אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:וואלד פייער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אויף יידיש דורך HotCat)
ק (החלפת טקסט – "לעכן" ב־"ליכן")
שורה 2: שורה 2:
א '''וואלד פייער''' איז א [[פייער]] וועלכע ברענט אין פעלדער און וועלדער און קען שווער קאנטראלירט ווערן צוליב די אומגעהויערע ברענשטאף וואס איז דארט פאראן. א וואלד פייער קען פאסירן פון היץ אדער פון מענטשן וועלכע טוען דאס בטעות און אמאל במזיד.
א '''וואלד פייער''' איז א [[פייער]] וועלכע ברענט אין פעלדער און וועלדער און קען שווער קאנטראלירט ווערן צוליב די אומגעהויערע ברענשטאף וואס איז דארט פאראן. א וואלד פייער קען פאסירן פון היץ אדער פון מענטשן וועלכע טוען דאס בטעות און אמאל במזיד.


אין א דורכשניטלעכן יאר ווערן פארברענט צענדליגער מיליאנען אקער לאנד ארום דער וועלט און אין די פאראייניגטע שטאטן אליינס ווערן פארברענט ארום 5 מיליאן אקער לאנד יעדן זומער. איינמאל א וואלד פייער ברעכט אויס קען עס לויפן מיט א שנעלקייט פון 14 און א האלב מייל פער שטונדע און וועט זיך פירן אן אייגן לעבן – זוכנדיג אירע אייגענע וועגן וויאזוי צו בלייבן ביים לעבן און וויאזוי צו באקעמפן איר גרעסטן שונא, וואסער וועלכע ווערט געגאסן דורך די פייער לעשער.  
אין א דורכשניטליכן יאר ווערן פארברענט צענדליגער מיליאנען אקער לאנד ארום דער וועלט און אין די פאראייניגטע שטאטן אליינס ווערן פארברענט ארום 5 מיליאן אקער לאנד יעדן זומער. איינמאל א וואלד פייער ברעכט אויס קען עס לויפן מיט א שנעלקייט פון 14 און א האלב מייל פער שטונדע און וועט זיך פירן אן אייגן לעבן – זוכנדיג אירע אייגענע וועגן וויאזוי צו בלייבן ביים לעבן און וויאזוי צו באקעמפן איר גרעסטן שונא, וואסער וועלכע ווערט געגאסן דורך די פייער לעשער.  
      
      
אין געציילטע סעקונדן קען א קליינע פונק אדער די היץ פון די זון אנצינדן א קליינע פייער וועלכע וועט ביז א קורצע צייט זיך אויסשפרייטן צו צענדליגער מיילן, אויפעסנדיג די אויסגעטרוקענטע בלעטער, האלץ, גרינצייג, און אלעס אנדערש וואס שטייט איר אין וועג. וואלד פייערן רינגלען אסאך מאל ארום באוואוינטע געגענטער און ווערן א געפאר פאר די שטעטלעך איינוואוינער וועלכע מוזן אנטלויפן איבערלאזנדיג די גאנצע פארמעגן אונטער זיך.
אין געציילטע סעקונדן קען א קליינע פונק אדער די היץ פון די זון אנצינדן א קליינע פייער וועלכע וועט ביז א קורצע צייט זיך אויסשפרייטן צו צענדליגער מיילן, אויפעסנדיג די אויסגעטרוקענטע בלעטער, האלץ, גרינצייג, און אלעס אנדערש וואס שטייט איר אין וועג. וואלד פייערן רינגלען אסאך מאל ארום באוואוינטע געגענטער און ווערן א געפאר פאר די שטעטלעך איינוואוינער וועלכע מוזן אנטלויפן איבערלאזנדיג די גאנצע פארמעגן אונטער זיך.

