אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אפרים זלמן היילפרין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 09:45, 22 נאוועמבער 2022

 

רבי אפרים זלמן היילפרין

הרב אפרים זלמן היילפרין (י"ג כסלו ה'תרל"א, 7טן דעצעמבער 1871ד' אדר ה'תשכ"א, 20סטן פעברואר 1961) איז געווען א חסידישער רב אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. שפעטער איז ער ארויף אין ארץ ישראל וואו ער האט געגרינדעט דעם נאציאנאלן צענטער פאר טהרת המשפחה.

לעבנסגעשיכטע

הרב היילפרין איז געבוירן געווארן אין גאליציע אין א חסידישער משפחה, דער זון פון אלחנן דוב היילפרין (אן אייניקל פון הרב יעקב שלמה היילפרין אב"ד פרעמישלאן) און הינדא באלא.

ער איז געווען א רב אין פרעמישלאן און אין ברעזשאן. שפעטער האט ער אימיגרירט אין די פאראייניגטע שטאטן און ער איז געווארן רב פונעם "זרע אברהם" שול אין דענווער, און שפעטער אין דעם ביהמ"ד פון אנשי בראד אין ניו יארק.

שפעטער איז ער ארויף אין ארץ ישראל און ער האט געוואוינט אין דעם גאולה געגנט פון ירושלים וואו ער איז געווארן מקושר מיט די רביס פון רחמיסטריווקא. ער פלעג מעורר זיין דעם ציבור אין ירושלים וועגן דעם עניין פון נאכזאגן אמן און "אמן יהא שמיה רבא". צוליב דעם האט ער פארפאסט דעם קונטרס "שומר אמנים", וואס איז א ליקוט פון דברי חז"ל אויפן חשיבות פון דעם עניין. אזוי אויך האבן יעדן שבת פארזאמלט ביי אים קינדער פון דעם גאולה געגנט צו ווערן פארהערט ביי אים אויף גמרא און משניות און ער האט זיי געשאנקען מיט פריזן.[1]

אין די 50ער יארן האט הרב היילפרין מייסד געווען דעם "מרכז הארצי לטהרת המשפחה", כדי אויפשטעלן מקוואות אין יישובים און פארשפרייטן דאס חשיבות פון טהרת המשפחה. ער האט געקערט צום טשעבינער רב צו ווערן דעם נשיא פון דער ארגאניזאציע.

משפחה

זיין טאכטער לאה איז די ווייב פון הרב יהודה דוב גאלינסקי (נפ' תשט"ז), רב פון קהילת "שערי צדק" אין קאלטשעסטער, קאנעטיקוט. זייער זון איז הרב מעלה גאלינסקי, וואס איז געווארן זיין פאטערס ממלא מקום נאך זיין פטירה, און שפעטער איז ער ארויף אין ישראל און געווארן איינער פון די פירער פון ישיבת שעלבים.

רעפערענצן

מוסטער:רב-שטומף