אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (←‏ברענגט ארויס די וויכטיגקייט אינעם אנהייב: ריכטיגע כוונה, וועט צוגעפאסט ווערן נאכ'ן איבערטייטשן)
שורה 57: שורה 57:
==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}
[[קאַטעגאָריע:המכלול אינערן פאליסי]]
[[he:המכלול:חשיבות אנציקלופדית]]
[[he:המכלול:חשיבות אנציקלופדית]]

רעוויזיע פון 22:26, 18 יאנואר 2023

ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט איז אן אייגנשאפט פון א טעמע וואס בארעכטיגט איר אנוועזנהייט אין המכלול אלס ארטיקל. עס זענען פארהאן טעמעס וואס זייער וויכטיגקייט איז קלאר און קיין שום ענציקלאפעדיע וועט זיי נישט אויסלאזן, א שטייגער ווי "אברהם אבינו", אדער להבדיל, "מאטעמאטיק". פונקט אזוי זענען פארהאן טעמעס וואס מען קען קלאר זאגן אז זיי באלאנגען נישט אין אן ענציקלאפעדיע, ווי "די אלטע לאמפ אויף ראסס סריט".

עס איז שווער מגדיר צו זיין וואס באלאנגט אין המכלול און וואס נישט, און דערפאר זענען פארהאן טעמעס וואס זייער ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט איז אין א ספק און פארלאנגט א דיסקוסיע.

קריטעריעס צו קענען ערשיינען אין המכלול

עמוד ראשיPostscript-viewer-shaded.png
זעט אויך – המכלול:וואס המכלול איז נישט

דורכאויס די יארן פון איר עקזיסטענץ, זענען אנטוויקלט געווארן אין העברעאישע המכלול געוויסע ריכטליניעס אנבאלאנגט וואס איז פאסיג צו זיין אן ארטיקל. (די פרינציפן דארט ענדלען צו די פרינציפן אין העברעאישע וויקיפעדיע, אבער אויסער די חילוקים וועלכע קומען פון דעם וואס המכלול העברי איז א חרדי'שע ענציקלאפעדיע מיט א תורה'דיגע בליק, איז די ווירטשאפט אנדערש אויך אין אנדערע געביטן). נאכקומען די קריטעריעס צו קענען ערשיינען אין המכלול קען זיך טוישן מיט די צייט (אויב למשל, עס קלארט זיך אויס איבער די יארן די היסטארישע באדייט פון א געוויסע געשעעניש).

א טעמע קען פאררעכנט ווערן ענציקלאפעדיש וויכטיג אויב למשל מען אינטערעסירט זיך אין דעם אויף לענגערע יארן און נישט נאר א קורצע וויילע (צ.ב.ש. א בוך – האט עס געהאט א השפעה פאר א לענגערע צייט? איז דער מחבר געווארן באקאנט דורך דעם?) אדער אויב מען קען רעפערירן אהין פון עטליכע אנדערע ארטיקלען.

אין עטליכע נושאים זענען אנגענומען געווארן אינערהאלב המכלול העברי קלארע קריטעריעס צו באשטימען אויב אן ארטיקל האט א פלאץ דארט:

ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט פראגעס קומען אויף על פי רוב איבער מענטשן, ביכער, לידער און דאס גלייכן; און די שאלה איז אלעמאל "ווי באקאנט איז ער? וויפיל איינפלוס האט ער?". צו קענען אפשאצן די ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט פון א בוך אדער א מענטש, איז דער פאלגנדער מעסטער א גוטער שליסל: וויפיל שטיקלעך אין די ארטיקל שילדערן די וועלט ארום די מענטש/בוך, און נישט דעם מענטש/בוך זעלבסט.

צום ביישפיל, אן ארטיקל איבער א וועלט פירער, וועט ווידמען גרויסע שטיקער צו שילדערן דאס לאנד וואס יענער פירט און וואס ער האט דארט אלץ אנגעווירטשאפט. אן ארטיקל איבער א רבי, וועט שילדערן די זאכן וואס ער האט אויפגעטון אין זיין קהילה, און דער מהלך ווי אזוי ער האט משפיע געווען אויף איר. אויב נאכן ארויס נעמען יענעם'ס ביאגראפיע בלייבט די ארטיקל ליידיג, איז עס ווארשיינליך נישט ענציקלאפעדיש.

דער זעלבער מעסטער איז נוצליך אויך צו וויסן וויפיל פערזענליך צו באשרייבן דעם מענטש וואס איז דער טעמע פונעם ארטיקל: וואס מער שטיקלעך שילדערן די וועלט ארום אים, אלץ מער זענען בארעכטיגט שטיקלעך איבער אים זעלבסט.

עס קענען אלעמאל זיין יוצאים מן הכלל, און שכל הישר איז אלעמאל דער מכריע.

בלעטער אינעם רוי געביט זענען לאו דווקא וויכטיג ענציקלאפעדיש, און קענען נישט דינען אלס ראיה אדער לעגעטימיזאציע צו גארנישט.