רעוויזיע פון 01:14, 6 יאנואר 2023

א וואלד־פייער אין מאנטענע

א וואלד פייער איז א פייער וועלכע ברענט אין פעלדער און וועלדער און קען שווער קאנטראלירט ווערן צוליב די אומגעהויערע ברענשטאף וואס איז דארט פאראן. א וואלד פייער קען פאסירן פון היץ אדער פון מענטשן וועלכע טוען דאס בטעות און אמאל במזיד.

אין א דורכשניטליכן יאר ווערן פארברענט צענדליגער מיליאנען אקער לאנד ארום דער וועלט און אין די פאראייניגטע שטאטן אליינס ווערן פארברענט ארום 5 מיליאן אקער לאנד יעדן זומער. איינמאל א וואלד פייער ברעכט אויס קען עס לויפן מיט א שנעלקייט פון 14 און א האלב מייל פער שטונדע און וועט זיך פירן אן אייגן לעבן – זוכנדיג אירע אייגענע וועגן וויאזוי צו בלייבן ביים לעבן און וויאזוי צו באקעמפן איר גרעסטן שונא, וואסער וועלכע ווערט געגאסן דורך די פייער לעשער.

אין געציילטע סעקונדן קען א קליינע פונק אדער די היץ פון די זון אנצינדן א קליינע פייער וועלכע וועט ביז א קורצע צייט זיך אויסשפרייטן צו צענדליגער מיילן, אויפעסנדיג די אויסגעטרוקענטע בלעטער, האלץ, גרינצייג, און אלעס אנדערש וואס שטייט איר אין וועג. וואלד פייערן רינגלען אסאך מאל ארום באוואוינטע געגענטער און ווערן א געפאר פאר די שטעטלעך איינוואוינער וועלכע מוזן אנטלויפן איבערלאזנדיג די גאנצע פארמעגן אונטער זיך.


א וואלד פייער הייבט זיך אן

אין א הייסן זומער טאג ווען די גראז און ביימער אין די וועלדער זענען אויסגעטרוקנט ביז'ן לאצטן טראפן דארף נישט קומען מער ווי א קליינע פונק פון די רעדער פון א פארבייפארנדיגע באן וועמענס אייזן רייבט אין די שינעס און דער פונק וועט אין גיכן פארשפרייט ווערן צווישן די בושעס און דערנאך ארויף צו די גרויסע ביימער און א וואלד פייער וועט אויסברעכן ביז א קורצע צייט.

א וואלד פייער קען זיך אויך אנהייבן נאטורליך דורך די שטארקע היץ פון די זון אדער דורך א בליץ וועלכע גרייכט די ערד. אבער אויספארשער זאגן אז רוב וואלד פייערן קומען פון מענטשליכע טעותים וועלכע וואלט אין א גרויסן טייל געקענט פארמיטן ווערן אויב מענטשן וואלטן געווען אביסל מער פארזיכטיג.

די אויספארשער ווייזן אן אז רוב וואלד פייערן האבן זיך אנגעהויבן פון קעמפ פייערס, אויסגענוצטע אומאויסגעלאשענע ציגעראטן, שפילעריי מיט שוועבל און פייערוואורקס, און א גרויסע צאל פייערן קומען גאר פון מזידים וועלכע צינדן דאס אן פאר אינטערעסאנטקייט צו זען וויפיל מייל דאס וועט פארברענען און ווילאנג דאס וועט געדויערן צו פארלעשן.

ווי באקאנט איז פייער א כעמיקאלע רעאקציע צווישן ברענשטאף און אקסיגן וועלכע הייבט אן רעאקטן ווען עס גרייכט א געוויסע טעמפרעאטור. נישט יעדע זאך קען ברענען ווייל נישט יעדע מאטריאל פארמאגט די כעמיקאלן וועלכע ברענגט פייער. פון די מאטריאלן וועלכע קענען יא ברענען וועט יעדע פון זיי אנהייבן ברענען ווען עס דעגרייכט א געוויסע מאס היץ. דאס ווערט אנגערופן א פלעש פאוינט. האלץ פארמאגט איינע פון די בעסטע ברענשטאף כעמיקאלן פאר פייער וועלכע איז היידראקארבאן מיט וועלכע האלץ איז רייך. אויב עס רעגנט גענוג דעמאלט זענען אלע ביימער גענוג פייכט נישט צו דערלאזן א פייער אפילו אין גאר שרעקליכע היצן. אבער אויב עס מאנגעלט אין רעגן פאר עטליכע טעג וועט האלץ אנהייבן ברענען באלד ווען איר היץ דעגרייכט איר פלעש פאוינט וועלכע איז אינגאנצן 572 דעגרי (300 דעגרי צעלסיוס).

