אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יוסף שאול נאטאנזאהן"
ק (עברי אנכי האט באוועגט בלאט יוסף שאול נאטאנזאן צו רבי יוסף שאול נאטאנזאן) |
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
||
שורה 27: | שורה 27: | ||
[[קאַטעגאָריע:גאליציאנער רבנים]] | [[קאַטעגאָריע:גאליציאנער רבנים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:רבנישע לויים]] | [[קאַטעגאָריע:רבנישע לויים]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 15:26, 5 יאנואר 2023
הרב יוסף שאול הלוי נאַטאַנזאן (ה'תקס"ח - כ"ז אדר א' ה'תרל"ה) איז געווען רב אין לעמבערג און איינער פון די גרויסע פוסקים אין זיין דור. זיינע תשובות זענען געזאמלט אין די זעקס בענדער פון שו"ת שואל ומשיב.
ביאגראפיע
הרב נאטאנזאן איז געבוירן געווארן אין ברעזשאן, אסט-גאליציע (היינט מערב אוקראינע) אין תקס"ח, דער בכור פון זיין פאטער ר' אריה לייביש הלוי נאטאנזאן.[1]
אין תקפ"ה האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון זיין פעטער, הרב יצחק אהרן הלוי איטינגא. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין לעמבערג, וואו ער האט געלערנט צוזאמען מיט זיין שוואגער רבי מרדכי זאב איטינגא. צוזאמען האבן זיי געשריבן דעם ספר "מפרשי הים" אויף ש"ס.[1] קיין געהאלט האט ער נישט גענומען פון דער קהילה.
אין תרי"ז האט מען אים באשטימט אב"ד פון לעמבערג.[1]
ער איז געווען א מתנגד, אבער ער האט זיך געהאלטן גוט מיט די חסידים, ווי ער האט זיך אסאך קארעספאנדירט מיט דעם פראמינענטן חסידישער רבי, רבי חיים האלבערשטאם, דער "דברי חיים" פון צאנז.
ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער.
זיינע ספרים
- שו"ת שואל ומשיב (זעקס בענדער)
- נר מערבי—אויפן ירושלמי
- דברי שאול אויף תורה און חמש מגלות
- מפרשי הים—אויף ש"ס (מיט זיין שוואגער רבי מרדכי זאב איטינגא)
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!