אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תענית אסתר"
(←די מקור פון די תענית: הגהה, הוספת מקור, רעדאגירונג, הסרת כותרות ריקות) |
ק (←דער אפשטאם די תענית: הגהה) |
||
שורה 13: | שורה 13: | ||
די תענית האט נישט קיין מקור בפירוש אין חז"ל. לויט טייל ראשונים האבן מרדכי און אסתר נאך מתקן געווען די תענית, ווי מען זעט פון די פסוק אין די מגילה, "לְקַיֵּם אֵת יְמֵי הַפֻּרִים הָאֵלֶּה בִּזְמַנֵּיהֶם כַּאֲשֶׁר קִיַּם עֲלֵיהֶם מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי וְאֶסְתֵּר הַמַּלְכָּה וְכַאֲשֶׁר קִיְּמוּ עַל נַפְשָׁם וְעַל זַרְעָם דִּבְרֵי הַצֹּמוֹת וְזַעֲקָתָם"; פון דא איז משמע אז די אידן האבן פריער געהאט מקבל געווען "דברי הצומות וזעקתם", וואס מיינט לויט דער שיטה תענית אסתר. די [[ר"ן]] טייטשט אבער דעם פסוק אז עס מיינט אז די אידן האבן מקבל געווען די מצוות פון פורים פונקט ווי זיי האבן מקבל געווען די [[פיר תעניתים]] וואס די [[נביאים]] האבן מתקן געווען נאכן [[חורבן בית המקדש]]{{הערה|ר"ן אויפן רי"ף מסכת תענית דף ז עמוד א מדפי הרי"ף}}. | די תענית האט נישט קיין מקור בפירוש אין חז"ל. לויט טייל ראשונים האבן מרדכי און אסתר נאך מתקן געווען די תענית, ווי מען זעט פון די פסוק אין די מגילה, "לְקַיֵּם אֵת יְמֵי הַפֻּרִים הָאֵלֶּה בִּזְמַנֵּיהֶם כַּאֲשֶׁר קִיַּם עֲלֵיהֶם מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי וְאֶסְתֵּר הַמַּלְכָּה וְכַאֲשֶׁר קִיְּמוּ עַל נַפְשָׁם וְעַל זַרְעָם דִּבְרֵי הַצֹּמוֹת וְזַעֲקָתָם"; פון דא איז משמע אז די אידן האבן פריער געהאט מקבל געווען "דברי הצומות וזעקתם", וואס מיינט לויט דער שיטה תענית אסתר. די [[ר"ן]] טייטשט אבער דעם פסוק אז עס מיינט אז די אידן האבן מקבל געווען די מצוות פון פורים פונקט ווי זיי האבן מקבל געווען די [[פיר תעניתים]] וואס די [[נביאים]] האבן מתקן געווען נאכן [[חורבן בית המקדש]]{{הערה|ר"ן אויפן רי"ף מסכת תענית דף ז עמוד א מדפי הרי"ף}}. | ||
לויט [[רבינו תם]]{{ | לויט [[רבינו תם]]{{מקור}} און [[רבי אחאי גאון]] אין [[שאילתות]]{{הערה|פרשת ויקהל שאילתא ס"ז}} ווערט תענית אסתר דערמאנט אין גמרא. זיי טייטשן, אנדערש ווי רש"י{{הערה|וואס טייטשט: "הכל נקהלו להנקם מאויביהם בין בשושן בין בשאר מקומות, כמו שכתוב בספר, הלכך לא צריך קרא לרבויי שיהא ראוי לקרייה, דעיקר הנס בו היה"}}, אז דאס וואס די גמרא{{הערה|{{בבלי|מגילה|ב|א}}}} דרוקט זיך אויס אויף י"ג אדר "זמן קהילה לכל", מיינט אז עס איז א פאטס טאג, ווען מען נעמט זיך צוזאמען די זאגן [[תפילות]] און [[תחנונים]]. | ||