אין אנדערע ווערטער לעבט א פייער פון 3 זאכן: ברענשטאף, אקסיגן, און היץ. אין די פייער דעפארטמענט ווערט דאס אנגערופן די פייער טרייענגל צוליב אירע דריי קוועלער. ווען פייער לעשער באקעמפן א פייער וועלן זיי פרובירן אוועקצונעמען איינע פון די דריי קוועלער און אזוי פארלעשן דעם פייער.

איינמאל א וואלד פייער ברעכט אויס זענען פאראן עטליכע פאקטארן וועלכע באשטימען דעם פייער'ס אויסגאנג. די פאקטארן רעכענען אריין ברענשטאף, די וועטער, און טאפאגראפיע. געוואנדן לויט די פאקטארן קען אמאל א פייער זיך אליינס פארלעשן אדער וועט עס זיך צעשפרייטן צו א ווילדע פארציקער אויף טויזענטער מיילן.


ברענשטאף פאר די פלאמען

וואלד פייערן צעשפרייטן זיך לויט די סארט און קוואנטום פון ברענשטאף וואס נעמט איר ארום. ברענשטאף קען מיינען אלעס אנגעהויבן פון ביימער, הויכע געוואוקסן (בראוש), און טרוקענע גראז וועלכע לויפן אין אפענע פעלדער און קען גרייכן הייזער. די צאל פון ברענענדיגע מאטריאל וועלכע נעמט ארום דעם פייער ווערט גערופן די ברענשטאף משא. די פייער דעפארטמענט רעכנט די ברענשטאף משא לויט די צאל ברענשטאף עס איז פאראן פער יעדע מאס ערד, דאס טייטש אזויפיל און אזויפיל טאנען ברענשטאף פער יעדע אקער לאנד.

אויב עס איז פאראן א קליינע צאל ברענשטאף פאר'ן פייער וועט דער פייער זיך צעשפרייטן לאנגזאמער און די פלאמען וועלן נישט זיין אזוי שטארק. אויב אבער איז פאראן אסאך ביימער און אנדערע געוואוקסן דעמאלט וועט דער פייער לויפן זייער שנעל און די פלאמען וועלן גיין זייער הויך און וועט געזען ווערן פון צענדליגער מיילן ווייט אוועק. אויסער דעם וואס מער ברענשטאף מאכט דעם פייער גיין שנעלער וועט די שטארקע היץ אויך שנעלער אויסטרוקענען די ברענשטאף און דער פייער וועט לויפן נאך שנעלער. וואו טרוקענער די וועלדער זענען אלס שווערער איז צו באקעמפן די פלאמען.

אין ווייטקייט וועט א וואלד פייער לויפן די שנעלסטע אויף טרוקענע גראז און בראושעס. כאטש ביימער האבן מער ברענשטאף ווי גראז געדויערט אבער לענגער דעם פייער צו גיין ווייטער ווייל עס האט א גרויסע ארבעט איינצוהילן דעם בוים אין פלאמען. אויף גראז האט ער א קליינע ארבעט און ער וועט לויפן זייער שנעל, באלד שנעלער וואו א מענטש קען אנטלויפן פון איר.

