אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יונתן הוופסי"
ק (החלפת טקסט – " יידן " ב־" אידן ") |
ק (←top: טשעקטי און אנדערע רייניגונג, typos fixed: יידן ← אידן (2)) |
||
שורה 17: | שורה 17: | ||
יונתן האט דעריבער געטוישט זיין שטיצע, פון דימיטריוס צו אנטיוכוס די זון פון באלאס, וואס איז געווען א קינד, נאר זיין גענעראל וואס האט געהייסן טריפון, האט עס ערלעדיקט, און שמעון איז געווארן הערשער איבערן בארטן פלאך, און צוזאמען האבן יונתן און שמעון, אטאקירט און אומגעברענגט שטיצער פון דימיטריוס, און זייערע שטעט. | יונתן האט דעריבער געטוישט זיין שטיצע, פון דימיטריוס צו אנטיוכוס די זון פון באלאס, וואס איז געווען א קינד, נאר זיין גענעראל וואס האט געהייסן טריפון, האט עס ערלעדיקט, און שמעון איז געווארן הערשער איבערן בארטן פלאך, און צוזאמען האבן יונתן און שמעון, אטאקירט און אומגעברענגט שטיצער פון דימיטריוס, און זייערע שטעט. | ||
טריפון האט פאר אן אומבאוויסטע סיבה, געוואלט פטור ווערן פון יונתן, דעריבער האט ער אים געלאדענט צו [[עכו]], ווי ער האט אים אריינגעשליידערט אין [[טורמע]], און שמעון האט געכאפט די מאכט ביי די | טריפון האט פאר אן אומבאוויסטע סיבה, געוואלט פטור ווערן פון יונתן, דעריבער האט ער אים געלאדענט צו [[עכו]], ווי ער האט אים אריינגעשליידערט אין [[טורמע]], און שמעון האט געכאפט די מאכט ביי די אידן, און האט דערקלערט קריג קעגן טריפון, און טריפון האט געמוזט צוריקציען זיינע זעלנער, דערביי פרובירנדיק צו נוצן יונתן אלס אויסטויש פון געפאנגענע, צום סוף האט טריפון אומגעברענגט יונתן. | ||
יונתן האט באקומען די פאלקס שטיצע, יהודה איז טאקע געווען א גיבור, יונתן האט אבער געברענגט די כבוד פון די | יונתן האט באקומען די פאלקס שטיצע, יהודה איז טאקע געווען א גיבור, יונתן האט אבער געברענגט די כבוד פון די אידן, צו א נייע הויכפונקט. | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:חשמונאים]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אידישע היסטאריע]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:תקופת בית שני]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:חנוכה]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 18:57, 8 דעצעמבער 2022
יונתן הוופסי, איז געווען די יונגסטע זון פון מתתיהו הכהן, גרינדער פון די חשמונאים, נאכדעם וואס יהודה המכבי איז אומגעקומען ביי א קאמף, האט יונתן איבערגענומען די אנפירערשאפט, פון די אויפשטאנד קעגן די יוונים, פאר אכצן יאר, און געווען כהן גדול, ווי אויך איז ער געווען גאווערנאר פון ארץ יהודה, פון די סלועקן הערשאפט.
נאך עטליכע זיגן אויפן פראנט פון די חשמונאים, זענען די חשמונאים דורכגעפאלן אין אלעשה, און יהודה איז געשטארבן אין יאר 161 איידער די ציווילע ציילונג, די סלועקן האבן צוריק איינגענומען ארץ יהודה, און באלאגערט ירושלים, יונתן מיט זיינע ברודער זענען אנטלאפן, צו די אנדערע זייט ירדן טייך, און פון דארט ווייטער אנגעפירט די אויפשטאנד.
יונתן מיט זיין ברודער שמעון התרסי, האבן אטאקירט די יוונים אין מדבר יהודה. צום סוף איז יונתן געקומען צום אפמאך מיטן גענעראל פון די סלועקן, באקכידאס. וואס צווישן אנדערע ווערט דארט דערקלערט, אז ירושלים איז נישט די הויפטשטאט פון די יידישע לאנד נאר מכמש, יונתן האט איינגעשטימט, און געדינט אלס פאקטישע הערשער איבער יהודה.
