אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יולי טאוובין"
ק (החלפת טקסט – "צײַט" ב־"צייט") |
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: ײַ ← יי (19), , ← ,) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{יתום}} | {{יתום}} | ||
'''יודל "יולי" טאַוובין''' ({{שפראך-be | Юлі Таўбін}}, {{ר}}1911 - 1937) איז געווען אַ | '''יודל "יולי" טאַוובין''' ({{שפראך-be | Юлі Таўбін}}, {{ר}}1911 - 1937) איז געווען אַ ווייסרוסישער דיכטער פון דער [[ייד|ייִדישער]] אָפּשטאַמונג. | ||
==לעבנס-געשיכטע== | ==לעבנס-געשיכטע== | ||
יולי (דער אמתער נאָמען – יודל) טאַוובין איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט [[אָסטראָגאַזשסק]] פון דער [[וואָראָניעזשער גובערניע]] (איצט – אין באַשטאַנד פון רוסלאַנד). אין 1921 איז ער צוזאַמען מיט | יולי (דער אמתער נאָמען – יודל) טאַוובין איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט [[אָסטראָגאַזשסק]] פון דער [[וואָראָניעזשער גובערניע]] (איצט – אין באַשטאַנד פון רוסלאַנד). אין 1921 איז ער צוזאַמען מיט זיינע עלטערן אַריבערגעפאָרן קיין [[אַמטשיסלאַוו]] (איצט – אין דער מאָהילעווער געגנט פון ווייסרוסלאַנד). מיט לידער האָט ער דעביוטירט אין 1926 אויף די שפּאַלטן פון דער צייטשריפט «Маладняк Калініншчыны» ("מאַלאַדניאַק קאַלינישטשיני"), זיך געדרוקט אין פאַרשיידענע ווייסרוסישע פּעריִאָדישע אויסגאַבעס. אין 1930 איז אין מינסק דערשינען יולי טאַוובינס ערשטע לידער-זאַמלונג. אין גיכן זענען דערשינען נאָך פיר זיינע פּאָעזיע-ביכער. אין 1931 – 1933 האָט דער דיכטער זיך געלערנט אינעם מינסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. | ||
שוין די ערשטע לידער-זאַמלונג פון יולי טאַובינען איז שאַרף קריטיקירט געוואָרן דורך "פּראָלעטאַרישע" ליטעראַטור-קריטיקער פאַר "קליינבירגערלעכקייט", פאַר דעם, וואָס אין | שוין די ערשטע לידער-זאַמלונג פון יולי טאַובינען איז שאַרף קריטיקירט געוואָרן דורך "פּראָלעטאַרישע" ליטעראַטור-קריטיקער פאַר "קליינבירגערלעכקייט", פאַר דעם, וואָס אין זיינע לידער איז "ניטאָ קיין דערמאָנונגען וועגן דער פּאַרטיי און דעם אַרבעטער-קלאַס", און ס'איז דאָ "אַן אַקטיווע איגנאָרירונג פון אונדזער ווירקלעכקייט, אַן אַנציקונג פון דער פאַרפוילטער און פאַרקויפטער בורזשואַזער קולטור, אַ געשלאָסנקייט אינעם קרײַז פון אייגענע פּסיכאָלאָגיש-קראַנקע באַנעמונגען, אַ ראָמאַנטישע עסטעטיקגיריקייט" און "האַס צו דער דיקטאַטור פונעם פּראַלעטאַריִאַט". ס'איז קלאָר, אַז ביי אַזאַ אידעאָלאָגישן "קבלת-פּנים" האָט דער בולטער פּאָעטישער טאַלאַנט פון יולי טאַוובינען ניט געקאָנט אים ראַטעווען. | ||
דעם 25טן פעברואַר 1933 האָט מען אים אַרעסטירט און פאראורטיילט אויף פאַרשיקונג קיין [[אוראַל]]. אין דער פאַרשיקונג האָט יולי טאַוובין געלעבט אין דער שטאָט טיומען. דאָ האָט ער אָנגעהויבן | דעם 25טן פעברואַר 1933 האָט מען אים אַרעסטירט און פאראורטיילט אויף פאַרשיקונג קיין [[אוראַל]]. אין דער פאַרשיקונג האָט יולי טאַוובין געלעבט אין דער שטאָט טיומען. דאָ האָט ער אָנגעהויבן שרייבן אויף רוסיש. באַנאַנד מיט זיין אָריגינעלער שאַפונג האָט דער דיכטער אַ סך זיך פאַרנומען מיט איבערזעצונגען אין ווייסרוסיש פון רוסיש, אוקראַיִניש, פּויליש, דייטש, ענגליש און ייִדיש (ער האָט איבערגעזעצט לידער פון איזי כאַריקן). | ||
