אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "המכלול:אלגעמיינע אנווייזונגען פאר שרייבער"
(←אנהייב: פארברייטערט) |
|||
שורה 72: | שורה 72: | ||
<nowiki>{{הערות שוליים}}</nowiki> | <nowiki>{{הערות שוליים}}</nowiki> | ||
==אנהייב== | ==אנהייב{{הערה|דער קאפיטל גייט אריבער צו אן עססעי סטייל, צוליב די וויכטיגקייט פון פארשטיין די וויכטיגקייט}}== | ||
די "אנהייב" פון אן ארטיקל איז דער קרוין און שפיץ דערפון; באטראכט עס ווי א קונסטווערק, און שלייף עס ווי א דיימאנט. | |||
צום אלעמען ערשט, נעמט אין אכט אז רוב רובם פון די ליינער ליינען בלויז די אנהייב פון אן ארטיקל; דאס איז וואס מען זעט ווען מען לייגט די מייזל איבער א אינערליכע לינק, און דער טייל איז דאס וואס ווערט דאס מערסטע געליינט און דאס מערסטע ציטירט. דורך דעם אנהייב וועט איר דאס מערסטע משפיע זיין אויף דער וועלט. | |||
פאר טייל ליינער, איז די אנהייב אייער "לעצטע געלעגנהייט" זיי אויסצולערנען עפעס, און אפשר אפילו צורעדן צו ליינען די ארטיקל זעלבסט... | |||
די אנהייב דארף דערלנאגן פארן ליינער די וויכטיגסטע און בולט'דיגסטע פונקטן פון די טעמע, אין ווינגסטע ווערטער. אין זשורנאליזם וואלט דער פליכט דעפינירט געווארן ווי פאלגענד: עס דארף קענען אויספירן די שווערע פליכט פון ענטפערן אויף די פאלגענדע [[ע:חמש המ"מים|פינף פראגעס]]: ווער? וואו? ווען? וואס? פארוואס?, און אין געוויסע פעלער אויך: וויאזוי? | |||
די אנהייב פון די ארטיקל דארף אויך ארויסהייבן און ארויסברענגן די חשיבות און [[ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט]] פון דער טעמע. | |||
פאלגענד זענען אלגעמיינע פארשריפטן פאר די אנהייב, טייל פון זיי שטאמען פון די פראבע צו האלטן די אויסזע פון המכלול אייניג, און טייל פון זיי אלץ קוואלעטעט: | |||
*'''די אנהייב איז נישט קיין אריינפיר''' אדער אונטערגרונד צום טעמע, דאס קען געטון ווערן אין די ארטיקל זעלבסט אין א קאפיטל מיטן טיטל "אריינפיר". עס איז א תמצית און א קוצרע איבערזיכט אויף די טעמע. | |||
*שרייב די אנהייב נאך די גאנצע ארטיקל, אדער שרייב עס איבער נאכאמאל דאן. א גרייטע ארטיקל וועט אייך ערמעגליכן צו קענען אפשאצן ריכטיג וואס געהער אין די אנהייב. אזוי קענט איר קיינמאל נשיט וויסן ווי אהין דער ארטיקל וועט אייך פירן. | |||
*די ערשטע ווארט אדער פאר ווערטער פון די אנהייב איז די פולע און אפציעלע נאמען פון די טעמע, אין באָלד בוכשטאבן. אין זעלטענע פעלער לייגט מען צו אן ארטיקל ("דער", "א") און און נאך מער זעלטענע פעלער די וויסנשאפטליכע געביט ("אין מאטעמאטיק, איז א '''פאקטאר'''..."). | |||
*נאך די נאמען, קומען אין קלאמערן די פארשידענע וואריאציעס פון די נאמען, אין פארשידנע שפראכן; טייל מאל אריינגערעכנט פאנעטישע אנוויזונגען. אזוי אויך קומען דארט די צייט און פלאץ און אנדערע פרטים לפי הענין. | |||
*די נאמען פון די טעמע, איז טייל פון די ערשטע זאץ אין די ארטיקל. די ערשטע זאץ דארף דעפנירן דער טעמע, און עס שילדערן מיט א קלארקייט, ('''רבינו משה בן מימון''' (....) איז געווען א פוסק, מפרש, פילאזאף, אלצווייסער און דאקטער אין די מיטלאלטער, און איז פון די גרעסטע פוסקים און פון די געשעצסטע פערזענליכקייטן ביי אידן אין אלע דורות, און פון די וואס האבן אוועקגעשטעלט די יסודות הדת און עיקרי האמונה"). דער גאנצע ארטיקל אין איין זאץ. | |||