אנדערע ראשונים זאגן אז תענית אסתר איז א שפעטערע [[מנהג]] וואס איז איינגעפירט געווארן, און עס איז נאכנישט געווען אין די צייטן ווען מגילת תענית האט נאך נוהג געווען{{הערה|[[רמב"ן]], מלחמות ה' אויף די רי"ף מסכת מגילה דף ד עמוד א מדפי הרי"ף; אבן עזרא אסתר פרק ט פסוק ל}}. דער [[אבודרהם]] שרייבט אז די תקנה איז פון נאך [[חתימת התלמוד]]{{הערה|[[רבי דוד אבודרהם]], '''אבודרהם''', ונציה, שכ"ו, סדר תעניות דף צג עמוד ב}}. עס ווערט דערמאנט בפירוש הערשט אין [[מדרש תנחומא]]{{הערה|פרשת בראשית סימן ג. זע רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם, דברי יציב חלק ב, נתניה, תשנ"ו, סימן רצ}}. און אן ענדליכן מנהג ווערט געברעגנט אין מסכת סופרים{{הערה|שם=סופרים}}. | אנדערע ראשונים זאגן אז תענית אסתר איז א שפעטערע [[מנהג]] וואס איז איינגעפירט געווארן, און עס איז נאכנישט געווען אין די צייטן ווען מגילת תענית האט נאך נוהג געווען{{הערה|[[רמב"ן]], מלחמות ה' אויף די רי"ף מסכת מגילה דף ד עמוד א מדפי הרי"ף; אבן עזרא אסתר פרק ט פסוק ל}}. דער [[אבודרהם]] שרייבט אז די תקנה איז פון נאך [[חתימת התלמוד]]{{הערה|[[רבי דוד אבודרהם]], '''אבודרהם''', ונציה, שכ"ו, סדר תעניות דף צג עמוד ב}}. עס ווערט דערמאנט בפירוש הערשט אין [[מדרש תנחומא]]{{הערה|פרשת בראשית סימן ג. זע רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם, דברי יציב חלק ב, נתניה, תשנ"ו, סימן רצ}}. און אן ענדליכן מנהג ווערט געברעגנט אין מסכת סופרים{{הערה|שם=סופרים}}. | ||
שורה 20: | שורה 20: | ||
די אנדערע ראשונים האלטן אז תענית אסתר איז אן אויסנאם, און די תקנה צו פאסטן דאן איז אנגעגאנגען אויך איידער די חורבן ווייל עס איז א פריערדיגע תקנה. דער [[ראב"ד]]{{הערה|ווערט געברענגט אין די ר"ן אויפן רי"ף מסכת תענית דף ז עמוד א מדפי הרי"ף און אין די ריטב"א דארט דף י עמוד ב}} און דער [[כלבו]]{{הערה|'''כלבו''' סימן סב}} זענען מסביר אז תענית אסתר איז א "תענית של שמחה" לזכר הנס, אנדערש ווי געווענליכע פאסטעג וואס זענען אלץ [[אבילות]]. | די אנדערע ראשונים האלטן אז תענית אסתר איז אן אויסנאם, און די תקנה צו פאסטן דאן איז אנגעגאנגען אויך איידער די חורבן ווייל עס איז א פריערדיגע תקנה. דער [[ראב"ד]]{{הערה|ווערט געברענגט אין די ר"ן אויפן רי"ף מסכת תענית דף ז עמוד א מדפי הרי"ף און אין די ריטב"א דארט דף י עמוד ב}} און דער [[כלבו]]{{הערה|'''כלבו''' סימן סב}} זענען מסביר אז תענית אסתר איז א "תענית של שמחה" לזכר הנס, אנדערש ווי געווענליכע פאסטעג וואס זענען אלץ [[אבילות]]. | ||
==צו ליינען מער== | ==צו ליינען מער== | ||
*רחמים מזרחי, '''קונטרס דברי הצומות - תענית אסתר''', מודיעין עילית, תשע"א. | *רחמים מזרחי, '''קונטרס דברי הצומות - תענית אסתר''', מודיעין עילית, תשע"א. |
רעוויזיע פון 20:20, 12 פעברואר 2023
די טעם פארן תענית
תענית אסתר איז, לויט טייל ראשונים, א זכר די די תענית וואס מען האט געפאסט ביי די מלחמה קעגן די שונאים י"ג אדר. ביי אידן איז געווען איינגעפירט אז אין טאג פון א שלאכט פאסט מען, אזוי ווי מען זעט אז משה רבינו האט מתקן געווען א תענית ווען די אידן האבן מלחמה געהאלטן מיט עמלק, אזוי אויך האבן די אידן געפאסט י"ג אדר ווען זיי האבן מלחמה געהאלטן און גע'הרג'ט זייערע שונאיםלוא־פעלער: (בקריאה ל[[מוסטער::הערה]]) תוכן כפול: שם-רת וגם 2=רבינו תם, געברענגט אין רא"ש אין מסכת מגילה פרק א סימן א; מדרש תנחומא פרשת בראשית סימן ג..
