אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:זמנים"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
ק (אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי (1)) |
||
שורה 14: | שורה 14: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|1]] |
רעוויזיע פון 12:20, 24 אפריל 2023
סוף זמן קריאת שמע של שחרית איז די לעצטע צייט אין טאג וואס מען קען ליינען קריאת שמע אינדערפרי.
די משנה אין מסכת ברכות זאגט אז מען קען ליינען קריאת שמע אינדערפרי ביז ווען די קעניגליכע קינדער וועקן זיך אויף. די גמרא זאגט אויף דעם אז דאס איז ביז די ענדע פון די דריטע שטונדע אין טאג.
עס זענען עטליכע מיינונגען אין ווען די ענדע פון די דריטע שטונדע איז:
- שיטת מגן אברהם - וואס איז די אנגענומענע שיטה, דאס ווערט אויסגערעכנט דורכדעם וואס מען רעכנט צוזאם אלע מינוטען אין טאג פון די עלות השחר ביז צאת הכוכבים אין מען ציטיילט דאס אין 12 טיילן. און לויט וויפול מינוט עס איז דא אין יעדע טייל איז דאס א שטונדע. דאן ציילט מען דריי אזעלכע שטונדעס פון די עלות השחר. וויבאלד די צייט פון עלות השחר און צאת הכוכבים זענען נישט יעדען טאג אייניג איז סוף זמן קריאת שמע של שחרית אויך נישט די זעלבע צייט יעדען טאג.
- שיטת הגר"א און בעל התניא, און פראקטיש אויך לויט לבוש - דאס ווערט אויסגערעכנט דורכדעם וואס מען רעכנט צוזאם אלע מינוטן אין טאג פון נץ החמה ביז שקיעת החמה און מען ציטיילט דאס אין 12 טיילן. און לויט וויפיל מינוט עס איז דא אין יעדע טייל איז דאס א שטונדע. דאן ציילט מען דריי אזעלכע שטונדעס פון נץ החמה. וויבאלד די צייט פון נץ החמה און שקיעת החמה זענען נישט יעדן טאג אייניג איז סוף זמן קריאת שמע של שחרית אויך נישט די זעלבע צייט יעדן טאג.
- שיטת קאמארנא - אז מען ציילט 3 שעות שוות פון זעקס אזייגער, לויט דעם איז אלעמאל סוף זמן קריאת שמע של שחרית אום 9 אזייגער אינדערפרי אויף די געהעריגע זייגער, און 10 אזייגער אינדערפרי אויף די זומער זייגער.
די אידישע טעגליכע זמנים |
עלות השחר | משיכיר | נץ החמה | סוף זמן קריאת שמע של שחרית | סוף זמן תפילה | חצות היום והלילה | מנחה גדולה | מנחה קטנה | פלג המנחה | שקיעת החמה | בין השמשות | ג' כוכבים קטנים | צאת הכוכבים | שעות שוות | שעות זמניות |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!