*די ערשטע פאראגראף דארף ענטהאלטן די דעטאלן איבערן טעמע וואס מאכן עס באקאנט און בארעכטיגט פאר אן ארטיקל דא. דא איז ווי דער [[ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט]] דארף ערקלערט ווערן. | |||
*די איבריגע טייל פון די אנהייב, ביז דריי פאראגראפן אלעס צוזאמען על פיר רוב, דארף איבערגעבן די גאנצע ארטיקל אויפן שפיף גאפל, אויף א פארשטענדליכע און אינפארמאטיווע אופן. שטעל דיר פאר מען געבט דיר נישט מער ווי דריי פאראגראפן צו רעדן וועגן אייער טעמע. | |||
*ציינכט נישט צו קיין רעפערענצן אדער נאטיצן אין די אנהייב. פון נאטור אויס, איז די אנהייב א סיכום און תמצית פון די ארטיקל זעלבסט, און ווערן דערין נישט דערמאנט קיין שום חידושים וואס ווערן נישט שפעטער איבערגע'חזר'ט – מיט די פאסיגע רעפערענצן און נאטיצן. | |||
*לייגט צו א פאסיגע מוסטער מיט דאטע איבער דער טעמע דארט ווי עס איז שייך. | |||
*לייגט אריין ביים טעמע איין – אבער איין – בילד (אויב איז דא א מוסטער מיט דאטע גייט עס אריין דארט). זעלבסט פארשטענדליך, היות עס וועט זיין בלויז איין בילד, קלויב אויס דאס בעסטע, וואס וועט דאס מערסטע דערגענצן די הבנה איבער די טעמע. | |||
צו געבן א באגריף וויאזוי אן אנהייב פון אן ארטיקל דארף אויסזען, נעמט אין באטראכט די פאלגענדע: טייל לענגערע ארטיקלען ווערן צעשפילעטרט אויף קלענער טיילן; די "טאטע" ארטיקל איז צעטיילט אויף קלענערע קאפיטלען, יעדער קאפיטלט שילדערט אין קורצן איין חלק פון די טעמע, און שיקט צו א "פארברייטערטע ארטיקל" דערוועגן. | |||
די קורצע שילדערונג אין די טאטע ארטיקל דארף קענען זיין אט גענוי די אנהייב פון די פארברייטערע ארטיקל; עס איז אפילו פארהאן [[א מוסטער]] וואס טוט אריין שטעלן די אנהייב פון די ארטיקל דערמאנט אין די פאראמעטער. | |||
==מיטגלידערשאפט== | ==מיטגלידערשאפט== |
רעוויזיע פון 18:02, 3 יאנואר 2023
וואס זאל איך טון דא?
המכלול איז אן ענציקלאפעדיע וואס ווערט געשריבן דורך יעדער איינער. דער סוד פון די הצלחה פון אזא סארט ענציקלאפעדיע איז לאו דווקא אז עס זענען דא אסאך וואלונטירן וואס ארבעטן דערויף, נאר אז יעדער איינער שטעלט צו פון זיינע בעסטע ידיעות און שענסטע טאלאנטן.
דערפאר, די טעמעס וואס איר זאלט שרייבן און בארייכערן זענען אט די טעמעס וואס איר ליבט דאס מערסטע, און וואס איר קענט דאס בעסטע. באשרייב דיין רבי, חסידות, קהילה, שטאט און אינדוסטריע אין וועלכע דו באשעפטיגסט זיך א.ד.ג.
אויב זענען דא קאפיטלעך היסטאריע אין וועלעכע דו האסט גרויס אינטערעסע און דו ליינסט און פארשסט אסאך דערוועגן, פרוביר עס צו באשרייבן. די זעלבע איז אויך גילטיג לגבי נייעסן אין וועלעכע איר זענט אריין געטון, פערזענליכקייטן וואס איר פאלגט נאך און סוגיות און מקצועות וואס איר לערנט.
טו דער פליכט וואס איר קענט דאס בעסטע. אויב זענט איר א שרייבער, שרייבט די ארטיקלען. אויב קענסטו נישט אזוי גוט שרייבן, אבער דו קענסט גוט די אידישע שפראך, אויסלייג און גראמאטיק, זיי מגיה די ארטיקלען. אויב קענט איר ביידע נישט, אבער איר האט פילע ידיעות, קענט איר שרייבן רויע ארטיקלען און בעטן אנדערע זאלן עס צופוצן.
איר קענט אויך צו שטעלן מקורות, לינקס, בילדער, רעקארדירונגען און סיי וואס דארט וואו עס פאסט אריין. איר קענט אויך סתם קומען געבן פידבעק פון א ליינער'ס פערספעקטיוו און אנווייזן דעם שרייבער וואו ער דארף מער מאריך און מסביר זיין, און וואו ער האט לכאורה איבער געטריבן. אזוי אויך, אויב קענט איר זיך אויס מיט די וויקי סינטעקס, קענט איר שיין אהערשטעלן די פארשידענע מוסטערן, קאטעגאריעס און אלעס ארום.
