אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תענית אסתר"

קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
3,487 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
שורה 20: שורה 20:


די אנדערע ראשונים האלטן אז תענית אסתר איז אן אויסנאם, און די תקנה צו פאסטן דאן איז אנגעגאנגען אויך איידער די חורבן ווייל עס איז א פריערדיגע תקנה. דער [[ראב"ד]]{{הערה|ווערט געברענגט אין די ר"ן אויפן רי"ף מסכת תענית דף ז עמוד א מדפי הרי"ף און אין די ריטב"א דארט דף י עמוד ב}} און דער [[כלבו]]{{הערה|'''כלבו''' סימן סב}} זענען מסביר אז תענית אסתר איז א "תענית של שמחה" לזכר הנס, אנדערש ווי געווענליכע פאסטעג וואס זענען אלץ [[אבילות]].
די אנדערע ראשונים האלטן אז תענית אסתר איז אן אויסנאם, און די תקנה צו פאסטן דאן איז אנגעגאנגען אויך איידער די חורבן ווייל עס איז א פריערדיגע תקנה. דער [[ראב"ד]]{{הערה|ווערט געברענגט אין די ר"ן אויפן רי"ף מסכת תענית דף ז עמוד א מדפי הרי"ף און אין די ריטב"א דארט דף י עמוד ב}} און דער [[כלבו]]{{הערה|'''כלבו''' סימן סב}} זענען מסביר אז תענית אסתר איז א "תענית של שמחה" לזכר הנס, אנדערש ווי געווענליכע פאסטעג וואס זענען אלץ [[אבילות]].
==הלכות און מנהגים==
תענית אסתר איז י"ג אדר, ווען י"ג פאלט אין שבת פעדערט מען דאס פאסטן צו דאנערשטאג, י"א אדר. ביי א געווענליכע פאסט טאג שטופט מען אפ דאס פאסטן אויף זונטאג, אבער וויבאלד נאך תענית אסתר איז [[פורים]] פאסט מען פריער. פרייטאג פאסט מען אויך נישט, ווייל מען פלעגט אין תענית אסתר זאגן אסאך סליחות און תחנונים, און ערב שבת איז נישט דא קיין צייט דערפאר{{הערה|בית יוסף אורח חיים סימן תרפ"ו, און אין {{שוע|אורח חיים|תרפו|א}}}}.
דער [[רמ"א]] נעמט אן להלכה ווי דער שיטה אז תענית אסתר איז בלויז א שפעטערע מנהג, און דערפאר זענען די הלכות גרינגער ווי די [[ד' צומות]] וואס מען האט מתקן געווען נאכן [[חורבן]]; מעוברת'ן און מינקות, ווי אויך שוואכע מענטשן זענען פטור פון פאסטן{{הערה|רמ"א {{שוע|אורח חיים|תרפו|ב|ללא=שם}}; [[ב"ח]] אורח חיים סימן תרפ"ו אות ב}}.
מען פירט זיך צו געבן א זכר צו די מחצית השקל תענית אסתר פאר מנחה{{הערה|שם=רמא|רמ"א {{שוע|אורח חיים|תרצד|א}}}}. אלץ "מחצית השקל" ניצט מען א האלבע פון די מטבע אין יענעם לאנד{{הערה|שם=רמא}}, און מען געבט דריי דערפון ווייל עס שטייט אין פרשת שקלים{{הערה|{{תנ"ך|שמות|ל|יג}}}} דריי מאל די ווערטער "מחצית השקל"{{הערה|'''[[מרדכי]]''' מגילה סימן תשעז}}. כאטש וואס די מצוה איז געווען נאר פאר א איד פון צוואנציג יאר און העכער{{הערה|'''דרכי משה''' אורח חיים סימן תרצ"ד אות א בשם די מהרי"ל}}, אדער כאטש פון דרייצן יאר, פירט מען זיך צו געבן א מחצית השקל אויך פאר יעדער קינד אין די משפחה{{הערה|{{משנב|תרצד|ה}}}}.
די [[מהרי"ל]] פלעגט זיך פירן נישט צו געבן א שיעור תענית אסתר, ווייל די תלמידים זענען געווען פארנומען צוגרייטן צו פורים, און ער האט געזאגט א רמז דערויף אין פסוק{{הערה|{{תנ"ך|אסתר|ב|י}}}} "לא הגידה אסתר", און די פוסקים ברענגן דאס להלכה{{הערה|מגן אברהם סעיף קטן ג, אליה רבא סעיף קטן א, און משנה ברורה סעיף קטן ג, אין אורח חיים סימן תרפ"ו}}. דאס איז אבער נאר לגבי גיין אין ישיבה, אבער אליין אינדערהיים מעג מען לערנען.
אין [[קב הישר]]{{הערה|'''קב הישר''', פרק צז}} שטייט אז אין תענית אסתר זאל מען זאגן קאפיטל כ"ב פון תהלים, "למנצח על אילת השחר", וואס ווערט געברענגט אין חז"ל אסתר האט עס געזאגט איידער זי איז אריין צו אחשוורוש'ן, און עס איז סגולה צו געהאלפן ווערן מיט ישועות.


==צו ליינען מער==
==צו ליינען מער==

נאוויגאציע מעניו