אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באראק אבאמא"
ק (צ'קטי, פארראכטן לינק, באקוקט) |
ק (החלפת טקסט – "[[פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע" ב־"[[פאראייניגטע שטאטן") |
||
שורה 14: | שורה 14: | ||
|אינטערשריפט=[[טעקע:Barack Obama signature.svg|150px]] | |אינטערשריפט=[[טעקע:Barack Obama signature.svg|150px]] | ||
}} | }} | ||
'''באַראַק כוסיין אָבאַמאַ''' ([[ענגליש]]: ''Barack Hussein Obama'', געבוירן דעם [[4טן אויגוסט]] [[1961]]) איז געווען דער 44סטער [[פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן|פרעזידענט]] פון די [[פאראייניגטע שטאטן | '''באַראַק כוסיין אָבאַמאַ''' ([[ענגליש]]: ''Barack Hussein Obama'', געבוירן דעם [[4טן אויגוסט]] [[1961]]) איז געווען דער 44סטער [[פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן|פרעזידענט]] פון די [[פאראייניגטע שטאטן]]. | ||
== קאנדידירן פאַר פּרעזידענט == | == קאנדידירן פאַר פּרעזידענט == | ||
בעפאר איז ער געווען דער [[דעמאקראטישער פארטיי|דעמאקראט]]ישער [[סענאטאר]] פון [[אילינויס]], און א פאפולערער פיגור אין אמעריקאנער [[פאליטיק]], דינענדיג אלס דער אינגסטער אפריקאנער-אמעריקאנער סענאטאר אין היסטאריע, און זייענדיג דער איינציגסטער אפריקאנער-אמעריקאנער סענאט מיטגליד, בלויז איינס פון פינף. | בעפאר איז ער געווען דער [[דעמאקראטישער פארטיי|דעמאקראט]]ישער [[סענאטאר]] פון [[אילינויס]], און א פאפולערער פיגור אין אמעריקאנער [[פאליטיק]], דינענדיג אלס דער אינגסטער אפריקאנער-אמעריקאנער סענאטאר אין היסטאריע, און זייענדיג דער איינציגסטער אפריקאנער-אמעריקאנער סענאט מיטגליד, בלויז איינס פון פינף. |
רעוויזיע פון 18:53, 6 דעצעמבער 2022
|
באַראַק כוסיין אָבאַמאַ (ענגליש: Barack Hussein Obama, געבוירן דעם 4טן אויגוסט 1961) איז געווען דער 44סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
קאנדידירן פאַר פּרעזידענט
בעפאר איז ער געווען דער דעמאקראטישער סענאטאר פון אילינויס, און א פאפולערער פיגור אין אמעריקאנער פאליטיק, דינענדיג אלס דער אינגסטער אפריקאנער-אמעריקאנער סענאטאר אין היסטאריע, און זייענדיג דער איינציגסטער אפריקאנער-אמעריקאנער סענאט מיטגליד, בלויז איינס פון פינף.
ער איז געווען דער דעמאקראטישער פארטיי קאנדידאט פאר די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן 2008. ער איז געלאפן אין די דעמאקראטשיע פריימעריס קעגן הילערי קלינטאן, און אויף א וואונדערליכן אופן האט ער זי באזיגט, פון אנפאנג האט קיינער נישט געגלייבט אז ער וועט איהר קענען ביי קומען, אבער צו סוף האט עס באוויזן.
ער האט געווונען קעגן דזשאן מעקעין צו ווערן דער 44סטער פרעזידענט.
זיין זיג ווערט צוגעשריבן צו עטליכע פאקטארן, קודם איז די עקאנאמיע אין אמעריקע זייער שווער, ער האט קאמפיינט אז ער וועט מאכן בעסער די עקנאמיע, אין אמעריקע איז דא א ווערטל "דאס אמעריקאנער פאלק שטימט לויטן פאקעט בוק, אויב איז די בערזל פול מיט געלד, וועט מען שטימען פאר אלטן פרעזידענט אויב נישט ווען מען נישט שטימען פאר אים, אזוי איז טאקע איצט געווען, דאס פאלק האט זיך געוואלט דערווייטערן מיט אלעס וואס האט צו טון מיט בוש, און מען האט געזען דעם ראפובליקאנעם קאנדידאט דזשאן מעקעין ווי א נאכפאלגער פון בוש, און מען האט אים באשטאפט. צווייטענס האט ער זייער גוט קאמפיינט ביי די יונגע, ער האט רעגיסטרירט מליאנען נייע יונגע מענטשן וואס האבן נאכקיינמאלה נישט געשטימט, זיי האבן אים געהאלפן מיט זיין זיג.
אום יאנואר 2009 איז ער געווארן פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. זיין וויצע פרעזידענט איז דער סענאטאר פון דעלאווער, דזשאו ביידען.
ער ווערט באטראכט ווי זייער ליבעראל, אלס איינער וואס וועט פירן פונקט א פארקערטן פאליטיק ווי זיין פארגייער דזשארדזש וואקער בוש, ער וועט זוכען פרידן און זיך נישט איינרייסן מיט דער וועלט, עס בלייבט איבער צו זען צו עס וועט טאקע זיין אזוי.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!