אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עוויאן קאנפערענץ"
(דרעפט שאפונג) |
(פארברייטערט) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
[[טעקע:Myron Taylor addresses the Évian Conference.jpg|קליין|200px|מייראן טעילאר אדרעסירט דעם עוויאן קאנפערענץ]] | [[טעקע:Myron Taylor addresses the Évian Conference.jpg|קליין|200px|מייראן טעילאר אדרעסירט דעם עוויאן קאנפערענץ]] | ||
דער '''עוויאן קאנפערענץ''' איז געווען א צוזאמקום אין שטאט [[עוויאן]], [[פראנקרייך]], דורכאויס די טעג | דער '''עוויאן קאנפערענץ''' איז געווען א צוזאמקום אין שטאט [[עוויאן]], [[פראנקרייך]], דורכאויס די טעג 6–15 יולי 1938, צו אדרעסירן די פראבלעם פון די דייטשע און עסטרייכישע אידישע און אנטי-נאציסטישע פליטים, וואס זענען אנטלאפן פון די פארפאלגונגען דורך [[נאצי דייטשלאנד]]. דער קאנפערענץ האט זיך געענדיגט אן ערפאלג, און אויסער אנהאלטן די פריערדיגע צאל ערלויבטע פליטים אין לאנד איז קיין איין לאנד אויסער די [[דאמיניקען רעפובליק]] נישט איינגעגאנגען צו העכערן די צאל פליטים. | ||
==הונטערגרונט== | ==הונטערגרונט== | ||
פון ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט אין יאנואר 1933, זענען די רדיפות קעגן די איבער האלב-מליאן דייטשע אידן כסדר ערגער געווארן ברענגנדיג טויזנטער צו אנטלויפן צו דערנעבנדע לענדער און קיין ארץ ישראל. די [[נירנבערג געזעצן]] געשאפן אום 1935 האבן אוועקגענומען די בירגערשאפט פון די פארפאלגטע אידן וואס האט געברענגט נאך טויזנטער צו פארלאזן אדער פארשיקט ווערן פון דייטשלאנד. מיט די "[[אנשלוס]]" אין 1938, ווען דייטשלאנד האט אנעקסירט עסטרייך, זענען צוגעקומען נאך 200,000 בירגערלאזע אידן. ביז 1938 זענען ארום 150,00 אידן אנטלאפן פון דייטשלאנד{{הערה|[https://encyclopedia.ushmm.org/content/en/article/german-jewish-refugees-1933-1939 אידישע פליטים פון דייטשלאנד 1933-1939] אויף די וואשינגטאן מוזיאום וועבזייטל.}}{{הערה|Michael Blakeney, "Proposals for a Jewish Colony in Australia: 1938-1948." ''Jewish Social Studies'' 46.3/4 (1984): 277-292 [https://www.jstor.org/stable/4467264 online].}}. די פארלאנג צו עמיגרירן צו פארזיכערטע לענדער איז געשטיגן און געשאפן א קריזיס, ווען די לענדער איבער די וועלט האבן נישט געוואלט נאכקומען די גרויסע פארלאנג פאר אזיל רעכטן. | פון ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט אין יאנואר 1933, זענען די רדיפות קעגן די איבער האלב-מליאן דייטשע אידן כסדר ערגער געווארן ברענגנדיג טויזנטער צו אנטלויפן צו דערנעבנדע לענדער און קיין ארץ ישראל. די [[נירנבערג געזעצן]] געשאפן אום 1935 האבן אוועקגענומען די בירגערשאפט פון די פארפאלגטע אידן וואס האט געברענגט נאך טויזנטער צו פארלאזן אדער פארשיקט ווערן פון דייטשלאנד. מיט די "[[אנשלוס]]" אין מערץ 1938, ווען דייטשלאנד האט אנעקסירט עסטרייך, זענען צוגעקומען נאך 200,000 בירגערלאזע אידן. ביז 1938 זענען ארום 150,00 אידן אנטלאפן פון דייטשלאנד{{הערה|[https://encyclopedia.ushmm.org/content/en/article/german-jewish-refugees-1933-1939 אידישע פליטים פון דייטשלאנד 1933-1939] אויף די וואשינגטאן מוזיאום וועבזייטל.}}{{הערה|Michael Blakeney, "Proposals for a Jewish Colony in Australia: 1938-1948." ''Jewish Social Studies'' 46.3/4 (1984): 277-292 [https://www.jstor.org/stable/4467264 online].}}. די פארלאנג צו עמיגרירן צו פארזיכערטע לענדער איז געשטיגן און געשאפן א קריזיס, ווען די לענדער איבער די וועלט האבן נישט געוואלט נאכקומען די גרויסע פארלאנג פאר אזיל רעכטן. | ||
