אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמחה בונם באנהארד"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (עברי אנכי האט באוועגט בלאט שמחה בונם באנהארד צו רבי שמחה בונם באנהארד) |
רעוויזיע פון 19:31, 28 נאוועמבער 2022
רבי שמחה בונם באנהאַרד (ה'תקכ"ה - י"ב אלול ה'תקפ"ז), באקאנט ווי רבי שמחה בונים פון פרשיסחא און דער רבי ר' בונים, איז געווען רבי אין פרשיסחא נאכן איד הקדוש פון פשיסכע.
אפשטאם
רבי שמחה בונם איז געבוירן אין וואידיסלאוו אין יאר ה'תקכ"ה צו זיין פאטער הרב צבי הירש באנהארד.
רבנות
רבי שמחה בונם איז געפארן צו רבי משה לייב סאסאווער אין צו דעם קאזשניצער מגיד, נאכהער איז ער געווארן פון די תלמידים פון חוזה פון לובלין, שפעטער איז ער געווארן פון די גרויסע אנהענגער פון ייד הקדוש.
נאך דער פטירה פון זיין רבין דער ייד הקדוש איז רבי שמחה בונם געווארן זיין ממלא מקום אלס רבי אין פרשיסחא. צו רבי שמחה בונם איז געווען א גרויס געפארעכטס פון טויזנטער חסידים.
הסתלקות
רבי שמחה בונם איז נפטר געווארן י"ב אלול ה'תקפ"ז, און ער ליגט אין פרשיסחא.
זיינע תלמידים
פון זיינע תלמידים:
- רבי ישראל יצחק קאליש פון ווארקא
- רבי מנחם מענדיל מארגנשטערן פון קאצק
- רבי יעקב אריה גוטערמאן פון ראדזימין
- רבי יצחק מאיר אלטער פון גער
- רבי חנוך העניך הכהן לעווין פון אלעקסאנדער
- רבי מרדכי יוסף ליינער פון איזשביצא
- רבי אברהם לאנדא פון טשעכאנאוו
- רבי מאיר יחיאל שפירא פון מאגליניצא
- רבי יחזקאל פון קאזמיר
פאמיליע
רבי שמחה בונם האט געהייראט מרת רבקה א טאכטער פון הרב משה פון בענדין. זייערע קינדער:
- הרב אברהם משה באנהארד, ער האט חתונה געהאט מיט ברײַנדל פייגא, אן אייניקל פונעם ייד הקדוש.
- ליבא, ווייב פון הרב לוי יצחק, זון פון הרב שרגא פייוול דאנציגער
- ביילא, ווייב פון הרב אלימלך עסטרייכער פון ראָדעם
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!