דעם 4טן סעפּטעמבער 1936 איז יולי טאַוובין אַרעסטירט געוואָרן צום צווייטן מאָל. מע האָט אים געבראַכט קיין מינסק און | דעם 4טן סעפּטעמבער 1936 איז יולי טאַוובין אַרעסטירט געוואָרן צום צווייטן מאָל. מע האָט אים געבראַכט קיין מינסק און ביינאַכט צווישן דעם 29טן און 30טן אָקטאָבער 1937 איז ער צעשאָסן געוואָרן אינעם תפיסה-הויף פון נ.ק.וו.ד. צווישן הונדערט פאָרשטייער פון דער אינטעלעקואַלער עליטע פון ווייסרוסלאַנד (כמעט אַ העלפט פון די דערשאָסענע זענען געווען ייִדן), בתוכם - אַ סך ווייסרוסישע און ייִדישע ליטעראַטן. צוזאַמען מיט יולי טאַוובינען, וועלכער האָט, אפשר, געקאָנט ווערן דער גרעסטער ייִדישער בייטראָג אין דער ווייסרוסישער סאָוועטישער ליטעראַטור, זענען אין יענער נאַכט דערשאָסן געוואָרן צוויי גדולים פון דער ייִדישער ליטעראַטור – איזי כאַריק, וואָס זיינע לידער האָט איבערגעזעצט אין ווייסרוסיש יולי טאַוובין, און [[משה קולבאַק]], ווי אַ באַקאַנטער ייִדישער ליטעראַטור-פאָרשטער [[אורי פינקעל]]. | ||
שורה 16: | שורה 16: | ||
* Агні, Менск, 1930 | * Агні, Менск, 1930 | ||
* Каб жыць, спяваць і не старэць..., Менск, 1931 | * Каб жыць, спяваць і не старэць..., Менск, 1931 | ||
* Тры паэмы , Менск, 1931 | * Тры паэмы, Менск, 1931 | ||
* Мая другая кніга, Менск, 1932 | * Мая другая кніга, Менск, 1932 | ||
* Таўрыда, Менск, 1932 | * Таўрыда, Менск, 1932 | ||
שורה 26: | שורה 26: | ||
זייערע זכרונות וועגן יולי טאַוובינען האָבן פאַרעפנטלעכט דער | זייערע זכרונות וועגן יולי טאַוובינען האָבן פאַרעפנטלעכט דער ווייסרוסיש-ייִדישער ליטעראַטור-קריטיקער הירש בעריאָזקין און דער ייִדישער קינסטלער זעיר אַזגור: | ||
• Рыгор Бярозкін, «Пра Юлія Таўбіна»: Рыгор Бярозкін, Кніга пра паэзію, Мінск, 1974 | • Рыгор Бярозкін, «Пра Юлія Таўбіна»: Рыгор Бярозкін, Кніга пра паэзію, Мінск, 1974 | ||
שורה 35: | שורה 35: | ||
[[קאַטעגאָריע:יידישע דיכטער]] | [[קאַטעגאָריע:יידישע דיכטער]] | ||
[[קאַטעגאָריע:ליטווישע יידן]] | [[קאַטעגאָריע:ליטווישע יידן]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 18:07, 8 דעצעמבער 2022
יודל "יולי" טאַוובין (בעלאַרוסיש: Юлі Таўбін, 1911 - 1937) איז געווען אַ ווייסרוסישער דיכטער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג.
לעבנס-געשיכטע
יולי (דער אמתער נאָמען – יודל) טאַוובין איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט אָסטראָגאַזשסק פון דער וואָראָניעזשער גובערניע (איצט – אין באַשטאַנד פון רוסלאַנד). אין 1921 איז ער צוזאַמען מיט זיינע עלטערן אַריבערגעפאָרן קיין אַמטשיסלאַוו (איצט – אין דער מאָהילעווער געגנט פון ווייסרוסלאַנד). מיט לידער האָט ער דעביוטירט אין 1926 אויף די שפּאַלטן פון דער צייטשריפט «Маладняк Калініншчыны» ("מאַלאַדניאַק קאַלינישטשיני"), זיך געדרוקט אין פאַרשיידענע ווייסרוסישע פּעריִאָדישע אויסגאַבעס. אין 1930 איז אין מינסק דערשינען יולי טאַוובינס ערשטע לידער-זאַמלונג. אין גיכן זענען דערשינען נאָך פיר זיינע פּאָעזיע-ביכער. אין 1931 – 1933 האָט דער דיכטער זיך געלערנט אינעם מינסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט.
