אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באריס זשאנסאן"
ק (החלפת טקסט – "{{הערה|שם=" ב־"{{הערה|נאמען=") צייכן: צוריקגעשטעלט |
ק (החלפת טקסט – "הערה|נאמען=" ב־"הערה|שם=") צייכן: מאנועל צוריקשטעל |
||
שורה 15: | שורה 15: | ||
|שם התפקיד=[[אויסערן מיניסטער]] | |שם התפקיד=[[אויסערן מיניסטער]] | ||
|התחלת כהונה=[[13 יולי]] [[2016]] | |התחלת כהונה=[[13 יולי]] [[2016]] | ||
|סיום כהונה=[[9 יולי]] [[2018]]{{הערה| | |סיום כהונה=[[9 יולי]] [[2018]]{{הערה|שם=התפטרות}} | ||
|מאנארך=[[עליזאבעט די צווייטע]] | |מאנארך=[[עליזאבעט די צווייטע]] | ||
|הקודם בתפקיד=[[פיליפ האמאנד]] | |הקודם בתפקיד=[[פיליפ האמאנד]] | ||
שורה 64: | שורה 64: | ||
{{רעפליסטע | {{רעפליסטע | ||
|refs= | |refs= | ||
{{הערה| | {{הערה|שם=התפטרות|{{ynet||טלטלה בממשלת בריטניה: שר החוץ ג'ונסון התפטר|5307073|9 יולי 2018}}}} | ||
}} | }} | ||
רעוויזיע פון 07:39, 30 יאנואר 2023
פארטיי | קאנסערוואטיוו | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
| |||||||
ווייב | מארינא ווילער | ||||||
| |||||||
| |||||||
| |||||||
|
אלעקסאנדער באריס דע פעפל זשאנסאן (באוואוסט אלס באריס זשאנסאן, געבוירן דעם 19טן יוני 1964, ניו יארק סיטי)[2] איז א בריטישער קאנסערוואטיוו פארטיי פאליטיקער און געווען פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך פונעם 24סטן יולי 2019 ביזן 6טן סעפטעמבער 2022. ער איז א שטארקער ברעקסיט שטיצער און איז געלאפן אויף א פלאטפארמע זיך אפצוטיילן פונעם אייראפעאישן פאראיין פאר יעדן פרייז. פריער איז ער געווען דער שטאַטס-סעקרעטאר פאר אויסערן און קאמאנוועלט באציאונגען (אויסערן מיניסטער) זינט 2016, און אויך קאמאנס דעפוטאט פאר אקסברידזש און דרום רייזסליפ זייט 2015. ער איז געווען בירגערמייסטער פון לאנדאן פון 2008 ביז 2016.
ער איז אויך א זשורנאליסט און געוועזענער רעדאקטאר פון דער ספעקטאטאר.
ער איז פריער געווען קאמאנס דעפוטאט פאר הענלי פון 2002-2008, און איז געווען אמאל אן אפיציעלער פארשפרעכער אלס שאטן מיניסטער פאר העכערער בילדונג, ביז ער האט זיך געמאלדן צו קאנדידירן פאר בירגערמייסטער פון לאנדאן. זשאנסאן איז געווארן דער קאנסערוואטיוו פארטיי קאנדידאט דעם 27סטן סעפטעמבער 2007.
בירגערמייסטער פון לאנדאן
אום 1טן מאי 2008 איז ער געוויילט געווארן אלס בירגעמייסטער פון לאנדאן אויף א קאדענץ פון 4 יאר. ער האט געווינען די וואלן נאכן ציילן די צווייטע פרעפערענץ שטימען, מיט 1,168,738 קעגן די 1,028,966 שטימען פון זיין קעגנער, דער פריערדיגער בירגערמייסטער קען ליווינגסטאן.[3] באריס האט געמאלדן אז צוליב זיין זיג וועט ער רעזיגנירן אלס מיטגליד פון פארלאמענט.[4] אין 2015 האט מען אים געוויילט א קאמאנס דעפוטאט און ער האט געמאלדן אז ביי די נעקסטע וואלן אין 2016 וועט ער זיך נישט קאנדידירן ווי בירגערמייסטער פון לאנדאן.
פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך
באריס זשאנסאן איז ערוועלט געווארן אלס דער פירער פונעם קאנסערוואטיוון פארטיי נאך דעם וואס טערעזא מאי האט זיך אפגעזאגט פון אמט צוליב איר דורכפאל מיטן נישט קענען אויספירן דעם ברעקסיט. אלס הויפט פונעם פארטיי האט ער אויטאמאטיש אויך איבער גענומען איר פאזיציע אלס פרעמיער מיניסטער.
2019 אלגעמיינע וואלן
ביי די אלגעמיינע וואלן וועלכע זענען פארגעקומען דעם 12טן דעצעמבער 2019 זענען די קאנסערוואטיוון אונטער די אנפירערשאפט פון באריס זשאנסאן אריינגעקומען מיט א מאסיוון זיג וואס זיי האבן נישט געהאט זייט 1989, געוואונענדיג א איבערוויגנדיגע מערהייט אינעם פארלאמענט מיט דריי הונדערט פינף זעכציג זיצן. דאס האט געגעבן פאר באריס דעם ענדגילטיגן מאנדאט אדורכצופירן ברעקסיט אום יאנואר דעם 31'סטן אויף זיינע טערמינען.[5]
פריערדיגער: טערעזא מיי |
פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך 2019 - 2022 |
נאָכפאלגער: ליז טראס |
פרעמיער מיניסטארן פונעם פאראייניגטן קעניגרייך | ||
---|---|---|
|
בירגערמייסטערס פון לאנדאן | |
---|---|
|
רעפערענצן
- ↑ ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער
<ref>
טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמעןהתפטרות
- ↑ "וועגן באריס", אפיציעלע וועב-ארט ביאגראפיע.
- ↑ וואלן 2008 - לאנדאנער בירגערמייסטער BBC נייעס דערגרייכט 3טן מאי 2008
- ↑ Sky נייעס, 3טן מאי, 2008
- ↑ Chris Hanretty (29סטן אקטאבער 2019). "Why UK election outcome is impossible to predict". Politico Europe. Retrieved 29סטן אקטאבער 2019.
{{cite web}}
: Check date values in:|accessdate=
and|date=
(help)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!