אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם הורוויץ (פאקשיווניץ)"
ק (תנא קמא האט באוועגט בלאט אברהם הורוויץ (פאקשיווניץ) צו רבי אברהם הורוויץ (פאקשיווניץ)) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט רבי אברהם הורוויץ (פאקשיווניץ) צו רוי:רבי אברהם הורוויץ (פאקשיווניץ) אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 09:10, 9 יאנואר 2023
רבי אברהם הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ן - ה'תש"ג), רבי אברהם'לי פאקשיווניץ.
אפשטאם
רבי אברהם'לי איז געבוירן אין יאר ה'תר"ן (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יחיאל הורוויץ, רב אין פאקשיווניץ, א זון פון הרב מאיר הורוויץ פון דזשיקאוו, דער אמרי נועם,א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.
רבנות
נאך די פטירה פון הרב נפתלי הורוויץ דער עלטערער ברודער פון רבי אברהם'לי, איז רבי אברהם'לי געווארן רב אין פאקשיווניץ. ער האט דארט אויף געשטעלט א ישיבה "בית יחיאל" אויף זיין פאטער'ס נאמען און דארט מרביץ תורה געווען.
הסתלקות
ביים אויסברעכען פון דער צווייטער וועלט קריג איז רבי אברהם'לי אנטלאפען קיין באכניא און ער איז דארט אומגעקומען אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ג, הי"ד.
פאמיליע
רבי אברהם'לי האט געהייראט די טאכטער פון הרב משה אליקים בריעה אונגאר, פון דאמבראווא. זייערע קינדער:
- הרב אלטער הורוויץ, הי"ד.
- מרת רבקה, די ווייב פון הרב יחזקאל דוד האלבערשטאם פאקשיווניצער רבי אין ניו יארק.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!