אין איין ווארט: טו און שרייב דאס וואס איר קענט דאס בעסטע און איז אייך דאס געשמאקסטע, דאס ווערט ברענגען רעזולטאטן מיט די בעסטע קוואליטעט. פון אנדערן זייט, איז וויכטיג צו געדענקן אז די עיקר סערוויס וואס המכלול שטעלט צו איז אן ענציקלאפעדיע צום ליינען; ווען איינער שליסט זיך אן אין די רעדאקציע, דארף דאס קומען בלויז פון די ווילן צו ביישטייערן און מיטטיילן זיינע ידיעות, און נישט זיך אונטערצוהאלטן אדער פאראויסשטופן אן אגענדע. נעמט אין אכט אז עס זענען דא א רייע זאכן וואס המכלול איז נישט. און אויב האט איר נישט וואס צו טון – זייט מוחל און טוט עס נישט דא.
ארבעטן אויף אן ארטיקל
המכלול לעבט טאקע פון ביישטייערונגן, אבער רעזערווירט זיך די רעכטן צו קלויבן וואס אנצונעמען און וואס נישט. די ארטיקלען אין המכלול דארפן זיין אויפן העכסטן סטאנדארט, גוט געשריבן, קראנט און באלערנד. און פארשטייט זיך, אין א היימישע אידיש און מיט א תורה'דיגע בליק. מיר יאגן זיך נישט אין ערגעץ, און מיר וועלן ווארטן ווילאנג עס פאדערט זיך כדי די ארטיקלען זאלן זיין פון די בעסטע ווארע. ווען איר זעצט אייך שרייבן אן ארטיקל, הייבט אן אין א דרעפט, אדער אין א בלאט אין די פריוואטע געביט. עס איז טעכניש נישטא קיין נפקא מינה צווישן די צוויי אפציעס, אבער אין אלגעמיין זענען ארטיקלען אין די דרעפט געביט אזעלכע אויף וואס עטליכע מכלולאים ארבעטן אינאיינעם, און ארטיקלען אין פריוואטע געביטן זענען אזעלכע ארטיקלען וואס איר ווילט אליין שרייבן אן קיין שטער. שרייבן אן ענציקלאפעדישע ארטיקל, איז אנדערש אינגאנצן ווי סיי וועלעכע אנדערע שרייבווערק א היימישע שרייבער איז געוועליך געוואוינט, און עס פאדערט זיך מער צייט אין ישוב הדעת עס ריכטיג צו טון. געב אוועק כאטש א וואך צו ארבעטן אויף איין איינציג ארטיקל, און ארבעט בלויז אויף איינס אויפאמאל. פאלגנד זענען עטליכע פונקטן צו וואס מען דארף באזונדער מקדיש זיין צייט און מחשבה:
- ענציקלאפעדיש געשריבן – אנדערש ווי אן ארטיקל אין א צייטשריפט, דארפן די ארטיקלען אין המכלול זיין געשריבן טרוקן און תמצית'דיג, אנע שרייבערישע שילדערונגען און פארשידענע אנדערע רעטארישע מיטלען וואס זענען גאנגבאר אין די שרייבערישע וועלט. מען דערציילט נישט קיין מעשיות, מען וויקלט נישט אויף א שקלא וטריא, און מען פארמיידט סלענגס און שפריכווערטער ווי ווייט מעגליך. מען וועט דערמאנען אן אנעקדאט נאר אויב עס געבט אן אינטעגראלע פארשטאנד איבערן נושא. יעדער שטיקל אינפארמאציע וואס איז עטוואס זייטיג דארף מען שוקל זיין צו מען זאל עס בכלל דערמאנען, און אויב יא, ווי אזוי און ווי דעטאלירט. צומאל דארף מען זיך איינהאלטן מיט אייזערנע קייטן.
- קורץ אבער באלערנד – מען קען נישט אויפהאלטן דעם ליינער צו לאנג, נאר איבערגעבן דאס מערסטע אינפארמאציע אין ווייניגסטע ווערטער; און פארט קלאר און פארשטענדליך. דאס ווערט באזונדער וויכטיג אין די אנהייב פון אן ארטיקל. צו לאנגע און פארצווייגטע זאצן זענען אויך נישט גוט. דערפאר, געבט אוועק מוח און מחשבה ווי אזוי זיך אויסצודרוקן אין קורצע, און אינפארמאציע-רייכע זאצן. אויב טרעפט איר זיך איבער שרייבן די זעלבע זאץ נאכאמאל און נאכאמאל כדי עס צו מאכן קורצער, זענט איר אויף די ריכטיגע וועג.
