אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יצחק מאיר"
ק (החלפת טקסט – "{{פאן |P27}}}}" ב־"") |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט יצחק מאיר צו רוי:יצחק מאיר אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 19:05, 8 יאנואר 2023
|
רבי יצחק מאיר (תרע"ט - י"א אייר תשע"ה) איז געווען בירגערמייסטער פון בני ברק פון 1974 ביז 1976. ער איז געווען פון די ערשטע באוואוינער פון בני ברק. ער איז געווען דער אלגעמיינער פארוואלטער פון חינוך עצמאי, און וויצע־הויפט־רב פון צה"ל.
יונגע יארן
יצחק מאיר איז געבוירן געווארן אין זעלאוו, פוילן צו זיינע עלטערן צבי מאיר (יאסקאוויטש) און זלאטא (פוקס). צבי מאיר און זיינע שותפים, זיין ברודער שמואל מאיר און יוסף ליבמאן האבן געפירט א שטאף וועבן פאבריק מיט הונדערטער ארבעטער. ווען דער גערער רבי דער אמרי אמת איז צוריקגעקומען פון זיין נסיעה קיין ארץ ישראל אין תרפ"ד האבן די שותפים געוואנדן צום רבי'ן צי זיי זאלן אריבערפירן זייער פאבריק קיין ארץ ישראל. דער רבי האט געענטפערט פאזיטיוו.
אין תרפ"ה איז צבי מאיר ארויף קיין ארץ ישראל מיט זיין משפחה, וואו זיי האב זיך באזעצט אין דער זידלונג בני ברק, וואס דעמאלסט האט פארמאגט 660 נפשות.
יצחק מאיר האט געלערנט אין "תלמוד תורה רבי עקיבא", דער ערשטער חדר אין בני ברק. אין תר"ץ האט גער אויפגעשטעלט אין בני ברק די ערשטע ישיבה קטנה; דער ראש ישיבה איז געווען רבי ישראל יהושע הערצבערג, א גערער חסיד. ווען ער האט געענדיגט דעם חדר האט יצחק מאיר געלערנט אין דער ישיבה קטנה. נאכהער האט ער געלערנט אין דער חברונער ישיבה אין ירושלים און אין שפת אמת.
אין תרצ"ו האט מען אויפגעשטעלט א צווייג פון דער שפת אמת ישיבה אין בני ברק, און דער אמרי אמת האט באשטימט יצחק מאיר צו זיין פאראנטווארטלעך פאר דער ישיבה.
יצחק מאיר איז אויך געווען פון די גרינדער פון צעירי אגודת ישראל אין בני ברק און איז געווען פארזיצער פונעם צווייג.
בני ברק שטאטראט
אין נאוועמבער 1965 איז יצחק מאיר געוויילט געווארן צום בני ברק שטאטראט אלס פארשטייער פון אגודת ישראל אין דער תורה ליסטע פון אגודת ישראל און פועלי אגודת ישראל. אין די וואלן אין 1974 איז יצחק מאיר געווען איינע פון די קאנדידאטן אין דער פאראייניגטער רעליגיעזער ליסטע. נאך די וואלן האבן אגודת ישראל און די נאציאנאל-רעליגיעזע פארטיי אפגעמאכט א ראטאציע; יצחק מאיר האט געדינט ווי בירגערמייסטער די ערשטע צוויי יאר, און פון 1976 איז ישראל גאטליב פון נר"פ געווארן בירגערמייסטער און יצחק מאיר וויצע־בירגערמייסטער און פארוואלטער פון דער בילדונג אפטיילונג.
מאיר איז געווען א מיטגליד אין דעם עקסעקוטיוו קאמיטעט פון חינוך עצמאי, צוזאמען מיט מנחם פרוש און שלמה לארינץ,
משפחה
יצחק מאיר האט געהייראט טובה, אן אייניקל פון הרב נחמן שמואל יעקב מיודסער, דער צווייטער רב פון בני ברק. זייערע קינדער:
- יהודה (האט געהייראט מרים בענצלאוויטש
- צבי, פון די פירער פון גנזך קידוש השם
- ישראל (האט געהייראט דבורה)
- רחל, די ווייב פון רבי משה שטיינמעץ
בירגערמייסטער פון בני ברק | |||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!