אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:עדווארד בענעש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "געענדיקט" ב־"געענדיגט")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט עדווארד בענעש צו רוי:עדווארד בענעש אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 21:57, 8 יאנואר 2023

עדווארד בענעש

עדווארד בענעש (28סטן מאי 1884 - 3טן סעפטעמבער 1948) איז געווען א טשעכישער פאליטיקער, און א וויכטיגער שטאטסמאן.

ער איז געווען א פארלעמענטארישער העלפער פון טאמאס מאסאריק, דער ערשטער טשעכישער פרעזידענט. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה, האט ער געדינט אלס דער ערשטער אויסערן מיניסטער פון טשעכאסלאוואקיי.

אין 1935, נאכדעם וואס מאסאריק איז געשטארבן, איז בענעש געווארן פרעזידענט, פון דער טשעכאסלאוויקישער רעפובליק, ער האט געהערט צו דער לינקער, טשעכישער פאלקס סאציאליסטישער פארטיי.

מיט ענגלאנדס און פראנקרייכס דרוק אויף אים, האט ער אפגעגעבן דאס סודעטן געביט צו דייטשלאנד, און נאך דער מינכן קאנפערענץ האט ער פארלאזט זיין לאנד.

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, איז ער געווען פרעמיער מיניסטער פון דער טשעכישע רעגירונג אין גלות, וואס איז געווען אנערקענט דורך ענגלאנד, אמעריקע, און שפעטער אויך דורך רוסלאנד, ווען דער קריג האט זיך געענדיגט, איז ער אויפגענומען געווארן אין טשעכיי ווי א העלד, און ער איז ווידעראמאל ערוויילט געווארן אלס פרעזידענט אין 1946. אבער אין 1948, ווען די קאמוניסטן האבן זיך געשטארקט, האט ער רעזיגנירט פון אמט, און נאך אייניגע מאנאטן געשטארבן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!