אמעריקא האט אריינגענומען טויזנטער אידן, אבער גאר איינגעצוימט אין איינקלאנג מיט אירע שטרענגע אימיגראציע קוואטעס געשאפן צוליב די [[גרויסע דעפרעסיע]]. דער אמעריקאנער פרעזידענט [[פרענקלין דעלאנאו רוזעוועלט|פרענקלין רוזעוועלט]] איז געקומען אונטער שטייגנדע דרוק צו העכערן די אימיגראציע קוואטעס און אננעמען מער פליטים. רוזעוועלט וועלכע האט נישט געוואלט איינגיין דערויף, | אמעריקא האט אריינגענומען טויזנטער אידן, אבער גאר איינגעצוימט אין איינקלאנג מיט אירע שטרענגע אימיגראציע קוואטעס געשאפן צוליב די [[גרויסע דעפרעסיע]]. דער אמעריקאנער פרעזידענט [[פרענקלין דעלאנאו רוזעוועלט|פרענקלין רוזעוועלט]] איז געקומען אונטער שטייגנדע דרוק צו העכערן די אימיגראציע קוואטעס און אננעמען מער פליטים. רוזעוועלט וועלכע האט נישט געוואלט איינגיין דערויף, האט דאן, 11 טעג נאכ'ן אנשלוס פאררופן דעם עוויאן קאנפערענץ, צו פארגרינגערן דעם קריזיס און גרינדן אן אינטערנאציאנאלע ארגענעזאציע וואס זאל אויפקומען מיט א לעזונג צום פראבלעם. זיין ציל איז געווען צו ברענגען אנדערע לענדער זאלן אנטייל נעמען אין טראגן די לאסט פון די פליטים, און אראפנעמען די פאראנטווארטליכקייט און דרוק פון זיך, און צו צייגן די וועלט אז אמעריקא זארגט זיך פאר די וואוילזיין פון די אידן{{הערה|{{cite book|author=Allen Wells|title=Tropical Zion : General Trujillo, FDR, and the Jews of Sosua|year=2009|publisher=Duke University Press|isbn=978-0-8223-4407-0|pages=6–8}}}}. | ||
==דער קאנפערענץ== | ==דער קאנפערענץ== | ||
[[טעקע:Royal Evian Hotel - panoramio.jpg|קליין|200px|ראיעל האטעל אין עוויאן, וואו דער קאנפערענץ איז אפגעהאלטן געווארן (בילד: 2012)]] | [[טעקע:Royal Evian Hotel - panoramio.jpg|קליין|200px|ראיעל האטעל אין עוויאן, וואו דער קאנפערענץ איז אפגעהאלטן געווארן (בילד: 2012)]] | ||
רעפרעזענטאטן פון 32 לענדער האבן זיך באטייליגט ביים קאנפערענץ, און 24 וואלונטערישע ארגענעזאציעס זענען געקומען אלץ אבזערווירער צו פארשלאגן געדאנקען{{הערה|[https://www.yadvashem.org/holocaust/this-month/july/1938.html יולי 1938] אויף [[יד ושם]] וועבזייטל.}}. | |||
די קאנפערענץ דעלעגאטן האבן אויסגעדרוקט סימפאטיע מיט די אידן אונטער נאציזם, און אז מען דארף טרעפן א פלאץ אינדרויסן פון נאצי דייטשלאנד, אבער גלייך ביים אנפאנג האט זיך שוין אנגעזען אז קיינער פון די באטייליגטע לענדער זענען נישט גרייט צו מאכן גרויסע טוישונגען אין די צאל פליטים וואס זיי לאזן אריין. די לענדער האבן קלארגעשטעלט אז א מאסן אימיגראציע פון פליטים וועט אנברענגען ראסע און רעליגיע שטרייטן, פארערגערן אינטערנאציאנאלע אומרוען און שטערן אינטערנאציאנאלע באציאונגען. זיי האבן אהערגעשטעלט די קאנפערענץ אלץ אן אנהייב פאר ווייטערדיגע פלענער און שריט, שאפנדיג די "אונטער-רעגירונגען קאמיטע פון פליטים" וועלכע האט למעשה נישט געהאט קיין שום אוטאריטעט אדער שטיצע פון די אנגעשלאסענע לענדער, און איז געווען ווערטלאז. | |||