- גאנצקייט – מען דארף זיכער מאכן אז די ארטיקל דעקט די טעמע פון אלע הינזיכטן און שטאנדפונקטן, און געבט א פולע און ברייטער בליק און די נושא. אן ארטיקל איבער א יום טוב דארף ענהאלטן די הלכות און מצוות דערפון, אבער אויך פארשידענע מנהגים, פנימיות על פי חסידות, קבלה, מוסר און אידישע פילאזאפיע, און אויך די קולטורעלע איינגעלעגנהייטן. אן ארטיקל איבער א היסטארישע פיגור דארף ענהאלטן זיין ביאגראפיע, אויפטוען, אפשאצונגען און הערכה דורך שפעטערדיגע פון פארשידענע שטאנדפונקטן, און אויך ערווענען ביכלעך, לידער און שפילן וואס זענען געשריבן געוארן איבער אים.אזוי אויך דארף אן ארטיקל באגלייט ווערן מיט בילדער און דיאגראמעס צו דערגענצן די הבנה.
- סדר און אויסשטעל – אן ארטיקל דארף זיין גוט מסודר, און זיין געבויט לויט פארשידענע פרינציפן וואס קענען זיך אמאל אפילו סותר זיין, און עס פאדערט זיך שעפערישקייט עס אויסצושטעלן ריכטיג. אין אלגעמיין, וועלן מער צענטראלע און וויכטיגע פונקטן איבער א טעמע שטיין העכער אין בלאט, און די זייטיגע ווייטער. פון צווייטער זייט, דארף עס האבן אויך א לאגישע אויסשטעל און זיין מסודר לויט די ענינים וואס עס דעקט. און פון דריטן זייט, איז אמאל אויך פארהאן א כראנאלאגישע אספעקט דערצו מיט וואס מען דארף זיך רעכענען. "זיצט" אויף דעם ענין א היבשע וויילע, האבנדיג אינזין די טובה פון די ליינערס.
- מקורות אלץ פרינציפ – כמעט יעדע פאקט וואס ווערט דערמאנט אין די ארטיקלען מוז האבן א קראנטע מקור, וואס מען קען נאכקוקן. מסקנות פון אייער אייגענע פארשעריי, זכרונות און מסורות בעל פה זענען פסול. אזוי אויך מוז איר נאכקוקן יעדער מקור וואס איר ברענגט אראפ. צומאל זעהט מען עפעס אינפארמאציע אין אן ארטיקל אין א זשורנאל, און יענער שרייבער ברענגט אראפ פראפעסניעלע קוועלער, און עס איז דא א רייץ אראפ צו ברענגען יענער פראפעסניעלע מקור. טוט דאס נישט: שרייב וואו דו האסט עס געזעהן. נאך בעסער איז אויב איר קוקט נאך יענער קוואל.
- מקורות אלץ תוכן – די מקורות פון אן ארטיקל, זענען טיילמאל אן אינטעגראלע טייל פון וואס דער ארטיקל קומט דערציילן. נישט בפירוש נאר "צווישן די שורות". ווען אן ארטיקל איבער א פאליטיקאנט דערציילט איבער א באשולדיגונג אויף יענעם, וועט די מקור דערציילן ווער דער באשולדיגער איז ("אה, סך הכל CNN..."). אן ארטיקל איבער אן היסטארישע פיגור וועט "פארציילן" דורך אירע מקורות וועלכע פארשער האבן באשריבן יענעם און אין וועלעכע אור-אלטע היסטאריע ביכער ער ווערט דערמאנט. די מקורות פון אן ארטיקל איבער א תנ"כי'שע פיגור וועט דערציילן אין וועלעכע פסוקים און מדרשים ער ווערט דערמאנט, א.א.וו. צומאל וועט מען ווידמען א גאנצע קאפיטל אין די ארטיקל צו שילדערן די מקורות איבער די ידיעות אין די ארטיקל, אבער אפילו אויב נישט איז כדאי עס זאל זיין קלאר פון די רעפערענצן. לייגט אריין ארבעט אויך אין דער חלק, ברענגט אראפ פון די פסוקי התורה זעלבסט און נישט פון סדר הדרורת, ברענג אראפ הלכות פון גראד פון די גמרא, און נישט פון משנה ברורה, א.א.וו.
ביים ענדיגן שרייבן, איז אנגענומען צו לאדענען {{אקטיווע מכלולאים}} צוצופוצן מגיה זיין און געבן הערות אויף דעם ארטיקלן, און דערנאך בעטן ביי די מנטרים און די באאויפטראגטע עס איבערצוקוקן, און אריבער פירן צום הויפט געביט. מען קען רעדאגירן ארטיקלען גרינגערהייט דורך די וויזועלע רעדאגירער, אבער עס איז גוט צו נעמען די צייט און זיך צו דערלערנען די ויקיסינטעקס און ארבעטן דירעקט אויף די קאוד.
