אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אקס"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: יידן ← אידן)
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
שורה 19: שורה 19:
[[קאַטעגאָריע:בהמות]]
[[קאַטעגאָריע:בהמות]]
[[קאַטעגאָריע:בעלי חיים מיט טלאען]]
[[קאַטעגאָריע:בעלי חיים מיט טלאען]]
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 05:22, 16 דעצעמבער 2022

אקס

דער אָקס (נקבה: קו; מערצאל: קי; וויסנשאפטלעכער נאמען: Bos taurus) איז א זגאל בהמה. א יונגער אקס הייסט א "קאלב". א קו וואס האט נאך נישט געבוירן קיין קעלבל רופט מען א "טעליצע".

אקסן ווערן געניצט צו אקערן פעלדער, און פאר טראנספארט (שלעפן וואגנס און לאסטן). רוב מאל בינדט מען צו א פאר אקסן צוזאמען צו ארבעטן.

היינט ניצט מען אקסן פאר זייער פלייש (צו עסן) און זייער פעל, און קי פאר זייער מילך. איבער דער גארער וועלט זענען פאראן 1.5 מיליארד קי.

דער אקס איז מעלה גרה און האט צעשפאלטענע טלאען, און איז כשר צו עסן פאר אידן.

אנאטאמיע

  • די קו האט א לאנגן קערפער, א שמאלן ברוסט און ברייטע לענדן; אירע פיס זענען לאנג און דין, און איר פעל איז דין מיט א ברוינעם אדער שווארץ און ווייס קאליר, און איז צעקנייטשט ארום דעם האלדז. די קו האט אן אייטער מיט צוויי פאר ציצקעס.
  • סיי אקסן סיי קי האבן הערנער; די קי האדעווער שניידן אראפ די הערנער פון די קי כדי זיי זאלן נישט שטעכן איינס אנאנד.
  • די טיפישע געוויכט פון א קו איז צווישן 400 און 500 ק"ג, און די טיפישע געוויכט פון אן אקס קען זיין צווישן 700 ק"ג און מער ווי 1000 ק"ג (א טאן). דאס ווענדט זיך אין וועלכן מין, און די גרעסטע אקסן האבן א געוויכט איבער 1,500 ק"ג.
  • די לענג פון דעם קערפער פון אן אקס אדער א קו איז 190–250 צ"מ (בערך 2–2.5 מעטער). די הויך פון אן אקס אדער א קו ביי די אקסלען איז 120–180 צ"מ (אזוי ווי די הויך פון א געוואקסענעם מענטש).[1]

רעפערענצן

  1. ד"ר אבי ארבל, לקסיקון מפה: היונקים, הוצאת מפה. עמ' 346.

מוסטער:ביאלאגיע-שטומף

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!