אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באלטימאר"
(מארילאנד --> מערילאנד) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:50, 22 נאוועמבער 2022
באלטימאר איז די גרעסטע זעלבסטשטענדיגע שטאט אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און די גרעסטע שטאט אינעם שטאַט מערילאנד. די שטאט איז די 26סטע גרעסטע אין די פאראייניגטע שטאטן, מיט א באפעלקערונג (געשאצט) פון 622,104 אין יאר 2013.
די שטאט איז דער גרעסטער הויפט פארט וואס דינט די מיטל מערב מארקן פון אמעריקע, גרעסער פון אלע פארטן פון מזרח ים ברעג פון אמעריקע.
לענגאויס די 1800 יארן האט איר פארט געדינט אלס דער צווייטער גרעסטער איינטריט פונקט פאר אימיגראנטן קיין אמעריקע.
אמאל איז דאס געווען א הויפט פאבריקאציע שטאט, אבער היינט איז דאס מער באקאנט אלס איר פלאצירונג פון די בעסטע שפיטאל אין אמעריקע זשאן האפקינס און די אוניוועריסטעט פון זשאן האפקינס אוניוועריסטעט.
דער נאמען באלטימאר איז אן איריש ווארט נאך איינע פון אירע גרינדער, עס מיינט "היים פון דעם גרויסן הויז".
היסטאריע
דער פארט פון באלטימאר איז געשאפן געווארן אין 1706 פאר טאבאק מסחר. די שטאט באלטימאר איז געגרינדעט דעם 30סטן יולי, 1729.