שרייבן א נייע ארטיקל

עס איז ראטזאם פאר נייע שרייבער, און אפילו אלטגעזעסענע, זיך צו דורך רעדן איידער מען שרייבט א נייע ארטיקל וואס זיין ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט איז אומקלאר, כדי מען זאל שפעטער נישט פארלאנגען פונעם שרייבער מסביר צו זיין די ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט דערפון. מען קען דאס טון ביים הילף טישל.

אויב דער ארטיקל איז אויסגעמעקט געווארן צוליב מאנגל אין חשיבות, דארף מען ווארטן א יאר, פארשטעלן א פונדאמענטאלע טויש פארבינדן דערמיט, און באקומען די שטיצע פון כאטש פינף שרייבער אין המכלול כדי צו עפענען אן אפשטימונג עס צוריק צו ברענגען. דאס פאר זיך קען אבער נישט צוריק האלטן צוקומפטיגע אפשטימונגען עס אויסצומעקן.

פאלגנד זענען עטליכע רעקאמענדאציעס ווי אזוי צו שרייבן אן ארטיקל אזוי אז איר ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט זאל זיין קלאר פון איר אינהאלט, אז א דיסקוסיע איבער איר וויכטיגקייט זאל נישט זיין נויטיג.

ברענגט ארויס די וויכטיגקייט אינעם אנהייב

עס איז ראטזאם אדורך צו ליינען די אלגעמיינע אנווייזונגען כדי צו שרייבן דעם ארטיקל אזוי אז איר ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט זאל זיין קלאר פון איר אינהאלט.

די וויכטיגסטע טייל איז דער אנהייב. עס מוז קענען אויספירן דעם שווערן פליכט פון געבן א קורצן אבער קלארן ענטפער אויף די פינף פראגעס: ווער? וואס? ווען? פארוואס? וואו? און עס דארף געבויט ווערן אזוי אז אויך איינער וואס ליינט בלויז דעם אנהייב זאל קענען ארויס נעמען דערפון די וויכטיגסטע אינפארמאציע וואס ער דארף וויסן.

דער אנהייב דארף אויך ענטפערן אויף די באהאלטענע פראגע – מיט וואס איז דער טעמע אזוי וויכטיג? פארוואס איז דער פערזענליכקייט ווערד אן ארטיקל? וואס שטעלט אים באזונדער פון אנדערע מענטשן? פארמייד זיך פון באציען אפענערהייט צו די פראגע ("די וויכטיגקייט פון ר' משה גאלדמאן איז וויבאלד זיינע ניגונים ווערן געזינגען איבעראל") נאר שרייבט אינפארמאציע פון וואס מען זאל אליין פארשטיין די וויכטיגקייט. אויב די וויכטיגקייט איז נישט זעלבסט פארשטענדליך פון די ערשטע שטיקל, איז די טעמע ווארשיינליך טאקע נישט ענציקלאפעדיש.

מקורות

צומאל קענען מקורות איבער אן ארטיקל אילוסטרירן דאס בעסטע איר וויכטיגקייט. אויב זעט מען גלייך אז איינער ווערט באשריבן אין עטליכע אביעקטיווע פלעצער דורך עטליכע שרייבער, איז זיין וויכטיגקייט מער פארשטענדליך. צייכנט צו א רייע פראמינענטע קוועלער דאס צו עררייכן.

ארטיקלען אויף וואס מען ארבעט נאך

צומאל ווערן האלב געשריבענע ארטיקלען פאררעכנט אלס אומוויכטיג, צוליב דעם וואס רוב שטיקער אינפארמאציע פעלן נאך דערפון, און א האלב געבאקענע זאך זעט נישט אויס צו גוט; און מ'קומט שוין דן זיין צו מען זאל עס מעקן. דאס צו פארמיידן קענט איר:

  • צולייגן ביים אנהייב פון די ארטיקל דער מוסטער {{אינמיטן ארבעט}} ביז איר ענדיגט. נעמט אין אכט אז דאס האלט נישט אפ פון מעקן דעם בלאט אויב איז דאס נויטיג, עס דינט בסך הכל אלס אן ערקלערונג פאר די אנדערע מכלולאים אז עס איז נאכנישט פארטיג.
  • עס איז כדאי צו שרייבן דעם ארטיקל אין א דרעפט אדער אין אייערע פריוואטע געביט. אזעלעכע בלעטער זענען נישט אינעם הויפט געביט, און איר קענט דארט רואיגערהייט ארבעטן, און ביים ענדע בעטן מען זאל עס אריבער פירן צום הויפט געביט.

וויכטיגקייט אפשטימונגען

אין פאל וואס עס איז נישט זיכער צו אן ארטיקל קומט נאך די קריטעריעס און א מכלולאי וויל מען זאל עס אויסמעקן, דארף ער ארויפברענגען א דיסקוסיע און אן אפשטימונג אויף די שמועס בלאט פונעם ארטיקל. פאר די פולע פראטאקאל און ריכטליניעס דערוועגן, זעט אויף המכלול העברי[1].


רעפערענצן

  1. דער פראטאקאל וועט בעזר השם איבערגעזעצט ווערן אין אידיש איינמאל די ציבור דא ווערט גרעסער, און דער פארלאנג דערפאר איז שטערקער.