אמעריקא האט ניטאמאל געשיקט א רעגירונג'ס באאמטע אלץ רעפרעזענטאט, נאר רוזעוועלט האט אנשטאט געשיקט זיין פריינד מייראן טעילאר זאל רעפרעזנטירן די פאראייניגטע שטאטן. טעילאר האט איינגעמאלדן אז אמעריקא איז גרייט צו אנהאלטן די קוואטע פון ארום 30,000 אימיגראנטן פון דייטשלאנד, עסטרייך און טשעכעסלאוואקיע, און צוטיילן די אזיל רעכטן פאר אידן, אבער נישט מער פון דעם. בריטאניע איז איינגעגאנגען אריינצונעמען אן ענליכע צאל פליטים, אויפ'ן באדינג אז ארץ ישראל וועט נישט אויפגעברענגט ווערן אלץ א לעזונג פאר א פלאץ צו שיקן די אידן. אוסטראליע האט זיך אונטערגענומען צו ארייננעמען 15,000 איבער דריי יאר, און דרום אפריקע איז געווען גרייט צו נעמען נאר די וואס האבן נאנטע פאמיליע אין לאנד. די פראנצויזישע רעפרעזענטאט האט גע'טענה'ט אז פראנקרייך איז שוין איבערגעפילט מיט פליטים, און די עקאנאמישע צושטאנד ערלויבט איר נישט צו נעמען נאך, א סענטימענט צו וועלכע רוב אנדערע לענדער האבן זיך צוגעשטעלט. אויסער די דאמיניקען רעפובליק וואס האט זיך אונטערגענומען צו אריינלאזן 100,000 אידישע פליטים, און שפעטער אויך קאסטא ריקא. | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== |
רעוויזיע פון 07:56, 17 פעברואר 2023
דער עוויאן קאנפערענץ איז געווען א צוזאמקום אין שטאט עוויאן, פראנקרייך, דורכאויס די טעג 6–15 יולי 1938, צו אדרעסירן די פראבלעם פון די דייטשע און עסטרייכישע אידישע און אנטי-נאציסטישע פליטים, וואס זענען אנטלאפן פון די פארפאלגונגען דורך נאצי דייטשלאנד. דער קאנפערענץ האט זיך געענדיגט אן ערפאלג, און אויסער אנהאלטן די פריערדיגע צאל ערלויבטע פליטים אין לאנד איז קיין איין לאנד אויסער די דאמיניקען רעפובליק נישט איינגעגאנגען צו העכערן די צאל פליטים.
הונטערגרונט
פון ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט אין יאנואר 1933, זענען די רדיפות קעגן די איבער האלב-מליאן דייטשע אידן כסדר ערגער געווארן ברענגנדיג טויזנטער צו אנטלויפן צו דערנעבנדע לענדער און קיין ארץ ישראל. די נירנבערג געזעצן געשאפן אום 1935 האבן אוועקגענומען די בירגערשאפט פון די פארפאלגטע אידן וואס האט געברענגט נאך טויזנטער צו פארלאזן אדער פארשיקט ווערן פון דייטשלאנד. מיט די "אנשלוס" אין מערץ 1938, ווען דייטשלאנד האט אנעקסירט עסטרייך, זענען צוגעקומען נאך 200,000 בירגערלאזע אידן. ביז 1938 זענען ארום 150,00 אידן אנטלאפן פון דייטשלאנד[1][2]. די פארלאנג צו עמיגרירן צו פארזיכערטע לענדער איז געשטיגן און געשאפן א קריזיס, ווען די לענדער איבער די וועלט האבן נישט געוואלט נאכקומען די גרויסע פארלאנג פאר אזיל רעכטן.
אמעריקא האט אריינגענומען טויזנטער אידן, אבער גאר איינגעצוימט אין איינקלאנג מיט אירע שטרענגע אימיגראציע קוואטעס געשאפן צוליב די גרויסע דעפרעסיע. דער אמעריקאנער פרעזידענט פרענקלין רוזעוועלט איז געקומען אונטער שטייגנדע דרוק צו העכערן די אימיגראציע קוואטעס און אננעמען מער פליטים. רוזעוועלט וועלכע האט נישט געוואלט איינגיין דערויף, האט דאן, 11 טעג נאכ'ן אנשלוס פאררופן דעם עוויאן קאנפערענץ, צו פארגרינגערן דעם קריזיס און גרינדן אן אינטערנאציאנאלע ארגענעזאציע וואס זאל אויפקומען מיט א לעזונג צום פראבלעם. זיין ציל איז געווען צו ברענגען אנדערע לענדער זאלן אנטייל נעמען אין טראגן די לאסט פון די פליטים, און אראפנעמען די פאראנטווארטליכקייט און דרוק פון זיך, און צו צייגן די וועלט אז אמעריקא זארגט זיך פאר די וואוילזיין פון די אידן[3].
