אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:גאלדן געיט בריק"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:53, 22 נאוועמבער 2022
די גילדערנער טויער בריק (ענגליש: Golden Gate Bridge) איז א בריק אין קאליפארניע, און איז גלייכצייטיג די מערסט-באקאנטסטע לאנדמארק פון קאליפארניע, און פון די בארימטסטע אין אמעריקע. די בריק איז אויך די מערסט-פאטאגראפירסטע בריק, א דאנק איר שיינקייט און ארומיגע פאנאראמע.
גאלדען געיט איז פאר צענדליגע יארן געווען די לענגסטע בריק אין דער וועלט, און איז אויך געווען די העכסטע בריק פאר עטליכע יאר.
די בריק פארבינדט סאן פראנציסקא צו איר דערנעבנדיגע געגנט, מארין קאונטי.
היסטאריע
די בריק האט זיך געעפנט אין יאר 1937, די בוי-ארבעט האט גענומען פיר יאר, און האט געקאסט מער פון 35 מיליאן דאלער. ארבעטער האבן אראפגעגראבן גאר טיף אונטער דעם וואסער, אריינצובויערן די מאסיווע טורעמס וואס האלטן די בריק, עס זאל קענען איבערלעבן ערדציטערנישן, וואס באטרעפט אפט קאליפארניע.
א ספעציעלע זיכערהייט-נעץ איז אויפגעשטעלט געווארן אונטער די בריק צו באשיצן די ארבעטער וועלכע האבן געבויעט די בריק, און עס האט טאקע געראטעוועט עטליכע לעבנס; אבער נישט אייביג, א סקעפאלד וואס איז אראפגעפאלן אריין אינעם נעץ איז געווען צו א שווערע פאר'ן נעץ און ס'איז אריינגעפאלן אין וואסער, צען מענטשן זענען דאן אומגעקומען. אין לויף פון די ארבעט זענען 19 ארבייטערס געראטעוועט געווארן א דאנק די נעץ.
די בריק איז 4,200 פיס – כמעט א מייל—לאנג. בריק איז א הענג בריק, וואס הענגט אויף שטארקע שטריק פון צוויי טורעמס. די טורעמס זענען ביידע 746 פיס הויך.
איר נאמען
טראץ איר נאמען, "גאלדען געיט", איז עס געפארבט אין א רויטליכע קאליר, נישט גאלד. דער שטארקער קאליר העלפט איר ארויסשטארצן אפילו אין א שווערע נעפל. איר נאמען שטאמט טאקע נישט צוליב איר קאליר, נאר צוליב די וואסער העכער וואו זי ליגט, וואס הייסט די גאלדען געיט סטרעיט (דורכגאס).