אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אנא מארגאלין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט אנא מארגאלין צו רוי:אנא מארגאלין אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 15:24, 8 יאנואר 2023

 

אַנאַ מאַרגאָלין איז דער פּעננאָמען פון רויזע האַרנינג לעבנסבוים (1887–1952), אַ יִידיש־שפּראַך שרייבערין.

אַנאַ מאַרגאָלין איז געבוירן געוואָרן אין בריסק, רוסלענדישע אימפעריע (היינט בעלאַרוס) אין 1887 צו מנחם לעבנסבוים און זיין ווייב דבורה לאה (ראזנבלום). איר טאַטע איז געווען אַ חסיד און שפּעטער אַ משכיל און ציוניסט, אַנאַ האָט זיך געלערנט וועלטליכע שטודיעס און העברעיש. זי איז צום ערשטן מאָל געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1906 און האָט געוואוינט דאָרטן נאָך 1913. דאָרטן האָט זי געשריבן דאָס רוב פון איר פּאָעזיע.אַנאַ מאַרגאָלין איז געווען פאַרבונדן סיי מיט דער פּאָעט גרופּע ″די יונגע″ און סיי מיט די אַנדערע פּאָעטן אין ניו־יאָרק, ″אין זיך″.

אין איר לעבן איז אַרויסגעקומען נאָר איין בוך פון אירע לידער, וואָס הייסט סתם ″לידער″ (1929). אין 2008 האט שירלי קומאָווע איבערגעזעצט אויף ענגליש אַלע אירע פּאָעזיע אין אַ נייע בוך, ″Drunk from the Bitter Truth″ וואָס האָט אַלע לידער פון ″לידער″ און נאָך לידער וואָס זענען געווען קיינמאָל נישט ארויסגעגעבן.

איר דריטער מאן איז געווען ראובן אייזלאנד.

אַנאַ מאַרגאָלין איז געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1952.

וועבלינקען

ווארענונג
דער ארטיקל איז א שטומף, אבער זי איז נישט קלאסיפיצירט ווי איינע פון די טיפּן אינעם שטומפן ליסטע אין המכלול. ביטע פארריכטן און קלייבן א נאמען פונעם ליסטע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!