אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מנשה מלך יהודה"
ק (החלפת טקסט – "שולדיק" ב־"שולדיג") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט מנשה מלך יהודה צו רוי:מנשה מלך יהודה אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 20:45, 8 יאנואר 2023
מנשה איז געווען דער 14סטער קעניג אויף מלכות יהודה. ער איז געווארן קעניג ווען ער איז געווען 12 יאר אלט און געהערשט 55 יאר. זיין מאמע האט געהייסן "חפציבה".
לויט ווי עס שטייט אין ספר מלכים (פרק ב') און אין ספר ירמיהו (פרק ט"ו) איז ער געווען דער שטערקסטער זינדיקער אין באציונג צו די אנדערע מלכים פון מלכות יהודה, און וועגן אים האט גאט 60 יאר שפעטער גולה געווען כלל ישראל און צעשטערט דעם בית המקדש. אבער לויט ווי עס שטייט אין ספר דברי הימים האט מנשה תשובה געטאן ווען ער איז געווען אין תפיסה אין בבל נאך וואס ער האט רעוואלטירט קעגן אשור, און גאט האט אים באוויליגט און אים צוריקגעקערט קיין ירושלים, דאן האט מנשה צעשטערט אלע געטשעס. וידע מנשה כי ה' הוא האלוהים דברי הימים ב' פרק ל"ג .
זיינע זינד:
- ער האט איינגעפירט צו דינען עבודה זרה - געצין-דינעריי און שטערן-דינעריי. אויך האט ער זיי אריינגעבריינגט אין בית המקדש.
- ער האט געבויעט צעשפרייטע מזבחות אנערש ווי זיין טאטן יחזקיהו וואס האט איינגעפירט צו דינען גאט נאר אין בית המקדש.
- ער האט מקריב געווען זיין זון אין פייער פאר עבודה זרה וואס איז פארבאטן לויט די תורה וְהֶעֱבִיר אֶת-בְּנוֹ, בָּאֵשׁ
- ער האט געהרגעט אומשולדיגע מענטשן.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!