אין יאר 153- איז אנטיוכוס אפיפאנעס געשטארבן, און זיין זון האט וואס איז געווען א קינד האט איבערגענומען, אנטיוכוס האט געהאט א נעפע מיטן נאמען דימיטריוס, וואס האט געהרגט די קינד, און זיך געקרוינט אלס קעניג, אויבנאויף האט דימיטריוס געקעניגט מיט א שטארקע האנט, נאר דעמאלט איז אונטערגעקומען עמעצער מיטן נאמען אלעקסאנדער באלאס, וואס זיין אויסזען איז געווען פונקט ווי די קינד פון אנטיוכוס, וועמעם דימיטריוס האט אומגעברענגט, און אנדערע קעניגן האבן צוגעטעלט דעם באלאס א מיליטער, כדי זיך צו שלאגן מיט דימיטריוס.
יונתן האט אנהייב געשלאסן א בונד מיט דימיטריוס, שפעטער האט ער געטוישט זיין מיינונג, און געשלאסן א בונד מיט באלאס, וואס האט אין די ענדע באזיגט דימיטריוס, מיט די הילף פון די יידישע מיליטער.
אין אנדערע מלחמות וואס באלאס האט געהאט, איז יונתן אייביג געקומען צו הילף, צווישן די קעניג באלאס איז ער געווען פארעכנט אלס פריינט פון קעניג, און באלאס האט אים געשטעלט אלס כהן גדול, וואס דאס האט געגעבן די כח צו גרינדן די יידישע קעניגרייך.
דימיטריוס האט געהאט א זון, וואס ווערט גערופן דימיטריוס דער צווייטער, ער האט געוואלט נקמה נעמען אין באלאס, און א בירגער קריג האט אויסגעבראכן צווישן די סלועקן אין סיריע, יונתן האט אויסגענוצט די געלעגנהייט, און איינגענומען יפו, אשדוד, און עקרון. צום ענדע האט דימיטריוס דער צווייטער געזיגט, און ער האט אומגעברענגט באלאס. יונתן האט געשלאסן א בונד, מיט דימיטריוס דער צווייטער, וואס האט באפרייט די אידן פון אלע שטייערן. דימיטריוס האט אפגעגעבן נאך געגנטער צו די אידן אויפן חשבון פון שומרון, ווי לוד, און נאך אנדערע געגנטער.
באלאס האט געהאט א זון מיטן נאמען אנטיוכוס, וואס ער האט באשלאסן נקמה צו נעמען, זיין טאטנס פארגאסן בלוט. און ער האט באלאגערט דימיטריוס אין אנטיוכה אין לבנון, און יונתן האט געשיקט א מיליטער פון 3,000 קעמפער, ארויסצוהעלפן דימיטריוס. וואס אין אויסטויש וואלט ער געדארפט פארלאזן די פעסטונג אין ירושלים די כאקרא, וואס דימיטריוס האט קיינמאל נישט דורכגעפירט.
יונתן האט דעריבער געטוישט זיין שטיצע, פון דימיטריוס צו אנטיוכוס די זון פון באלאס, וואס איז געווען א קינד, נאר זיין גענעראל וואס האט געהייסן טריפון, האט עס ערלעדיקט, און שמעון איז געווארן הערשער איבערן בארטן פלאך, און צוזאמען האבן יונתן און שמעון, אטאקירט און אומגעברענגט שטיצער פון דימיטריוס, און זייערע שטעט.
טריפון האט פאר אן אומבאוויסטע סיבה, געוואלט פטור ווערן פון יונתן, דעריבער האט ער אים געלאדענט צו עכו, ווי ער האט אים אריינגעשליידערט אין טורמע, און שמעון האט געכאפט די מאכט ביי די אידן, און האט דערקלערט קריג קעגן טריפון, און טריפון האט געמוזט צוריקציען זיינע זעלנער, דערביי פרובירנדיק צו נוצן יונתן אלס אויסטויש פון געפאנגענע, צום סוף האט טריפון אומגעברענגט יונתן.
יונתן האט באקומען די פאלקס שטיצע, יהודה איז טאקע געווען א גיבור, יונתן האט אבער געברענגט די כבוד פון די אידן, צו א נייע הויכפונקט.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!