לויט אנדערע איז תענית קעגן די דריי טעג וואס די אידן האבן געפאסט אויף פארלאנג פון אסתר המלכה איידער זי איז אריין צו אחשוורש'ן[1]. כאטש וואס דעמאלסט האט מען געפאסט אין ניסן פאסט מען היינט אין אדר, ווייל אין ניסן טאר מען נישט פאסטן[2].
אין מסכת סופרים ווערט געברענגט אז עס איז געווען א מנהג צו פאסטן דריי טעג אזוי ווי ביי די מעשה פון פורים. מען פלעגט זיי אבער פאסטן צושפרייט ("פרודין"): שני, חמישי ושני, און נישט "רצופין". די מנהג איז געווען צו פאסטן פאר פורים, אבער אין ארץ ישראל פלעגט מען פאסטן נאך פורים, צוליב יום נקנור און יום טוריינס וואס געפאלן פאר פורים[3]. דער אליה רבה[4] ברענגט בשם דער ריב"ש[5], אז אין מדרש תהילים[6] איז משמע אז אויך די פאסט טעג אין די צייטן פון די גזירה זענען געווען צושפרייטע; ווידעראום די שיטה פון די בבלי איז קלאר אז מען האט דעמאלסט געפאסט דריי טעג ברציפות. דער בית יוסף זאגט אז היינטיגע צייטן פאסט מען נישט די תעניתים, נישט צו פארשווערן אויפן ציבור[7].
דער כף החיים[8] ברענגט פון מגיד מישרים[9] אז די מען פאסט מכניע צו זיין די קטרוג פון די שטן אויף דעם וואס די אידן עסן און טרונקען זיך אן פורים.
דער משנה ברורה שרייבט אז די ציל פון די פאסט איז "כדי צו געדענקען אז די השי"ת זעט און הערט יעדער מענטש אין צייט פון נויט, אויב וועט ער פאסטן און זיך צוריקקערן צום באשעפער מיטן גאנצן הארץ, אזוי ווי ער האט געטון אין יענער צייט"[10].
דער אפשטאם די תענית
די תענית האט נישט קיין מקור בפירוש אין חז"ל. לויט טייל ראשונים האבן מרדכי און אסתר נאך מתקן געווען די תענית, ווי מען זעט פון די פסוק אין די מגילה, "לְקַיֵּם אֵת יְמֵי הַפֻּרִים הָאֵלֶּה בִּזְמַנֵּיהֶם כַּאֲשֶׁר קִיַּם עֲלֵיהֶם מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי וְאֶסְתֵּר הַמַּלְכָּה וְכַאֲשֶׁר קִיְּמוּ עַל נַפְשָׁם וְעַל זַרְעָם דִּבְרֵי הַצֹּמוֹת וְזַעֲקָתָם"; פון דא איז משמע אז די אידן האבן פריער געהאט מקבל געווען "דברי הצומות וזעקתם", וואס מיינט לויט דער שיטה תענית אסתר. די ר"ן טייטשט אבער דעם פסוק אז עס מיינט אז די אידן האבן מקבל געווען די מצוות פון פורים פונקט ווי זיי האבן מקבל געווען די פיר תעניתים וואס די נביאים האבן מתקן געווען נאכן חורבן בית המקדש[11].
לויט רבינו תם[מקור פארלאנגט] און רבי אחאי גאון אין שאילתות[12] ווערט תענית אסתר דערמאנט אין גמרא. זיי טייטשן, אנדערש ווי רש"י[13], אז דאס וואס די גמרא[14] דרוקט זיך אויס אויף י"ג אדר "זמן קהילה לכל", מיינט אז עס איז א פאטס טאג, ווען מען נעמט זיך צוזאמען די זאגן תפילות און תחנונים.