דער קאנפערענץ
רעפרעזענטאטן פון 32 לענדער האבן זיך באטייליגט ביים קאנפערענץ, און 24 וואלונטערישע ארגענעזאציעס זענען געקומען אלץ אבזערווירער צו פארשלאגן געדאנקען[4].
די קאנפערענץ דעלעגאטן האבן אויסגעדרוקט סימפאטיע מיט די אידן אונטער נאציזם, און אז מען דארף טרעפן א פלאץ אינדרויסן פון נאצי דייטשלאנד, אבער גלייך ביים אנפאנג האט זיך שוין אנגעזען אז קיינער פון די באטייליגטע לענדער זענען נישט גרייט צו מאכן גרויסע טוישונגען אין די צאל פליטים וואס זיי לאזן אריין. די לענדער האבן קלארגעשטעלט אז א מאסן אימיגראציע פון פליטים וועט אנברענגען ראסע און רעליגיע שטרייטן, פארערגערן אינטערנאציאנאלע אומרוען און שטערן אינטערנאציאנאלע באציאונגען. זיי האבן אהערגעשטעלט די קאנפערענץ אלץ אן אנהייב פאר ווייטערדיגע פלענער און שריט, שאפנדיג די "אונטער-רעגירונגען קאמיטע פון פליטים" וועלכע האט למעשה נישט געהאט קיין שום אוטאריטעט אדער שטיצע פון די אנגעשלאסענע לענדער, און איז געווען ווערטלאז.
אמעריקא האט ניטאמאל געשיקט א רעגירונג'ס באאמטע אלץ רעפרעזענטאט, נאר רוזעוועלט האט אנשטאט געשיקט זיין פריינד מייראן טעילאר זאל רעפרעזנטירן די פאראייניגטע שטאטן. טעילאר האט איינגעמאלדן אז אמעריקא איז גרייט צו אנהאלטן די קוואטע פון ארום 30,000 אימיגראנטן פון דייטשלאנד, עסטרייך און טשעכעסלאוואקיע, און צוטיילן די אזיל רעכטן פאר אידן, אבער נישט מער פון דעם. בריטאניע איז איינגעגאנגען אריינצונעמען אן ענליכע צאל פליטים, אויפ'ן באדינג אז ארץ ישראל וועט נישט אויפגעברענגט ווערן אלץ א לעזונג פאר א פלאץ צו שיקן די אידן. אוסטראליע האט זיך אונטערגענומען צו ארייננעמען 15,000 איבער דריי יאר, און דרום אפריקע איז געווען גרייט צו נעמען נאר די וואס האבן נאנטע פאמיליע אין לאנד. די פראנצויזישע רעפרעזענטאט האט גע'טענה'ט אז פראנקרייך איז שוין איבערגעפילט מיט פליטים, און די עקאנאמישע צושטאנד ערלויבט איר נישט צו נעמען נאך, א סענטימענט צו וועלכע רוב אנדערע לענדער האבן זיך צוגעשטעלט. אויסער די דאמיניקען רעפובליק וואס האט זיך אונטערגענומען צו אריינלאזן 100,000 אידישע פליטים, און שפעטער אויך קאסטא ריקא.
רעפערענצן
- ↑ אידישע פליטים פון דייטשלאנד 1933-1939 אויף די וואשינגטאן מוזיאום וועבזייטל.
- ↑ Michael Blakeney, "Proposals for a Jewish Colony in Australia: 1938-1948." Jewish Social Studies 46.3/4 (1984): 277-292 online.
- ↑ Allen Wells (2009). Tropical Zion : General Trujillo, FDR, and the Jews of Sosua. Duke University Press. pp. 6–8. ISBN 978-0-8223-4407-0.
- ↑ יולי 1938 אויף יד ושם וועבזייטל.
קאַטעגאָריע:נאציזם קאַטעגאָריע:אינטערנאציאנאלע באציאונגען קאַטעגאָריע:קאנפערענצן מוסטער:קרד/ויקי/עברית מוסטער:קרד/ויקי/אנגלית