נאך א סיבה פארוואס א וואלד פייער לויפט זייער שנעל איז ווייל די טבע פון א פייער איז אז אויב עס איז פאראן עטליכע ערליי כעמיקאלן וועט עס געדויערן לענגער צו ברענען וואו איין כעמיקאל. אין וועלדער איז נאר פאראן גראז, בלעטער, און ביימער וועלכע פארמאגן אלע גרויסע קוואנטום פון היידראקארבאן און איז די איינציגסטע ברענשטאף פאר'ן פייער וואס מאכט דעם פייער לויפ'ן נאך שנעלער. נאך א ספעציעלע שטארקייט צו וואלד פייערן איז די רויך וואס קומט ארויס פון היידראקארבאן וועלכע איז זייער טרוקן און טוט אויסטרוקענען דעם ארומיגן געגענט גרייטמאכנדיג איר פאר דעם פייער וואס קומט.


ווינט און רעגן

דער וועטער שפילט אויך א גרויסע ראלע אין וואלד פייערן. מערערע מאל ביי וואלד-פייערן אין קאליפארניע האט דער פייער ערשט נאכגעלאזט ווען א שניי איז באפאלן דעם ראיאן און עטליכע שטעטלעך זענען געראטעוועט געווארן פון דעם געפאר. א ווינט קען גוט צוהעלפן א פייער און וועט אים אויך העלפן קעמפן קעגן די פייער לעשער ווען א רעגן אדער שניי איז זיין שונא.

עס זענען פאראן 3 הויפט וועטער עפעקטן וועלכע קענען טוישן דעם גאנג פון א וואלד פייער. זיי זענען: די טעמפרעאטור, די ווינט, און פייכקייט. ווי דערמאנט פריער איז איינע פון די וויכטיגסטע זאכן פאר א פייער די היץ וועלכע ברענגט די כעמיקאלע רעאקציע. יעצט אויב איז די וועטער הייס איז עס די בעסטע שטאף פאר'ן פייער. אבער אויב עס ווערט קאלט דעמאלט וועט די שנעלקייט פון דעם פייער אויטאמאטיש נאכלאזן ווייל דער פייער וועט דארפן שווערער ארבעטן אויסצוטרוקענען די ברענשטאף. ביי רוב וואלד פייערן איז טאקע די ערגסטע צייט נאכמיטאג ווען די היץ פון טאג גייט ארויף צו אירע העכסטע שטאפלן און די פייערן ווערן שנעלער און ווילדער. א ווינט קען האבן די גרעסטע עפעקט אויף א פייער ווייל עס ברענגט אים עקסטערע אקסיגן און קען אים פשוט טראגן שנעלער פון איין פלאץ צום צווייטן. א ווינט איז אבער פון די עפעקטן וועלכע מען קען זיך נישט אויסרעכנען פריער און קען טיילמאל קומען אין א סורפרייז.

די חרבנות וועלכע א פייער לאזט איבער ווענדט זיך אויך אסאך אין די ווינט. ווייל א פייער וואס ווערט געטריבן זייער שנעל דורך די ווינט וועט נאר אפברענען אויבערפלעכליך און אלעס וועט צוריקוואקסן נארמאל נאך א קורצע צייט. אבער אויב עס איז בכלל נישט פאראן קיין ווינט וועט דער פייער פארציקן אלעס און אויסברענען די ערד און מען וועט נישט קענען זען קיין נייע פירות פאר עטליכע יאר.

סייענטיסטן אין די נאציאנאלע צענטער פאר אטמאספערע פארשונג זאגן אז אויסער די אויבנדערמאנטע עפעקטן וואס א ווינט קען האבן צו א פייער קען דער פייער זעלבסט מאכן ווינטן זיך אליינס צוהעלפן. זיי ווייזן אן אויף א ספעציעלע קאמפיוטער מאדעל וועלכע זיי נוצן צו מעסטן די שטארקייט פון ווינטן וועלכע ווייזט קלאר אז די היץ און רויך וואס די וואלד פייערן געבן ארויס טוט באשאפן באזונדערע שטארקע ווינטן וועלכע לויפן אים די פארעם פון א טארנעידא און העלפן אסאך צו די שנעלקייט פון זיין פארשפרייטונג.

