אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בינארישע סיסטעם"
ק (אוועקנעמען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) |
ק (אוועקנעמען קאַטעגאָריע:אויף יידיש דורך HotCat) |
||
שורה 51: | שורה 51: | ||
[[קאַטעגאָריע:מאטעמאטיק]] | [[קאַטעגאָריע:מאטעמאטיק]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 02:04, 2 דעצעמבער 2022
די בינארישע צאל סיסטעם (אדער צווייער-סיסטעם) איז א נומערן סיסטעם וואס ניצט נאר צוויי סימבאלן, געווענטליך 0 און 1.
ציילן אין בינאריש
ציילן אין בינאריש איז ענליך ווי צו ציילן אין דער דעצימאלער סיסטעם, נאר אנשטאט ניצן צען ציפער-סימבאלן ניצט מען נאר צוויי, 0 און 1. מען פאנגט אן מיט די ערשטע קאלום אויף דער רעכטער זייט, די "איינסערס" קאלום. מען ציילט 0, 1, ביז מען האט מער נישט קיין סימבאלן, דאן גייט מען לינקס צום נעקסטן קאלום, די "צווייערס" קאלום. מען שרייבט 10 וואס מיינט 1 מאל צוויי מיט 0 מאל איינס. די דריטע קאלום איז די "פירערס", די פערטע קאלום איז די "אכטערס", און אזוי ווייטער, עס דאפלט זיך מיט יעדן קאלום. עס קומט אויס אז 100101 מיינט 1 מאל צוויי און דרייסיג, פלאס 0 מאל זעכצן, פלאס 0 מאל אכט, פלאס 1 מאל פיר, פלאס 0 מאל צוויי, פלאס 1 מאל איינס = זיבן און דרייסיג. אדער אויף דעצימאל 37.
פאלגנד זענען די ערשטע צען נומערן אין בינאריש:
בינאריש | אידיש |
---|---|
0 | נול |
1 | איינס |
10 | צוויי |
11 | דריי |
100 | פיר |
101 | פינף |
110 | זעקס |
111 | זיבן |
1000 | אכט |
1001 | ניין |
די וועלט זאגט א ווערטל: עס זענען דא 10 סארט מענטשן, די וואס פארשטייען בינאריש און די וואס פארשטייען נישט בינאריש.
חיבור
צולייגן נומערן אין בינאריש איז גאנץ פשוט.
0 + 0 ← 0
0 + 1 ← 1
1 + 0 ← 1
1 + 1 ← 0, טראג 1 (ווייל 1 + 1 = 0 + 1 × 10 אין בינאריש)
זעט אויך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!