איבערזעצן ארטיקלען
די ארבעט פון בויען א ברייטע אידישע ענציקלאפעדיע, טוט אין גרויס טייל ארייננעמען דאס איבערזעצן ארטיקלען פון המכלול העברי און פון וויקיפעדיע אין פארשידענע שפראכן. ספיציפיש, אין וועלטליכע טעמעס אין וואס היימישע פארשער און שרייבער אינטערעסירן זיך ווייניגער, און פראדוצירן ווייניגער קוועלער. פאלגענד זענען עטליכע פונקטן, נקודות למחשבה, וויאזוי צוצוגיין צום ארבעט פון איבערזעצן אן ארטיקל, אזוי אז עס זאל זיין פון א גוטע קוואלעטעט.
- צוגאנג – באטראכט דיין ארבעט אלס שרייבן אן ארטיקל באזירט אויף איין מקור, ווי איידער אלס איבערזעצן אן עקזיסטירנדע ארטיקל. אין פראקטיק מיינט עס אז מען זאל מאריך און מקצר זיין לפי הענין, אנדערש זיך ארויס ברענגן און אפילו אנדערש מסדר זיין די גאנצע ארטיקל אויב פעלט עס אויס. די ארגענעלע ארטיקלען האבן נישט קיין שום קדושה אדער חשיבות, און דער עיקר איז צו שרייבן נאטורליך און פליסיג, צוגעפאסט צום היימישן ליינער.
- באקאנטשפאט – זעצט איבער ארטיקלען איבער טעמעס וואס איר קענט און פון וואס איר פארשטייט די טעמינאלאגיע. איר מוזט נישט זיין קיין מומחה אדער אפילו טיילווייז געלערנט דערין, אבער איר מוזט האבן כאטש עפעס א הבנה אין דער ענין, גענוג אויף גרונטליך צו פארשטיין וואס איר ליינט אין די ארטיקלען דערוועגן.
- שפראך – זעצט איבער בלויז פון שפראכן וואס איר קענט, און פארלאזט אייך נישט אינגאנצן אויף מעכאנישע איבערזעצערס. דאס מיינט על פי רוב ענגליש און עברית. ווידער, איר מוזט נישט זיין א פליסיגער רעדנער אין די שפראכן, ניטאמאל דארפט איר קענען דער הויער וואקאבלור מיט וואס ארטיקלען אין געוויסע טעמע ווערן געשריבן; איר דארפט אבער יא קענען וויסן בערך וואס די שרייבער וויל ארויס ברענגן, און קענען כאפן דעם מעכאנישע איבערזעצער ביי טעותים. איר מעגט אבער יא, מיט גרויס פארזיכטקייט, קוקן אויב א וויקיפעדיע אין אן אומבאקאנטע שפראך דערמאנט א ווערדפולע פונקט וואס איר קענט צולייגן צו אייער ארטיקל. טוט דאס אין שפראכן ווי די מעכאנישע איבערזעצער איז גאקאנט צו טויגן, ווי פראנצויזיש, דייטש און שפאניש.
- קוועלער – אין פרינציפ, טוט דער כלל אז מען קען נישט אראפ ברענגן א מקור אן עס נאכקוקן קודם גילטן אויך ביים איבער זעצן, און דאס מיינט אז איר דארפט נאכגיין יעדער רעפרעננץ צוגעצייכנט אין א וויקיפעדיע ארטיקל איידער איר ברענגט עס אראפ. דאס איז אבער אן אומרעאליסטישע פארלאנג, און א בחינה פון גזירה שאין רוב הציבור יכול לעמוד בה; און דערפאר קענט איר רוהיגערהייט ברענגען מקורות אן עס נאכקוקן, ווילאנג עס איז דא א קרעדיט מוסטער ביים ענדע פון די בלאט. אויב אזוי פארוואס דערמאנט מען עס דא בכלל? כדי מען זאל געדענקן אז די לכתחילה שבלכתחילה איז יא נאכצוקוקן די מקורות...
- פארשידענע קוועלער - עס איז כדאי, ביים איבערזעצן פון וויקיפעדיע צוזאמען צופלעכן סחורה פון עטליכע ענציקלאפעדישע קוועלער (וואס וועט בעז"ה צוגעשטעלט ווערן דורך באניצער:צמא לדעת). אויב איז עס בלויז איבערגעזעצט פון וויקיפעדיע, האט עס די זעלבע לייסענס ווי וויקיפעדיע, דאס הייסט אינגאנצן פריי; און וויקיפעדן קענען עס צוריק קאפיען צום אידישן וויקיפעדיע און אונטערהאקן די הצלחה פון המכלול, און ווי צונישט מאכן אייער שווערער ארבעט. עס איז אבער נישט אזוי וויכטיג, און אויב איז עס שווער מוזט איר נישט מקפיד זיין דערויף.
