אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי עזרא עטייה"
ק (החלפת טקסט – "טן מיי" ב־"טן מאי") |
ק (טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: , ← ,) |
||
שורה 24: | שורה 24: | ||
נאך דער מלחמה איז די רביצין באליסא געקומען קיין קיירא. אין דער פרי באמערקט הרב עזרא אז דער זייגער, וואס האט יארן לאנג נישט געארבעט, האט אנגעהויבן צו גיין. האט הרב עזרא פארשטאנען אז זיין ווייב קומט אן און ער איז זאפארט געגאנגען אין דער באן סטאנציע צו באגעגענען זי. | נאך דער מלחמה איז די רביצין באליסא געקומען קיין קיירא. אין דער פרי באמערקט הרב עזרא אז דער זייגער, וואס האט יארן לאנג נישט געארבעט, האט אנגעהויבן צו גיין. האט הרב עזרא פארשטאנען אז זיין ווייב קומט אן און ער איז זאפארט געגאנגען אין דער באן סטאנציע צו באגעגענען זי. | ||
אין תרפ"ב איז ער צוריק אין ארץ ישראל מיט זיין ווייב און צוויי קינדער. ווען [[ישיבת פורת יוסף]] איז געגרינדעט געווארן אין תרפ"ג איז ער געווארן א מגיד שיעור דארטן. אין תרפ"ה איז דער ראש ישיבה , הרב [[שלמה לאניאדא]], נפטר געווארן און מען האט באשטימט הרב עטייה צו ווערן ראש ישיבה. ער האט געדינט אין דעם אמט 45 יאר, ביז תש"ל. | אין תרפ"ב איז ער צוריק אין ארץ ישראל מיט זיין ווייב און צוויי קינדער. ווען [[ישיבת פורת יוסף]] איז געגרינדעט געווארן אין תרפ"ג איז ער געווארן א מגיד שיעור דארטן. אין תרפ"ה איז דער ראש ישיבה, הרב [[שלמה לאניאדא]], נפטר געווארן און מען האט באשטימט הרב עטייה צו ווערן ראש ישיבה. ער האט געדינט אין דעם אמט 45 יאר, ביז תש"ל. | ||
[[טעקע:Porat Yosef Yeshiva - Geula.JPG|קליין|250px|די געביידע אין גאולה פון ישיבת פורת יוסף, וואו הרב עטייה איז געווען ראש ישיבה]] | [[טעקע:Porat Yosef Yeshiva - Geula.JPG|קליין|250px|די געביידע אין גאולה פון ישיבת פורת יוסף, וואו הרב עטייה איז געווען ראש ישיבה]] | ||
אסאך פון זיינע תלמידים זענען געווארן פירער פון יידישע קהילות אין [[ישראל]], די [[פאראייניקטע שטאטן]] און [[דרום אמעריקע]]. דער מערסטער באקאנטער צווישן זיינע תלמידים איז הרב [[עובדיה יוסף]]. נאך באקאנטע תלמידים זענען הרב [[יהודה צדקה]], הרב [[בן ציון אבא שאול]], הרב [[מרדכי אליהו]], הרב [[חיים דוד הלוי]], הרב [[דוד שלוש]] רב פון [[נתניה]], און הרב [[ציון לוי]] (הויפט רב פון [[פאנאמא]]). | אסאך פון זיינע תלמידים זענען געווארן פירער פון יידישע קהילות אין [[ישראל]], די [[פאראייניקטע שטאטן]] און [[דרום אמעריקע]]. דער מערסטער באקאנטער צווישן זיינע תלמידים איז הרב [[עובדיה יוסף]]. נאך באקאנטע תלמידים זענען הרב [[יהודה צדקה]], הרב [[בן ציון אבא שאול]], הרב [[מרדכי אליהו]], הרב [[חיים דוד הלוי]], הרב [[דוד שלוש]] רב פון [[נתניה]], און הרב [[ציון לוי]] (הויפט רב פון [[פאנאמא]]). | ||
שורה 67: | שורה 67: | ||
{{מיון רגיל:עטייה, עזרא}} | {{מיון רגיל:עטייה, עזרא}} | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:ראשי ישיבות אין ארץ ישראל]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:חרדישע רבנים אין ישראל]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:ספרדישע ראשי ישיבות]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:רבנים פון סיריע]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:נקבר אין הר המנוחות]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 22:02, 8 דעצעמבער 2022
טעקע:עזרא עטייה.jpg | |
מדינה | מדינת ישראל |
---|---|
אמטן | ראש ישיבה פון פורת יוסף |
הרב עזרא עטייה (ארויסגערעדט אַטיע; גריפן המורה, חכם עזרא, געבוירן י"ז שבט ה'תרמ"ז 11טן פעברואר 1887 - י"ט אייר ה'תש"ל, 25סטן מאי 1970) איז געווען דער ראש ישיבה פון ישיבת פורת יוסף.