שוין די ערשטע לידער-זאַמלונג פון יולי טאַובינען איז שאַרף קריטיקירט געוואָרן דורך "פּראָלעטאַרישע" ליטעראַטור-קריטיקער פאַר "קליינבירגערלעכקייט", פאַר דעם, וואָס אין זיינע לידער איז "ניטאָ קיין דערמאָנונגען וועגן דער פּאַרטיי און דעם אַרבעטער-קלאַס", און ס'איז דאָ "אַן אַקטיווע איגנאָרירונג פון אונדזער ווירקלעכקייט, אַן אַנציקונג פון דער פאַרפוילטער און פאַרקויפטער בורזשואַזער קולטור, אַ געשלאָסנקייט אינעם קרײַז פון אייגענע פּסיכאָלאָגיש-קראַנקע באַנעמונגען, אַ ראָמאַנטישע עסטעטיקגיריקייט" און "האַס צו דער דיקטאַטור פונעם פּראַלעטאַריִאַט". ס'איז קלאָר, אַז ביי אַזאַ אידעאָלאָגישן "קבלת-פּנים" האָט דער בולטער פּאָעטישער טאַלאַנט פון יולי טאַוובינען ניט געקאָנט אים ראַטעווען.
דעם 25טן פעברואַר 1933 האָט מען אים אַרעסטירט און פאראורטיילט אויף פאַרשיקונג קיין אוראַל. אין דער פאַרשיקונג האָט יולי טאַוובין געלעבט אין דער שטאָט טיומען. דאָ האָט ער אָנגעהויבן שרייבן אויף רוסיש. באַנאַנד מיט זיין אָריגינעלער שאַפונג האָט דער דיכטער אַ סך זיך פאַרנומען מיט איבערזעצונגען אין ווייסרוסיש פון רוסיש, אוקראַיִניש, פּויליש, דייטש, ענגליש און ייִדיש (ער האָט איבערגעזעצט לידער פון איזי כאַריקן). דעם 4טן סעפּטעמבער 1936 איז יולי טאַוובין אַרעסטירט געוואָרן צום צווייטן מאָל. מע האָט אים געבראַכט קיין מינסק און ביינאַכט צווישן דעם 29טן און 30טן אָקטאָבער 1937 איז ער צעשאָסן געוואָרן אינעם תפיסה-הויף פון נ.ק.וו.ד. צווישן הונדערט פאָרשטייער פון דער אינטעלעקואַלער עליטע פון ווייסרוסלאַנד (כמעט אַ העלפט פון די דערשאָסענע זענען געווען ייִדן), בתוכם - אַ סך ווייסרוסישע און ייִדישע ליטעראַטן. צוזאַמען מיט יולי טאַוובינען, וועלכער האָט, אפשר, געקאָנט ווערן דער גרעסטער ייִדישער בייטראָג אין דער ווייסרוסישער סאָוועטישער ליטעראַטור, זענען אין יענער נאַכט דערשאָסן געוואָרן צוויי גדולים פון דער ייִדישער ליטעראַטור – איזי כאַריק, וואָס זיינע לידער האָט איבערגעזעצט אין ווייסרוסיש יולי טאַוובין, און משה קולבאַק, ווי אַ באַקאַנטער ייִדישער ליטעראַטור-פאָרשטער אורי פינקעל.
זײַנע לידער-זאַמלונגען
- Агні, Менск, 1930
- Каб жыць, спяваць і не старэць..., Менск, 1931
- Тры паэмы, Менск, 1931
- Мая другая кніга, Менск, 1932
- Таўрыда, Менск, 1932
- Выбраныя вершы, Мінск, 1957
- Вершы, Мінск, 1969
וועגן יולי טאַוובינען
זייערע זכרונות וועגן יולי טאַוובינען האָבן פאַרעפנטלעכט דער ווייסרוסיש-ייִדישער ליטעראַטור-קריטיקער הירש בעריאָזקין און דער ייִדישער קינסטלער זעיר אַזגור:
• Рыгор Бярозкін, «Пра Юлія Таўбіна»: Рыгор Бярозкін, Кніга пра паэзію, Мінск, 1974
• Заір Азгур, «Пад небам і пад дахам майстэрні» [Успаміны], Полымя, 1974, № 2З
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!