לויט די שטודיעס פון די זעלבע סייענטיסטישע ארגאניזאציע קען א וואלד פייער מיט די הילף פון א שטארקע ווינט אמאל לויפן אין די שנעלקייט פון 100 מייל פער שטונדע דורך שפריצן אזלעכע גרויסע פלאמען פון 60 פיס ברייט און 100 פיס לאנג. דאס פאסירט אבער געווענליך נאר ביי א קרוין פייער וועלכע לויפט נאר אויף די שפיץ פון ביימער און האט א טבע צו דעגרייכן הויכע בערג.

פייכקייט איז די איינציגסטע וועטער באדינונג וועלכע שטער א פייער. אין א פייכטע וועטער וועט דער פייער האבן א שווערע ארבעט אויסצוטרוקענען די פייכקייט פון דער לופט און זיין ברענשטאף. אויסערדעם וועט א פייכטע וועטער גאר קעמפן קעגן א פייער ווייל עס קילט אפ די היץ פונעם פייער מיט די פייכקייט אין איר אסטמאספערע.

רעגן איז אפגערעדט און יעדער פארשטייט אז דאס איז די בעסטע וועטער קעגן א וואלד פייער. רעגן וואסער זאפט איין אין די ביימער ערד און לאזט נישט קיין פרישע פייערן אויסברעכן.


פייערן אויף בערג

די דריטע עפעקט אויף א וואלד פייער וועלכע מיר האבן פריער דערמאנט איז טאפאגראפיע. דער אויסשטעל פון די ערד און בערג קען אויך טוישן די גאנג פון א פייער אויף ביידע וועגן.

פייער האט א טבע אז עס לויפט שנעלער ארויף וואו אראפ און איז מיט דעם אנדערש ווי וואסער וועלכע פאלט מיט די וועלט'ס ערד צוציאונג'ס קראפט. א פייער לויפט גאר שנעל ארויף אויף בערג ווייל די היץ און רויך גרייטן צו דעם באדן דורך אויסטרוקענען יעדעס ביסל פייכקייט וואס עס איז פאראן. אבער איינמאל דער פייער איז אויפ'ן בארג האט ער א שווערע ארבעט צוריק אראפצוקומען פון די אנדערע זייט ווייל דארט האט ער נישט די היץ וועלכע העלפט אים אויסטרוקענען די פייכקייטן און ער וועט אליינס מוזן קעמפן זיך צו דערזען צוריק אראפ. יעדעס יאר ברעכן אויס טויזענטער וואלד פייערן און זייער אסאך פון זיי פארלעשן זיך פון זיך אליינס צוליב איינע פון די עפעקטן וועלכע מיר האבן אויסגערעכנט און פון דעם איז בערג די מערסטע פון זיי. פייערן גייען זייער אסאך מאל ארויף אויף די בערג און ברענען דארט אויס.

אין אויסטראליע איז אין א געוויסן זומער געווען א גרויסע וואלד פייער וועלכע האט אט געהאלטן ביים ארויפגיין א גרויסע בארג וועלכע איז געווען פיל מיט הייזער און א ווינט וועלכע האט געבלאזן אראפ פון בארג האט צוריקגעהאלטן דעם פייער פאר עטליכע טעג ביז עס האט נאכגעלאזט און דער פייער איז ארויף מיט איין אימפעט און פארציקט אלעס וואס עס האט דעגרייכט.

פייערן אויף בערג קענען אנמאכן מער חרבנות וועלכע קענען עפעקטירן אויף דעם ארום נאכדעם וואס א ווינט אדער שטארקע רעגן וועט אפשווענקן די פארברענטע ערד פן די בערג און וועט פארפלייצן דעם גאנצן ארום. אזא געשעעניש האט זיך אפגעשפילט אין גלענוואוד ספרינגס, קאלאראדא, און 994' ווען א וואלד פייער וועלכע האט פארברענט 2,000 אקער לאנד האט דעגרייכט א בערגיקע געגענט און ערשט 2 מאנאטן נאך די שריפה האט א שטארקע ווינט אפגעשוואנקן אלע אש פון די בערג און איז געפאלן אויף די אינטערסטעיט 70 וועלכע לויפט נעבן דעם און 30 אויטאס זענען באדעקט געווארן מיט מאראסט און 2 פון זיי האבן פארלוירן קאנטראל און זענען אריינגעפאלן אינעם קאלאראדא טייך.