אזוי אויך זענען כאטש טיילווייז גיליטיג די אויבנדערמאנטע פונקטן לגבי שרייבן אן ארטיקל.
געבוי פון די ארטיקלען
אין המכלול לייגט מען א געוויכט אז די ארטיקלען זאלן אויסזען די זעלבע און זאלן זיין אויסגעשטעלט ענדליך. דער אויסשטעל שטאמט פון המכלול העברי (און דארטן קענט איר טרעפן באלערנדע הילף בלעטער דערוועגן), וואס מאכט נאך וויקיפעדיע (דארטן איז אויך דא וואס צו ליינען). אויפן שפיץ גאפל זענען די ארטיקלען אויסגעשטעלט ווי פאלגענד:
- אנהייב: א קורצע תמצית פון די ארטיקל, על פיר רוב ביז דריי פאראגראפן, וואס געבט דעם ליינער די וויטיגסטע אינפארמאציע אויפן שפיץ גאפל.
- די עצם ארטיקל: די עצם ארטיקל.
- זעט אויך: א ליסטע פון ארטיקלען אין ענדליכע אדער פארבינדענע טעמעס.
- צו ליינען מער: א קאנצערטרירטע ליסטע פון אינפארמאטיווע קוועלער וואו די ליינער קען פארברייטערן זיינע ידיעות איבערן טעמע. געאייגנט פאר קוועלער וואס זענען בעיקר נישט אויפן געוועב.
- דרויסנדיגע לינקס: אזוי ווי '"צו ליינען מער'", נאר פאר ארטיקלען וואס ערשיינען יא אויפן געוועב – אינאיינעם מיט א לינק אהין.
- נאטיצן: קורצער אויפקלערונגען אויף געוויסע פונקטן דערמאנט אין די ארטיקל.
- רעפערענצן: די מקורות.
- קאטאגאריעס און פארשידענע מוסטערן וואס דארפן דארט זיין (צב"ש, קרעדיט פאר וויקיפעדיע).
רעפערענצן און נאטיצן
ביים ענדע פון יעדער ארטיקל, זענען פראהאן צוויי קאפיטלען מיט די קעפלעך "נאטיצן" און "רעפערענצן". די צוויי זענען ווי הערות פון אונטן באקאנט פון געווענליכע ספרים. זענען אבער דא פארשידנע חילוקים צווישן די צוויי, ווי אויך איינגעפירטע נארמעס צו האלטן די ארטיקלען אין המכלול אייניג. די חילוק צווישן רעפערענצן און נאטיצן איז, אז נאטיצן איז בעיקר געווידמעט צו ערקלערן די אינהאלט פון די ארטיקל, און די רעפערענצן איז בעיקר עס אונטערצושטיצן מיט מקורות. געבויעט אויף דער געדאנק דארף מען ניצן די צוויי. אין די רעפערענצן וועט מען לייגן:
- מראה מקומות. מען זאל דאס פארצייכענען אין איינקלאנג מיט די ריכטליניעס איבער ביבליאגראפיע, וואס לויטן, אין איין ווארט, אז עס דארף שטיין: די נאמען פונעם שרייבער, די טיטל פונעם ספר/מאמר, [נאמען זושרנאל - אויב רעלעוואנט] , פלאץ, און יאר געדרוקט. דערנאך א מראה מקום אין די ספר - בעסער א בלאט נומער.
- ציטאטן. צומאל זעט דער שרייבער פאר ריכטיג אויך צו ציטירן א זאץ-צוויי פון די מקור, דאס לייגט מען על פי רוב נאכן מראה מקום, מיט די מוסטער {{ציטוטון}}.
- דוגמאות. א ביישפיל אונטערצושטיצן א פאקט דערמאנט אין די ארטיקל, ווי א מקור איז נישט אזוי רעלעוואנט. צום ביישפיל; שרייבנדיג אויף די רש"י'ן, אז ער זאגט אמאל "לא ידעתי", קען ווערן אונטערגעשטיצט מיט אפאר דגומאות אין א רעפערענץ (אזוי ווי עס איז פאקטיש געטון געווארן אין המכלול העברי).
- ביבליאגראפישע נאטיצן. אזעלכע זאצן ווי: "זעט איבערדעם אין .....", "מערערע מקורות געזאמלט דורך....", און דערגלייכן.
