטן, פארערגערן אינטערנאציאנאלע אומרוען און שטערן אינטערנאציאנאלע באציאונגען. זיי האבן אהערגעשטעלט די קאנפערענץ אלץ אן אנהייב פאר ווייטערדיגע פלענער און שריט, שאפנדיג די "אינטער-רעגירונגען קאמיטע פון פליטים" וועלכע האט למעשה נישט געהאט קיין שום אוטאריטעט אדער שטיצע פון די אנגעשלאסענע לענדער, און איז געבליבן ווערטלאז.
אמעריקא האט ניטאמאל געשיקט א רעגירונג'ס באאמטע אלץ רעפרעזענטאט, נאר רוזעוועלט האט אנשטאט געשיקט זיין פריינד מייראן טעילאר זאל רעפרעזנטירן די פאראייניגטע שטאטן. טעילאר האט איינגעמאלדן אז אמעריקא איז גרייט צו אנהאלטן די קוואטע פון ארום 30,000 אימיגראנטן פון דייטשלאנד, עסטרייך און טשעכעסלאוואקיע, און צוטיילן די אזיל רעכטן פאר אידן, אבער נישט מער פון דעם. בריטאניע איז איינגעגאנגען אריינצונעמען אן ענליכע צאל פליטים, אויפ'ן באדינג אז ארץ ישראל אונטער די בריטישע מאנדאט וועט נישט אויפגעברענגט ווערן אלץ א לעזונג פאר א פלאץ צו שיקן די אידן. אוסטראליע האט זיך אונטערגענומען צו ארייננעמען 15,000 איבער דריי יאר, און דרום אפריקע איז געווען גרייט צו נעמען נאר די וואס האבן נאנטע פאמיליע אין לאנד. קאנאדע איז געווען גרייט צו נעמען נאר פליטים מיט אגריקולטור ערפארונג, וואס האט אפעלירט צו א קליינע צאל פליטים. די פראנצויזישע רעפרעזענטאט האט גע'טענה'ט אז פראנקרייך איז שוין איבערגעפילט מיט פליטים, און די עקאנאמישע צושטאנד ערלויבט איר נישט צו נעמען נאך, א סענטימענט צו וועלכע רוב אנדערע לענדער האבן זיך צוגעשטעלט. האלאנד איז איינגעגאנגען צו זיין אן אריבערגאנג פאר פליטים, אויפ'ן באדינג אז זיי האבן א צווייטע פלאץ צו גיין.
די דאמיניקען רעפובליק איז געווען דער איינציגסטער לאנד וואס האט זיך אונטערגענומען צו אריינלאזן 100,000 אידישע פליטים[5][6].
אידישער רעאקציע
די אידישע ארגענעזאציעס איבער די וועלט זענען געווען צעשפליטערט אין זייערע מיינונגען וויאזוי צו רעאגירן צום קאנפערענץ, און די שטרייטן האבן נאר צוגעגעבן צום צומעשניש ארום דעם קאנפערענץ. יעדער האט געהאט אן אנדערע אגענדע, ווען טייל שטופן נאר פאר אימיגראציע קיין פאלעסטינע, אנדערע זענען נאר געווען נייגעריג וויאזוי צו אדאפטירן און אסימילירן די אנקומענדע אידן, און טייל זענען געווען אינטערעסירט נאר אין אימיגראציע אין אומבאוואוינטע ערטער, בשעת געוויסע זענען פארנומען מיט די רעכטן פון די אידן אינערהאלב די אייראפעאישע לענדער[7].
די ציוני'סטישע ארגענעזאציעס זענען געווען סקעפטיש און האבן געהאלטן אז עס קען שאדן פאר די פרואוו צו אהערשטעלן ארץ ישראל אז הויפט עמיגראציע ארט פאר אידן איבער די וועלט. זיי האבן פרובירט צו שרייבן א מעמארענדום אהערשטעלנדיג די ציוני'סטישע לעזונג פאר די פליטים קריזיס, אבער אנטי-ציוני'סיטישע ארגענעזאציעס האבן עס געשטערט. די ציוני'סטישע פירער, חיים ווייצמאן און דוד בן גוריון פון די סוכנות האבן זיך שטארק קעגנגעשטעלט אז אידן זאלן אריינגעלאזט ווערן צו די מערב-לענדער, האפנדיג אז די דרוק פון טויזנטער פליטים וואס האבן נישט וואוהין צו גיין וועט ענדגילטיג ברעכן די בריטן צו עפענען די טויערן פון ארץ ישראל פאר אידישע אימיגראציע[8]. ווידער די אמעריקאנער ארגענעזאציעס זענען געווען באזארגט אז זיי וועלן געזען ווערן ווי די וואס זוכן צו פאראויסשטופן פארגרעסערטע אימיגראציע קיין אמעריקא, און אז צופיל אידישע פליטים וועט הייבן אנטיסעמיטיזם אין אמעריקא, און דערפאר געווארענט אידישע רעפרעזענטאטן נישט צו אויפברענגען די פראבלעמען וואס אידישע פליטים גייען דורך[9], און געשיקט פאר רוזעוועלט אז הייבן די קוואטעס וועט אויפפלאקערן "דעם אידישן פראבלעם" אין אמעריקא. פינף פירנדע אידישע ארגענעזאציעס האבן געמיינזאם געשריבן א מעמארענדום אפרעדנדיג פון מאסן אידישע אימיגראציע פון צענטראל אייראפע[10].
רעפערענצן
- ↑ יולי 1938 אויף יד ושם וועבזייטל.
- ↑ אידישע פליטים פון דייטשלאנד 1933-1939 אויף די וואשינגטאן מוזיאום וועבזייטל.
- ↑ Michael Blakeney, "Proposals for a Jewish Colony in Australia: 1938-1948." Jewish Social Studies 46.3/4 (1984): 277-292 online.
- ↑ Allen Wells (2009). Tropical Zion : General Trujillo, FDR, and the Jews of Sosua. Duke University Press. pp. 6–8. ISBN 978-0-8223-4407-0.
- ↑ William I. Brustein. (2003). Roots of Hate. [Online]. Cambridge: Cambridge University Press. Available from: Cambridge Books Online doi:10.1017/CBO9780511499425 [Accessed 30 April 2016]. page 2
- ↑ Crassweller RD. Trujillo. The Life and Times of a Caribbean Dictator. The MacMillan Co, New York (1966). pp. 199–200.
- ↑ Richard Breitman; Alan M. Kraut (1987). American Refugee Policy and European Jewry, 1933-1945. Indiana University Press. p. 103. ISBN 978-0-253-30415-5.
- ↑ John Quigley (February 2016). The International Diplomacy of Israel's Founders. Cambridge University Press. pp. 40–41. ISBN 978-1-107-13873-5.
- ↑ Gulie Ne'eman Arad (2000). America, Its Jews, and the Rise of Nazism. Indiana University Press. p. 197. ISBN 0-253-33809-3.
- ↑ Michael Laitman (22 December 2019). The Jewish Choice: Unity or Anti-Semitism: Historical facts on anti-Semitism as a reflection of Jewish social discord. Laitman Kabbalah Publishers. pp. 156–157. ISBN 978-1-67187-220-2.
קאַטעגאָריע:נאציזם קאַטעגאָריע:אינטערנאציאנאלע באציאונגען קאַטעגאָריע:קאנפערענצן מוסטער:קרד/ויקי מוסטער:קרד/ויקי/אנגלית