אנדערע ראשונים זאגן אז תענית אסתר איז א שפעטערע מנהג וואס איז איינגעפירט געווארן, און עס איז נאכנישט געווען אין די צייטן ווען מגילת תענית האט נאך נוהג געווען[15]. דער אבודרהם שרייבט אז די תקנה איז פון נאך חתימת התלמוד[16]. עס ווערט דערמאנט בפירוש הערשט אין מדרש תנחומא[17]. און אן ענדליכן מנהג ווערט געברעגנט אין מסכת סופרים[3].
י"ג אדר איז אויסגערעכנט אין מגילת תענית אלץ יום נקנור, צו פייערן דעם זיג פון יהודה המכבי איבער די יווני'שע קרעפטן אין שפיץ פון ניקנור אין שנת ג'ת"ר. אין די טעג אויסגערעכנט אין מגילת תענית האט מען איידער די חורבן נישט געטארט פאסטן, דאס רעכנט לכאורה אויך אריין י"ג אדר, די טאג פון תענית אסתר. דאס שטימט גוט מיט די שיטה אז תענית אסתר איז הערשט איינגעפירט געווארן שפעטער.
די אנדערע ראשונים האלטן אז תענית אסתר איז אן אויסנאם, און די תקנה צו פאסטן דאן איז אנגעגאנגען אויך איידער די חורבן ווייל עס איז א פריערדיגע תקנה. דער ראב"ד[18] און דער כלבו[19] זענען מסביר אז תענית אסתר איז א "תענית של שמחה" לזכר הנס, אנדערש ווי געווענליכע פאסטעג וואס זענען אלץ אבילות.
צו ליינען מער
- רחמים מזרחי, קונטרס דברי הצומות - תענית אסתר, מודיעין עילית, תשע"א.
רעפערענצן
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק תעניו"ת, הלכות ה'–ה', לויט די ב"ח אין אורח חיים סימן תרפ"ו - ↑ מסכת סופרים פרק כא הלכה א
- ↑ 3.0 3.1 מסכת סופרים, פרק יז הלכה ד, פרק כא הלכה א און הלכה יב
- ↑ רבי אליהו שפירא, אליה רבא, סימן תרפ"ו סעיף קטן ח
- ↑ רבי יצחק בר ששת, שו"ת הריב"ש, סימן תטז
- ↑ מזמר כב. "יכול יהו צמים שלשה ימים ושלשה לילות, ולא היו מתים. אלא, מפסיק מבעוד יום."
- ↑ בית יוסף, אורח חיים, סימן תרפ"ו
- ↑ רבי יעקב חיים סופר, כף החיים, סימן תרפו סעיף קטן ח
- ↑ רבי יוסף קארו, מגיד מישרים, פרשת ויקהל מהדורא קמא אור י"ג לאדר השני
- ↑ משנה ברורה, סימן תרפ"ו, סעיף קטן ב'
- ↑ ר"ן אויפן רי"ף מסכת תענית דף ז עמוד א מדפי הרי"ף
- ↑ פרשת ויקהל שאילתא ס"ז
- ↑ וואס טייטשט: "הכל נקהלו להנקם מאויביהם בין בשושן בין בשאר מקומות, כמו שכתוב בספר, הלכך לא צריך קרא לרבויי שיהא ראוי לקרייה, דעיקר הנס בו היה"
- ↑ מגילה ב, א
- ↑ רמב"ן, מלחמות ה' אויף די רי"ף מסכת מגילה דף ד עמוד א מדפי הרי"ף; אבן עזרא אסתר פרק ט פסוק ל
- ↑ רבי דוד אבודרהם, אבודרהם, ונציה, שכ"ו, סדר תעניות דף צג עמוד ב
- ↑ פרשת בראשית סימן ג. זע רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם, דברי יציב חלק ב, נתניה, תשנ"ו, סימן רצ
- ↑ ווערט געברענגט אין די ר"ן אויפן רי"ף מסכת תענית דף ז עמוד א מדפי הרי"ף און אין די ריטב"א דארט דף י עמוד ב
- ↑ כלבו סימן סב