א פייער איז אבער נישט נאר א פארציקער. וואלדפייערן קענען אמאל גאר זיין א טובה פאר די וועלדער ערשטנס ווייל אמאל וועט א קליינע פייער פארמיידן א גרעסערע פייער וועלכע וועט נאכפאלגן שפעטער אדער א יאר דערויף און וויבאלד די בראושעס זענען שוין אפגעברענט וועט עס נישט קענען פארשפרייט ווערן. וואלד פייערן קענען אויך אמאל העלפן באזייטיגן קראנקהייטן וועלכע כאפן זיך אן אויף גראז און וועט אין געוויסע פעלער גאר בעסער מאכן געוואקוסן דורך די אפפאל פון די ביימער וועלכע קוראזשירן נייע געוואוקסן.

באקעמפן דעם פייער

די טויזענטער פייער לעשער וועלכע קעמפן קעגן וואלד פייערן יעד'ן זומער האבן א שווערע ארבעט ווייל זיי ארבעטן אין גאר שווערע היצן מיט אלע זייערע שמונה בגדים אויף זיך. רוב פייער דעפארטמענטס אין די באטרעפענדע סטעיטס פארמאגן א ספעציעלע עליטע אפטיילונג וועלכע גיבן זיך אפ מיט וואלד פייערן. די ספעציעלע פייער לעשער ווערן צעטיילט אין 2 גרופעס: א "האטשאט" גרופע און א "סמאוקדזשאמפערס" גרופע.

די האטשאט גרופע באנעמט זיך מיט אויפשטעלן אן ארט וואו זיי באזייטיגן יעדע סארט ברענשטאף כדי צוריקצוהאלטן דעם פייער פון אריבערגיין אויף ווייטער. אין ענגליש ווערט דאס אנגערופן א פייער ברעיק און אין אסאך סטעיט'ס פארמאגן שוין רוב וועלדער אזעלכע פייער ברעיקס אין פאל עס ברעכט אויס א פייער זאל עס נישט גיין צו ווייט.

סמאוקדזשאמפערס זענען א ספעציעלע גרופע וועלכע טאנצן ארויס פון פליגער אין פייער רינגן וועלכע זענען נאכגעלאזט אינמיטן און מאכן א פייער ברעיק און באזייטיגן אלע קליינע פייערן עס זאל נישט ווערן גרויסע פייערן. די גרופע ווערט אנגעפירט און טרענירט דורך די פארעסט סערוויס דעפארטמענט.

אויסער די הויפט טעכניקן איז פאראן אנדערע וועגן וויאזוי מען פארמיידט וואלד פייערן פון פארשפרייטונג. אמאל נוצט מען גאר א פייער קעגן א פייער און מען ברענט אפ א געוויסע געגענט אונטער א קאנטראל אזוי אז ווען דער פייער וועט דארט דעגרייכן וועט עס מער נישט האבן קיין ברענשטאף צו גיין ווייטער. די ספעציעלע פייער לעשער נוצן אויך פליגער וועלכע טראקסן אראפ טויזענטער גאלאנען וואסער אדער שטוב צו דערשטיקן דעם פייער.

אויסער וואסער און שטויב איז פאראן א ספעציעלע רויטע שטויב וועלכע איז א כעמיקאל וועלכע קען נישט ארבעטן צוזאמען מיט פייער און וועט קעמפן צו פארלעשן דעם פייער.


מוסטער:נאטירלעכע קאטאסטראפעס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!