- נאטיצן. ווען עס זענען דא ווייניג נאטיצן, וועט מען זיי צוזאמשטעלן מיט די רעפרענצן אין איין קאפיטל. ווען עס זענען דא אונטער דריי נאטיצן גייען זיי זיכער אריין צווישן די רעפערענצן, אבער צומאל אפילו ווען עס זענען דא מער.
פאלגענד זענען זאכן וואס מען וועט לייגן אין די נאטיצן. די זאכן אויסגערעכנט ערשיינען צומאל אין די ארטיקל זעלבסט, אבער צומאל, געוואנדן אין די נאטור פון די טעמע, וועט עס גיין אין די נאטיצן:
- ערקלערונגען. אויב איז נייטיג אמאל מסביר צו זיין אדער קלארשטעלן זאכן וואס ווערן דערמאנט אין די ארטיקל, טוט מען עס אין א נאטיץ. צום ביישפיל, אויב די כראנאלאגיע איבער געשעעשנישן איז אומקלאר, וועט מען צו צייכענען אויף וועמען די דאטומען אין ארטיקל איז באזירט; אזוי אויך אלטערנאטיווע דאטומען, ("דאטומען לויט א. הויכנברעגער. לויט ב. מיכלגרובער, האט די אינוואזיע פאסירט אום 1652 און זיך געענדיקט אומ 1658").
- הוכחות. די באווייזן וואס פארשער האבן צו א געוויסע באהויפטונג, אויב זענען זיי וויכטיג, וועלן זיי צומאל דערמאנט ווערן אין די נאטיצן.
- שקלא וטריא. אין תורה'דיגע ארטיקלען, ווען די שיטות אין די ראשונים און די פוסקים ווערן קאמפלאצירט, זענען נאטיצן א ניצליכע מיטל צו האלטן די ארטיקל זעלבסט פשוט און גרינג, אינדערצייט וואס די נאטיצן ברענגען ארויס די מפולפל'דיגע, דקות'דיגע אדער לומד'ישע חילוקים צווישן די שיטות.
- פארשידנארטיגס. נאטיצן זענען דער אומאפציעלע פלאץ וואו שרייבער רוקן אריין ווארע וואס געהערט נישט אין די ארטיקל זעלבסט, אבער איז צו וויכטיג אדער באליבט אז דער שרייבער זאל אינגאנצן אויפגעבן דערויף. דאס איז ערלויבט בעיקר אין ארטיקלען וואו עס זענען סיי ווי דא מערערע נאטיצן, און נאך איינס וועט נישט שאדן.
מען קען צוצייכענען רעפערענצן אין די נאטיצן דארט וואו עס איז שייך. כדי די רעפערענצן און נאטיצן זאלן ערשיינען אין זייערע קאפיטלען ווי עס באדארף צו זיין, דארף מען לייגן ביים ענדע פון די ארטיקל די פאלגענדע קאוד:
==נאטיצן==
{{ביאורים}}
==רעפערענצן==
{{הערות שוליים}}
אנהייב[1]
די "אנהייב" פון אן ארטיקל איז דער קרוין און שפיץ דערפון; באטראכט עס ווי א קונסטווערק, און שלייף עס ווי א דיימאנט.
צום אלעמען ערשט, נעמט אין אכט אז רוב רובם פון די ליינער ליינען בלויז די אנהייב פון אן ארטיקל; דאס איז וואס מען זעט ווען מען לייגט די מייזל איבער א אינערליכע לינק, און דער טייל איז דאס וואס ווערט דאס מערסטע געליינט און דאס מערסטע ציטירט. דורך דעם אנהייב וועט איר דאס מערסטע משפיע זיין אויף דער וועלט.
פאר טייל ליינער, איז די אנהייב אייער "לעצטע געלעגנהייט" זיי אויסצולערנען עפעס, און אפשר אפילו צורעדן צו ליינען די ארטיקל זעלבסט... די אנהייב דארף דערלנאגן פארן ליינער די וויכטיגסטע און בולט'דיגסטע פונקטן פון די טעמע, אין ווינגסטע ווערטער. אין זשורנאליזם וואלט דער פליכט דעפינירט געווארן ווי פאלגענד: עס דארף קענען אויספירן די שווערע פליכט פון ענטפערן אויף די פאלגענדע פינף פראגעס: ווער? וואו? ווען? וואס? פארוואס?, און אין געוויסע פעלער אויך: וויאזוי?
די אנהייב פון די ארטיקל דארף אויך ארויסהייבן און ארויסברענגן די חשיבות און ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט פון דער טעמע. פאלגענד זענען אלגעמיינע פארשריפטן פאר די אנהייב, טייל פון זיי שטאמען פון די פראבע צו האלטן די אויסזע פון המכלול אייניג, און טייל פון זיי אלץ קוואלעטעט:
- די אנהייב איז נישט קיין אריינפיר אדער אונטערגרונד צום טעמע, דאס קען געטון ווערן אין די ארטיקל זעלבסט אין א קאפיטל מיטן טיטל "אריינפיר". עס איז א תמצית און א קוצרע איבערזיכט אויף די טעמע.