ביאגראפיע
הרב עטייה איז געבוירן געווארן אין חאלאב (ארם צובא) אין דער היינטיגער סיריע, דעמאלסט א טייל פון דער אטאמאנישער אימפעריע, צו זיין פאטער הרב יצחק עטייה און זיין מוטער מרת לאה הלוי, ביידע פון רבנישע משפחת אין דער חאלאבער קהילה. פון זיין פאטער'ס זייט איז ער אן אייניקל פון הרב שם-טוב עטייה, א תלמיד פון הרב יוסף קארו, און פון זיין מוטער'ס זייט איז ער אן אייניקל פון הרב אליהו שמאע, מחבר פונעם ספר "קרבן אשֶה". הרב עזרא עטייה איז געבוירן נאך אסאך יארן ווען זיין מוטער'ס קינדער זענען געשטארבן יונגערהייט. זיינע עלטערן זענען געגאנגען פון חאלאב קיין טעדעף צו דאווענען ביים קבר פון עזרא הסופר. זי האט צוגעזאגט אז טאמער זי וועט געבערן א אינגל וועט זי אים א נאמען געבן עזרא, און וועט אים מקדיש זיין צו תורה.
יונגע יארן
הרב עטייה האט געלערנט אין חאלאב ביי הרב יהודה עטייה. וואס האט געלערנט מיט אים שווערע מסכתות ווען ער איז נאך געווען יונג. ער האט אויך געלערנט מיט הרב מאטלוב אבאדי (שפעטער דער פירער פון דער חאלאבער קהילה אין ניו יארק). די משפחה האט זיך געצויגן אין ירושלים אין יאר תר"ס, קורץ נאך עזרא'ס בר מצוה. כאטש דער מצב אין פרנסה איז געווען זייער שווער, האט די רביצין לאה געארבעט כדי איר זון עזרא זאל זיצן און לערנען, אזוי ווי זי האט צוגעזאגט.
אלס בחור
הרב עטייה איז געווען אן אויסגעצייכנטער מתמיד. אין תרס"ז האט ער אנגעהויבן לערנען אין דער אוהל מועד ישיבה, וואס איז שפעטער געווארן ישיבת פורת יוסף, ווען די ראשי ישיבות זענען געווען הרב רפאל שלמה לאניאדא און הרב יוסף ידיד הלוי. אין דער ישיבה איז ער געווען פאררעכנט אן עילוי און האט זוכה געווען צו לערנען בחברותא מיט הרב יוסף ידיד הלוי. אין 1908 האט ער חתונה געהאט מיט באליסא סאלעם, די טאכטער פונעם מקובל הרב אברהם סאלעם, איינער פון דער חאלאבער חכמים וואס האט געוואוינט אין ירושלים.
ראש ישיבה
אין אנהייב פון דער ערשטער וועלט מלחמה האבן הרב אברהם חיים עדס און הרב חיים שאול דווייק אים געהאלפן אנטלויפן קיין עגיפטן כדי זיך ארויסדרייען פון דער אטאמאנישער ארמיי, מיט דעם וועט ער קענען עוסק זיין אין לערנען תורה. זיי האבן אים ארויסגעשמוגלט מיט א געפעלשטן רוסישן פאס, וואס אין יענע יארן האט נישט געפאדערט קיין בילד. ער האט אינגיכן ארומגענומען ארום זיך תלמידים, און ער האט מיט זיי געלערנט אכט יאר אין די ישיבות "כתר תורה" און "אהבה ואחווה" אין קיירא. דורכאויס דער וועלט מלחמה איז נישט געווען קיין גוטע פארבינדונג צווישן עגיפטן און ארץ ישראל, האט ער נישט געקענט באקומען א בריוו ווען זיין ברודער אליהו איז געשטארבן פון א לונגען אנטצינדונג אין דער אטאמאנישער ארמיי. אבער יענעם טאג האט ער געחלומט אז זיין ברודער פרעגט אים פארוואס ער זאגט נישט קדיש נאך אים, האט הרב עזרא טאקע אנגעהויבן זאגן קדיש.
נאך דער מלחמה איז די רביצין באליסא געקומען קיין קיירא. אין דער פרי באמערקט הרב עזרא אז דער זייגער, וואס האט יארן לאנג נישט געארבעט, האט אנגעהויבן צו גיין. האט הרב עזרא פארשטאנען אז זיין ווייב קומט אן און ער איז זאפארט געגאנגען אין דער באן סטאנציע צו באגעגענען זי.
