אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פאלאנגען"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "פאראייניקטע" ב־"פאראייניגטע")
ק (החלפת טקסט – "פאראייניק" ב־"פאראייניג")
שורה 47: שורה 47:
אמין איז געווען דעמאלט אין [[פאריז]], די קינדער פון באשיר, און אמין האבן אויפגעשטעלט אן אפאזיציע, קעגן דעם פארטיי. זענדיק אינעם פארטיי, א בלינדע האן פון סיריע.
אמין איז געווען דעמאלט אין [[פאריז]], די קינדער פון באשיר, און אמין האבן אויפגעשטעלט אן אפאזיציע, קעגן דעם פארטיי. זענדיק אינעם פארטיי, א בלינדע האן פון סיריע.


אין 2005, איז דער פארטיי צוריק פאראייניקט געווארן, אמין איז היינט דער פארזיצער פונעם פארטיי, זיין זון פיער אמין זשומייעל איז אומגעקומען אין אן אטענטאט פון סיריע. דער פארטיי האט פארלוירן איר אלטע גלאנץ און כח.
אין 2005, איז דער פארטיי צוריק פאראייניגט געווארן, אמין איז היינט דער פארזיצער פונעם פארטיי, זיין זון פיער אמין זשומייעל איז אומגעקומען אין אן אטענטאט פון סיריע. דער פארטיי האט פארלוירן איר אלטע גלאנץ און כח.


היינט האבן זיי פינעף מאנדאטן אינעם לעבאנעזע פארלאמענט.
היינט האבן זיי פינעף מאנדאטן אינעם לעבאנעזע פארלאמענט.

רעוויזיע פון 12:46, 27 דעצעמבער 2022

די פאלאנגען מאראן קריסטליך, לבנון יוגנט באוועגונג, און מיליציע, זענען געגרינדעט געווארן דורך פיער זשומייעל, נאכצומאכן די שפאנישער פאלאנכוט פאשיסטישער פארטיי, אין יאר 1936. עס ווערט אויך גערופן קאטייעב, אדער לבנון סאציאל דעמאקראטישע פארטיי.

די מיליציע איז געווארן באוואוסט אין דעם לבנון ברודער קריג, ווי די שטערקסטע אויף דער רעכטער זייט, און שפעטער ביים ישראל קריג פרידן פארן גליל, ווי אין דער אראבישע וועלט זענען זיי אנגענומען אלס קאלאבארירער.

זיי האבן דורכגעפירט עטלעכע מאסן רציחות קעגן פאלעסטינער וואו אסאך אומשולדיקע זענען אומגעקומען.

היינט זענען זיי א פאליטישע פארטיי, און האבן פינף דעפוטאטן אינעם לעבאנעזן פארלאמענט.

די היסטאריע פון א יוגנט באוועגונג

געגרינדעט דורך פיער זשומייעל אין 1936, אויפן געדאנק פון אנדערע פאשיסטישע באוועגונגען אין אייראפע, אין יענע יארן. אנהייב איז פיער געווען א דיקטאטור, און ביז היינט באנוצן זיי זיך צו סאלוטירן, מיט אן אויסגעשטרעקטע האנט, ווי די נאציס.

געוויסע האלטן אז די פארטיי האט געשטיצט די פראנצויזישע ווישי רעגירונג, ביים צווייטע וועלט מלחמה. פון אנהייב האבן זיי געהאלטן פונעם פראנצויזישן מאנדאט, אבער שפעטער האבן זיי געוואלט אויפשטעלן א זעלבסטשטענדיקע לבנון, דערפאר האט פראנקרייך זיי געמאכט אומלעגאל.

די פאלאנגען האבן זיך געזען, אלס א טייל פונעם מערב וועלט, זייער צייטונג איז געווען געשריבן אין אראביש, און אין פראנצויזיש.

1949, איז געווען די יאר וואס האט זיי גרויס געמאכט, ווען סיריע האט געוואלט פארוואנדלען לבנון צו א טייל פון גרויס-סיריע, און די קריסטן האבן מורא געהאט, צו ווערן א קליינע מינאריטעט, אין א ריזיגע סוני לאנד.

אידעאלאגיע

די פארטיי איז א רעכטע פארטיי אין אירע אידעאן, גלייבנדיק אין א פרייע מארק, אנטי קאמוניזם פריוואטע אינוועסטירונג אא"וו. אויך איז די פארטיי געווען אנטי אראביש, מיט נאציאנאליטעט. און אנטי פאלעסטינער, וואס דאס איז געווען די הויפט ציל אין שפעטערדיקע יארן.

די קריסטן האבן זיך שטענדיק גערעכנט פארן סטאטוס קווא, קעגנשטעלנדיק זיך פאר א נאציאנאלע ציילונג, וויבאלד זיי האבן נישט געוואלט ווערן א מינאריטעט גרופע אינעם לעוואנט. די מוסלמענער פון די אנדערע זייט האבן געטענהט, אז די קריסטן האבן צופיל כח, און היינט זענען זיי מער נישט קיין רוב.