- שרייב די אנהייב נאך די גאנצע ארטיקל, אדער שרייב עס איבער נאכאמאל דאן. א גרייטע ארטיקל וועט אייך ערמעגליכן צו קענען אפשאצן ריכטיג וואס געהער אין די אנהייב. אזוי קענט איר קיינמאל נשיט וויסן ווי אהין דער ארטיקל וועט אייך פירן.
- די ערשטע ווארט אדער פאר ווערטער פון די אנהייב איז די פולע און אפציעלע נאמען פון די טעמע, אין באָלד בוכשטאבן. אין זעלטענע פעלער לייגט מען צו אן ארטיקל ("דער", "א") און און נאך מער זעלטענע פעלער די וויסנשאפטליכע געביט ("אין מאטעמאטיק, איז א פאקטאר...").
- נאך די נאמען, קומען אין קלאמערן די פארשידענע וואריאציעס פון די נאמען, אין פארשידנע שפראכן; טייל מאל אריינגערעכנט פאנעטישע אנוויזונגען. אזוי אויך קומען דארט די צייט און פלאץ און אנדערע פרטים לפי הענין.
- די נאמען פון די טעמע, איז טייל פון די ערשטע זאץ אין די ארטיקל. די ערשטע זאץ דארף דעפנירן דער טעמע, און עס שילדערן מיט א קלארקייט, (רבינו משה בן מימון (....) איז געווען א פוסק, מפרש, פילאזאף, אלצווייסער און דאקטער אין די מיטלאלטער, און איז פון די גרעסטע פוסקים און פון די געשעצסטע פערזענליכקייטן ביי אידן אין אלע דורות, און פון די וואס האבן אוועקגעשטעלט די יסודות הדת און עיקרי האמונה"). דער גאנצע ארטיקל אין איין זאץ.
- די ערשטע פאראגראף דארף ענטהאלטן די דעטאלן איבערן טעמע וואס מאכן עס באקאנט און בארעכטיגט פאר אן ארטיקל דא. דא איז ווי דער ענציקלאפעדישע וויכטיגקייט דארף ערקלערט ווערן.
- די איבריגע טייל פון די אנהייב, ביז דריי פאראגראפן אלעס צוזאמען על פיר רוב, דארף איבערגעבן די גאנצע ארטיקל אויפן שפיף גאפל, אויף א פארשטענדליכע און אינפארמאטיווע אופן. שטעל דיר פאר מען געבט דיר נישט מער ווי דריי פאראגראפן צו רעדן וועגן אייער טעמע.
- ציינכט נישט צו קיין רעפערענצן אדער נאטיצן אין די אנהייב. פון נאטור אויס, איז די אנהייב א סיכום און תמצית פון די ארטיקל זעלבסט, און ווערן דערין נישט דערמאנט קיין שום חידושים וואס ווערן נישט שפעטער איבערגע'חזר'ט – מיט די פאסיגע רעפערענצן און נאטיצן.
- לייגט צו א פאסיגע מוסטער מיט דאטע איבער דער טעמע דארט ווי עס איז שייך.
- לייגט אריין ביים טעמע איין – אבער איין – בילד (אויב איז דא א מוסטער מיט דאטע גייט עס אריין דארט). זעלבסט פארשטענדליך, היות עס וועט זיין בלויז איין בילד, קלויב אויס דאס בעסטע, וואס וועט דאס מערסטע דערגענצן די הבנה איבער די טעמע.
צו געבן א באגריף וויאזוי אן אנהייב פון אן ארטיקל דארף אויסזען, נעמט אין באטראכט די פאלגענדע: טייל לענגערע ארטיקלען ווערן צעשפילעטרט אויף קלענער טיילן; די "טאטע" ארטיקל איז צעטיילט אויף קלענערע קאפיטלען, יעדער קאפיטלט שילדערט אין קורצן איין חלק פון די טעמע, און שיקט צו א "פארברייטערטע ארטיקל" דערוועגן. די קורצע שילדערונג אין די טאטע ארטיקל דארף קענען זיין אט גענוי די אנהייב פון די פארברייטערע ארטיקל; עס איז אפילו פארהאן א מוסטער וואס טוט אריין שטעלן די אנהייב פון די ארטיקל דערמאנט אין די פאראמעטער.
מיטגלידערשאפט
- ↑ דער קאפיטל גייט אריבער צו אן עססעי סטייל, צוליב די וויכטיגקייט פון פארשטיין די וויכטיגקייט