אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דעיוויד פעטערסאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "גרענעצ" ב־"גרעניצ")
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט דעיוויד פעטערסאן צו רוי:דעיוויד פעטערסאן אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
צייכן: באַדייטן-לינקס

רעוויזיע פון 17:07, 8 יאנואר 2023

דעיוויד פעטערסאן
טעקע:DavidPaterson.jpg
דער 55סטער גאווערנאר פון ניו יארק
איינגעשוואוירן: 17טן מערץ 2008
פארגייער: עליאט שפיצער
נאכפאלגער: ענדרו קוואמא
געבוירן: 20סטן מאי 1954
געבורט ארט: ברוקלין, ניו יארק
ווייב:
פארטיי: דעמאקראט
אונטערשריפט: {{{אונטערשריפט}}}

דעיוויד אַלעקסאַנדער פעטערסאָן (געבוירן 20סטן מאי, 1954) איז אן אמעריקאנער פאליטיקער וואס איז געווען דער 55סטער גאווערנאר פון ניו יארק, פון 2008 ביז 2010. פארדעם איז ער געווען דער לוטענאנט גאווערנאר אונטער עליאט שפיצער און ווען שפיצער האט רעזיגנירט האט פעטערסאן איבערגענומען. פעטערסאן איז געווען דער ערשטער שווארצער גאווערנאר פון ניו יארק, און דער ערשטער לעגאל בלינד גאווערנאר אין אמעריקע.

פאמיליע און בילדונג

פעטערסאן איז געבוירן געווארן אין ברוקלין צו זיין טאטן באזיל פעטערסאן, א מאכטפולער פאליטישער פיגור אין הארלעם. אן אינפעקציע אלס קינד האט אים בלינד געמאכט דאס לינקע אויג און שטארק באגרעניצט די זעה קראפט פון דעם רעכטן אויג, צוליב דעם האט זיין פאמיליע אריבער געצויגן קיין לאנג איילאנד כדי ער זאל קענען שטודירן אין א געהעריגער שולע. ער האט גראדואירט פון העמפסטעיט הויכשולע אין 1971.

פעטערסאן האט באקריגן א בעטשעלער דיפלאם אין היסטאריע פון קאלומביע אוניווערסיטעט אין 1977, און א געזעץ דעגרי פון האפסטרא לאו סקול אין 1983. נאכן באקריגן א געזעץ דעגרי איז ער געגאנגען ארבעטן פארן קווינס דיסטריקט פראקורירער'ס אפיס, ער האט אבער נישט געמאכט די באר טעסט, און נישט געווארן קיין אדוואקאט, ער האט עס צוגעשריבן צו דעם אז ער האט נישט געקענט זען געהעריג.

פאליטישע קאריערע

אין 1985 האט זיך פעטערסאן זיך אנגעשלאסן אין דעם דעיוויד דינקינס קאמפיין פאר מאנהעטען בארא פרעזידענט. און אקטאבער יענעם יאר איז ער באשטימעט געווארן אויסצופילן דעם סטעיט סענאט זיץ פון לעאון באוגעס וואס איז געשטארבן און הארלעם, א זיץ וואס זיין טאטע האט אמאל געהאלטן, ער איז אלט געווען דאן 31 יאר זייענדיג דער יונגסטער סענאטאר אין אלבעני, א יאר שפעטער האט ער געווינען דעם זיץ פאר זיין ערשטער פולער טערמין. אין 1993 איז ער געלאפן פאר דער דעמאקראטישער נאמינאציע פאר פובליק אדוואקאט פון ניו יארק סיטי אבער ער האט פארלוירן צו מארק גרין.

אין 2002 איז ער דערוועלט געווארן ביי די דעמאקראטישער קאוקס אלס דער סענאט מינאריטעט פירער, אראפזעצדיג דען דאן מינאריטעט פירער מארטי קאנאר.

לוטענאנט גאווערנאר

אין 2006 האט עליאט שפיצער אים אויסגעוועלט צו לויפן צוזאמען מיט אים, דער טיקעט האט געווינען די וואלן מיט 69%.


גאווערנאר

פריערדיגער:
עליאט שפיצער
גובערנאטאר פון ניו יארק
2008 - 2010
נאָכפאלגער:
ענדרו קוואמא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!