אין תרפ"ב איז ער צוריק אין ארץ ישראל מיט זיין ווייב און צוויי קינדער. ווען ישיבת פורת יוסף איז געגרינדעט געווארן אין תרפ"ג איז ער געווארן א מגיד שיעור דארטן. אין תרפ"ה איז דער ראש ישיבה, הרב שלמה לאניאדא, נפטר געווארן און מען האט באשטימט הרב עטייה צו ווערן ראש ישיבה. ער האט געדינט אין דעם אמט 45 יאר, ביז תש"ל.
אסאך פון זיינע תלמידים זענען געווארן פירער פון יידישע קהילות אין ישראל, די פאראייניקטע שטאטן און דרום אמעריקע. דער מערסטער באקאנטער צווישן זיינע תלמידים איז הרב עובדיה יוסף. נאך באקאנטע תלמידים זענען הרב יהודה צדקה, הרב בן ציון אבא שאול, הרב מרדכי אליהו, הרב חיים דוד הלוי, הרב דוד שלוש רב פון נתניה, און הרב ציון לוי (הויפט רב פון פאנאמא).
הרב עטייה איז באשטימט געווארן א דיין אינעם ספרדישן בית דין, אן אמט וואס ער האט געהאלטן 20 יאר. הרב עטייה איז געווען שטארק אנגענומען ביי די רבנים הערש פסח פראנק (הויפט רב פון ירושלים) און דעם חזון איש. דער חזון איש האט געזאגט אויף הרב עטייה אז זיין סברה אין לערנען איז אזוי ווי איינער פון די ראשונים. אין די 1940ער יארן האט מען פארבעטן הרב עטייה צו דינען אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.
הרב עטייה איז נפטר געווארן מוצאי ל"ג בעומר, י"ט אייר תש"ל (1970). מען האט אים באערדיגט אין הר המנוחות אין גבעת שאול, ירושלים. ער האט איבערגעלאזט זעקס זין און איין טאכטער. איינער פון זיינע זין, הרב דוד עטייה (געב' תרפ"ט, איז געווען א דיין אין דער ירושלים בית דין, און האט אויפגעשטעלט אין זיין נאמען דעם בית מדרש "היכל עזרא".
משפחה
אין ה'תרס"ח האט ער חתונה געהאט מיט בוליסה סאלם (טאכטער פונעם חכם אברהם סאלם), איבערלאזנדיג זעקס זין און איין טאכטער. איינער פון זיינע זין, הרב דוד עטיה, איז געווען א חבר פונעם ירושלימער הויף און האט געגרינדעט א בית מדרש אין זיין בית המדרש זכּרון עזרא.
זיינע תלמידים
- הרב בן ציון אבא שאול, ראש ישיבת פורת יוסף - גאולה
- הרב יוסף משה עדס, ראש ישיבת פורת יוסף - גאולה
- הרב יהודה צדקה, ראש ישיבת פורת יוסף - גאולה
- הרב יהודה מועלם, ראש ישיבת פורת יוסף - גאולה
- הרב דוד שלוש, דער נתניה רב
- הרב יהודה כהן, דער ראש ישיבה יקירי ירושלים - גאולה
- הרב חיים דוד הלוי, דער תל אביב-יפו רב
- הרב עובדיה יוסף גריפן מרן הראשון לציון
- הרב מרדכי בן אליהו גריפן מרן הראשון לציון
- הרב נעים בן אליהו דער רב בוכרישן קווארטל
- הרב ציון לוי, דער פאנאמא רב
- הרב אליהו בן חיים, דער קווינס, ניו יארק רב
- הרב אברהם שלוש, דער כפר סבא רב
פריערדיגער: הרב שלמה לאניאדא |
ראש ישיבה פון פורת יוסף תרפ"ה-תש"ל |
נאָכפאלגער: הרב בן ציון אבא שאול הרב יהודה צדקה |
ביבליאגראפיע
- ספר עלה עזרא, ספר שו"ת ממנו עם הוספות והגהות עובדות והנהגות מאת תלמידו הגדול הראשון לציון מרן הרב עובדיה יוסף ירושלים ה'תשנ"ט, מוציא לאור מכון חי.
- Aleppo City of Scholars - Artscroll Sephardic Heritage Series
- המורה, מאת הסופרת מירי פאר ירושלים 1990 ה'תש"ן מירי פאר ירושלים ה'תש"ן 343 עמודים עם תמונות צבעוניות נדירות ואיורים.
- "האיש על העדה", מאת נכדו רבי יהודה עטיה, אייר ה'תשע"א.
- "מרן הרב עובדיה" מאת הרב יהודה היימוביץ, בשפת האנגלית.
- ספר הזכרון כנסת עזרא, ה'תשנ"ח-ה'תש"ס, מאת ר' נחום בצלאל מתפרח בעל מכון "הועד להוצאת כתבי מרן".
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!