בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,362
רעדאגירונגען
ק (החלפת טקסט – "”" ב־""") |
ק (החלפת טקסט – "„" ב־""") |
||
| שורה 1: | שורה 1: | ||
(אַרױסגערעדט: כוּמעש) מיט נאָמען '''חומש''' (פון װאָרט | (אַרױסגערעדט: כוּמעש) מיט נאָמען '''חומש''' (פון װאָרט "חוֹמֶש“, א פינפטל) רופן מיר אָן די 5 [[ספר|ספרים]] פון דער [[תורה|תּוֹרה]]: [[בראשית|בּרֵאשׁית]], [[שמות|שׁמוֹת]], [[ויקרא|ויִקרָא]], [[במדבר|בּמדבּר]], [[דברים|דבָֿרים]], װעלכע זענען געשריבן געװאָרן דורך [[משה רבנו]]. | ||
אין די [[ספרי הנביאים|ספרי הנבֿיאים]] און [[כתובים|כּתובֿים]] געפינען מיר דעם אױסדרוק | אין די [[ספרי הנביאים|ספרי הנבֿיאים]] און [[כתובים|כּתובֿים]] געפינען מיר דעם אױסדרוק "תּוֹרה משה“ און "ספר משה“ ([[ספר יהושע|יהושע]] ח’ און [[דברי הימים|דבֿרי הימים]] ב’ כ"ה); אין דער [[גמרא]] [[מסכת מגילה]] ט"ו און אַנדערע ערטער װערן זײ אָנגערופן "חמשה חומשי תורה“; אין [[גיטין]] ס’ הײסן זײ "חומשים“. עס װערט געמאַכט אַן אונטערשײד אין דעם נאָמען: אױב זײ זענען געשריבן אױף פאַרמעט אַלץ ספר תורה הײסן זײ תורה, און אױב אײַנפאַך, נישט לױט די [[דינים]] פון שרײַבן אַ ספר תורה, הײסן זײ חומשים. אין גטין ס’ קלערט די גמרא "מהו לקרות בחומשים בבית הכנסת“ (צי מען טעג לײענען אין [[שול]] פון חומשים אַרױס); אין [[ירושלמי]] מגילה [[פרק]] ג’ געפינען מיר דײַטלעך די צװײ װערטער צוזאַמען "תורה וחומשים“; װעגן יעדן חומש געבן מיר בײַם זוכװאָרט פון זײַן נאָמען ("[[בראשית]]“, "[[שמות]]“ און אַזױ װײַטער); װעגן די מײנונגען פון די ביבל–קריטיקער געבן מיר אין [[תנ"ך-קריטיק]], װאוּ מיר געבן אױך די מײנונגען פון די געלערנטע, װעלכע טרעטן אַרױס קעגן דער תנ"ך–קריטיק. אין דער גמרא װערט אױך דער [[תהלים]] אײַנגעטײלט אין "חומשים“ ([[קידושין]] ל"ג "שני חומשין שניתי לו בספר תהלים“). | ||
==זעט אויך== | ==זעט אויך== | ||
רעדאגירונגען