ביי די קליינע ברודער קריג

1958 איז פארגעקומען א קליינע ברודער קריג אין לבנון, דער קריסטליכער פרעזידענט, האט אריינגערופן דאס מיליטער, צו איינפירן ארדענונג. אבער דאס מיליטער האט נישט געוואלט, דעמאלט איז די פאלאנגען מיליציע ארויס מיט איר גאנצע שטארקייט, און זי האבן געברענגט זייערע קרעפטן איינצושטילן די קריג.

אירע קריג מיט די פאלעסטין באפרייאונג ארגאניזאציע, איז אנגעגאנגען פאר לאנגע יארן, נאך איידער די גרויסע ברודער קריג האט אויסגעבראכן, זיי האבן באשלאסן אויפצושטעלן אן אפציעלע פארטיי מיליטער, מיט קאמאנדאס, אין די אנהייב 1960ע יארן, די SKS.

די געשלעגן מיט די פאלעסטינער האבן זיך געשטארקט, נאכן שווארצע סעפטעמבער, ווען לבנון איז פיל געווארן מיט פאלעסטינער טעראריסטן. די קריסטן האבן זיך געפארכט פון אזויפיל פאלעסטינער, הגם פיער האט איינגעשטימט, אז זיי קענען קומען, אבער מיטן תנאי אז זיי מאכן נישט קיין צרות איבער די לעבאנעזע גאס, א תנאי וואס די פאלעסטינער האבן נישט געזען פאר וויכטיג איינצוהאלטן. דאס איז געווען נאך א סיבה פארן שווערע באוואפענונג, פון די פאלאנגען, מיט טרענירונגען, ביים אויסבראך פונעם ברודער קריג האבן די פאלאנגען געהאט 8,000 קעמפער, און נאך 20,000 מיטגלידער.

דער ברודער קריג

ווען די ברודער קריג האט אויסגעבראכן, האבן זיי זיך פארנומען בעיקר, מיט באשיצן קריסטליכע געגנטער, און אטאקירן פאלעסטינער פליטים לאגערן, שפעטער מיט די צייט האבן זיי אויסגעברייטערט זייער כח, מיט שטיצע פון בעלגיע, מערב דייטשלאנד, און איראן פונעם שאך.

זיי האבן אנהייב געהאט שטיצע פון סיריע, און זיי האבן געהאט שטיצע פון ישראל דורכאויס רוב פונעם קריג, מנחם בעגין האט זיי ארויסגעהאלפן מיט שווערע וואפן, און געפאנצערטע מאשינען, און געגרינגעט די צד"ל.

אין 1982, ווען ישראל האט אינוואדירט לבנון, זענען די פאלאנגען געווארן די שטערקסטע פארטיי. באשיר זשומייעל, איז ערוויילט געווארן אלס פרעזידענט, זיין ברודער אמין זשומייעל האט אים איבערגענומען, ווען באשיר איז אומגעקומען.

דאס קאלאבארירן מיט ישראל, האט זייער שלעכט געמאכט זייער אויסזען, אינעם לאנד און איבער די אראבישע וועלט. און א שלום אפמאך וואס אמין האט אונטערגשריבן מיט ישראל 1983, איז צונישט געווארן נאך גרויס דרוק.

די קאמאנדא איינהייט, האט פארמאגט טויזענט קעמפער, אויפגעשטעלט מיט סירישע הילף, באשיר זשומייעל האט זיך באנוצט מיטן איינהייט, אונטערצוברענגן זיינע פאליטישע פיינט, ווילנדיג אויפשטעלן די לבנון קרעפטן, א פאראייניגטע קריסטליכע פראנט. די קעמפער זענען געווען באוויסט פאר זייער אכזריות, זיי זענען פאראנטווארטליך פאר עטליכע מאסן מערדערייען, וואס זענען פארגעקומען אין די פליטים לאגערן.

די באוויסטע סאברא און שאטילא מאסנמארד, האבן זיי געטון, אנדערע וואס איז באוויסט געווארן אלס דער שווארצע שבת, טעל זאטאר מארד, קארטינע מארד.

פראבלעמען אינעם פארטיי

פיער זשומייעל איז געשטארבן 1984, און אמין איז נישט געווען קיין פירער, ווי זיין טאטע און ברודער, איז דער פארטיי צופאלן. פאליטישע צעטיילונגען זענען פארגעקומען, שפעטער זענען זיי ארויס פונעם לבנונער פראנט, א געוויסער זשארזש סאדע, האט אונטערגעשריבן אויפן טייף אפמאך, אזוי ארום פארענדיקט די קריג.

אמין איז געווען דעמאלט אין פאריז, די קינדער פון באשיר, און אמין האבן אויפגעשטעלט אן אפאזיציע, קעגן דעם פארטיי. זענדיק אינעם פארטיי, א בלינדע האן פון סיריע.

אין 2005, איז דער פארטיי צוריק פאראייניגט געווארן, אמין איז היינט דער פארזיצער פונעם פארטיי, זיין זון פיער אמין זשומייעל איז אומגעקומען אין אן אטענטאט פון סיריע. דער פארטיי האט פארלוירן איר אלטע גלאנץ און כח.

היינט האבן זיי פינעף מאנדאטן אינעם לעבאנעזע פארלאמענט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!