אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלטע פייגא טייטלבוים"
ק (היימישע שפראך, קאטעגאריע) צייכן: באקוקט |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אלטע פייגא טייטלבוים צו רוי:אלטע פייגא טייטלבוים אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 15:18, 8 יאנואר 2023
הרבנית אלטע פייגא טייטלבוים ( ל' ניסן ה'תרע"ב; 17טן אפריל ,1912 - י"א סיון, ה'תשס"א; 2טן יוני, 2001). איז געווען די צווייטע רביצין פון סאטמארער רבי רבי יואל טייטלבוים.
זי איז געבוירן אין יאר ה'תרע"ב מיטן נאמען אלטע פייגא שפירא, אין דער שטאט טשענסטעכאוו פוילן, צו איר פאטער רבי אביגדור שפירא, טשענסטכאווער רבי, פון דער קאזשניצער גזע. איר מוטער איז געווען אן אייניקל פון מאור ושמש. זי האט חתונה געהאט מיט'ן סאטמארער רבי י"ג אלול ה'תרצ"ז. דער סאטמארער רבי איז געווען מער פון צוואנציג יאר עלטער פון איר.
דעם סאטמארער רבי'נס טאכטער רויזא'לע איז געווען מער נישט ווי צען יאר יונגער פון דער רביצין.
אין דער צייט וואס איר מאן האט געלעבט האט זי געשאפן גאר אסאך געלטער פאר צדקה, זי האט דאן אויפגעשטעלט א הכנסת כלה פאנד, וואס האט פארטיילט א יאר שווערע צענדליגער טויזנטער פאר הכנסת כלה, עס איז נישט דא קיין משפחה אין סאטמאר וואס האט נישט הנאה געהאט פון איר הכנסת כלה פאנד, אויך נאך דעם וואס איהר מאן איז נפטר געווארן האט זי געטיילט פאר יעדן ארץ ישראל איד וואס איז געקומען פאר הכנסת כלה עטליכע הונדערט דאלער, און צומאל עטליכע טויזנט דאלער. איר צדקה וחסד איז א וואונדער און א חידוש, אפילו אין די לעצטע יארן אירע פלעגט זי יעדן ערב שבועות ארום פארן און פארטיילן טויזנטער טויזנטער דאלארן פאר נויטבאדערפטיגע.
זי האט אויך אנגעפירט די לעידיס אקזילערי פון סאטמאר און געהאלפן אריינברענגן צענליגער טויזנטער דאלארן פאר די מוסדות סאטמאר, אסאך בנינים פון סאטמאר האט זי אויפגעשטעלט, אין קרית יואל איז דא א בנין וואס זי האט זעלבסט אויפגעשטלעט אהנע הילף פון קיינעם, היינט לערנט דארט די נוירסערי קינדער.
זי איז געווען א פראמינענטע און איינפלוסרייכע פרוי אין סאטמאר אמעריקע, בחייו פון רבינו יואל, ווי זי האט אנגעפירט מיט פילע טעטיקייטן, און געווען פארמישט און אלעם אין סאטמאר.
נאכן הסתלקות פון רבי'ן האט זי זיך אפגעטיילט פון דער נייער הנהגה פונעם ברך משה, און זיך געפירט א זעלבסטשטענדיגע ווירטשאפט. אירע שטיצער זענען געווען די בני יואל. זייט איר מאן איז אוועק איז איר הויז געווען אפען פאר יעדן, מען האט דארט געקענט אייביג געקענט אריין איבערבייסן אויף גוטע געקאכן און הייסע געטראנקען.
זי איז אוועק י"א סיון תשס"א, און ליגט לעבן איר מאן אין קרית יואל.
נאך דעם וואס זי איז געשטארבן האט מען איר הויז איבערגעארבייט פאר א בית המדרש וואו הונדערטער אידן פון קרית יואל האבן געדאווענט, מען האט עס גערופן אויף איר נאמען "בית אלטא פיגא".
ווינטער ה'תש"ע, האט דער ראש הקהל פון סאטמאר אין קרית יואל, פון דער קהילה פון רבי אהרן טייטלבוים, ר' דוד עקשטיין אריינגעגעבן א קלאגע אין דעם גוי'אישן געריכט אז דאס איז לעגאל נישט קיין בית המדרש, און לעגאל באלאנגט עס צו זייער קהילה, דעמאלטס האט דער גוי'אישער געריכט צוגעמאכט איר הויז מיטן בית המדרש.
וועבלינקען
- Faiga Teitelbaum, 89, a Power Among the Satmar Hasidim ניו יארק טיימס, 13טן יוני 2001.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!