אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלכסנדר (חסידות)"

ק
החלפת טקסט – "׳" ב־"'"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
ק (החלפת טקסט – "׳" ב־"'")
שורה 3: שורה 3:
דער היינטיגער רבי איז רבי  [[ישראל צבי יאיר דאנציגער]], דער הויף ציילט היינט אין איר הונדערטער משפחות, רוב פון זיי אין ישראל און אמעריקע.
דער היינטיגער רבי איז רבי  [[ישראל צבי יאיר דאנציגער]], דער הויף ציילט היינט אין איר הונדערטער משפחות, רוב פון זיי אין ישראל און אמעריקע.


<ins>דאס</ins> <ins>חסידות</ins> איז היינט הויפטקווארטירט אין בני ברק, אין דעם צענטראלן בית מדרש פונעם רבי׳ן אויפ'ן אחיעזר גאס.
<ins>דאס</ins> <ins>חסידות</ins> איז היינט הויפטקווארטירט אין בני ברק, אין דעם צענטראלן בית מדרש פונעם רבי'ן אויפ'ן אחיעזר גאס.


== היסטאריע ==
== היסטאריע ==
=== דאס חסידות אין פוילן ===
=== דאס חסידות אין פוילן ===
דער יסוד פון דער אלעקסאנדער הויף איז אין די [[פרשיסחא (הויף)|פשיסחא]] חסידות, געגרינדעט דורך רבי [[יעקב יצחק פון פשיסחא]] ('דער איד הקדוש'), וועלכער איז געווען א תלמיד פונעם [[יעקב יצחק פון לובלין|חוזה פון לובלין]]. אין די לעצטערע יארן פונעם לעבן פון זיין רבי'ן האט ער אנגעהויבן פירן א קבוצה חסידים, וואס אנדערש ווי אנדערע חצירות פון יענער תקופה, איז נישט געווען קיין אונטערשייד צווישן פשוטע מענטשן און די חשובע בני עליה. נאך דער פטירה פון רבי יעקב יצחק, איז זיין תלמיד רבי [[שמחה בונם פון פשיסחא|שמחה בונים פון פשיסחא]] באשטימט געווארן צו זיין דער מנהיג העדה. אין די דאזיגע יארן האט זיך פארגרעסערט דאס מחלוקת, צװישן די תלמידים פון דעם רבי'ן פון לובלין, און דער פשיסחא הויף. נאך דער פטירה פון רבי שמחה בונים האבן רוב חסידים געקרוינט זיין זון רבי אברהם משה פון פשיסחא אלס רבי, אבער ער האט נישט לאנג געלעבט און איז נפטר געווארן נאך אנדערט־האלב יאר, און זיין ארט איז אנגעפילט געווארן דורך רבי [[ישראל יצחק קאליש|יצחק פון ווארקא]], וואס האט אויסגעטראטן דעם [[ווארקא (הויף)|ווארקא]] דרך פון עוסק זיין אין אהבת רעים אויפן אופן פון אוהב את הבריות ומקרבן לתורה. ער איז באקאנט אלס דער 'אלטער רבי' פון ווארקא. נאך זיין פטירה איז די הנהגה אריבערגעגאנגען צו זיין גרויסן תלמיד, רבי שרגא פייוויל פון [[גריצע|גריצא]]. וואס איז באזונדער אויך געווען א תלמיד פון רבי [[יעקב לארבערבוים|יעקב לאָרבערבוים]] פון [[ליסא]] זצ"ל דער "נתיבות המשפט". און נאך זיין פטירה איז געקרוינט געווארן דער זון פונעם אלטער רבי׳ן פון ווארקא, רבי [[מרדכי מנחם מענדל קאליש|מנחם מענדל פון ווארקא]] באקאנט אלס דער "שתקן", און ווערט גערופן דער 'יונגער רבי' פון ווארקא. ביי זיין פטירה איז די הנהגה אריבער צו רבי [[דוב בעריש פון ביאלע|דוב בעריש ביאלער]], וועלכער האט משפיע געווען פרנסה בריווח פאר די חסידים, אויף אזוי ווייט אז די זיבן יאר פון זיין הנהגה זענען באקאנט אלס די "שבע שנות שובע"; טייל פון זיינע דברי תורה זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "מגיד דבריו ליעקב".
דער יסוד פון דער אלעקסאנדער הויף איז אין די [[פרשיסחא (הויף)|פשיסחא]] חסידות, געגרינדעט דורך רבי [[יעקב יצחק פון פשיסחא]] ('דער איד הקדוש'), וועלכער איז געווען א תלמיד פונעם [[יעקב יצחק פון לובלין|חוזה פון לובלין]]. אין די לעצטערע יארן פונעם לעבן פון זיין רבי'ן האט ער אנגעהויבן פירן א קבוצה חסידים, וואס אנדערש ווי אנדערע חצירות פון יענער תקופה, איז נישט געווען קיין אונטערשייד צווישן פשוטע מענטשן און די חשובע בני עליה. נאך דער פטירה פון רבי יעקב יצחק, איז זיין תלמיד רבי [[שמחה בונם פון פשיסחא|שמחה בונים פון פשיסחא]] באשטימט געווארן צו זיין דער מנהיג העדה. אין די דאזיגע יארן האט זיך פארגרעסערט דאס מחלוקת, צװישן די תלמידים פון דעם רבי'ן פון לובלין, און דער פשיסחא הויף. נאך דער פטירה פון רבי שמחה בונים האבן רוב חסידים געקרוינט זיין זון רבי אברהם משה פון פשיסחא אלס רבי, אבער ער האט נישט לאנג געלעבט און איז נפטר געווארן נאך אנדערט־האלב יאר, און זיין ארט איז אנגעפילט געווארן דורך רבי [[ישראל יצחק קאליש|יצחק פון ווארקא]], וואס האט אויסגעטראטן דעם [[ווארקא (הויף)|ווארקא]] דרך פון עוסק זיין אין אהבת רעים אויפן אופן פון אוהב את הבריות ומקרבן לתורה. ער איז באקאנט אלס דער 'אלטער רבי' פון ווארקא. נאך זיין פטירה איז די הנהגה אריבערגעגאנגען צו זיין גרויסן תלמיד, רבי שרגא פייוויל פון [[גריצע|גריצא]]. וואס איז באזונדער אויך געווען א תלמיד פון רבי [[יעקב לארבערבוים|יעקב לאָרבערבוים]] פון [[ליסא]] זצ"ל דער "נתיבות המשפט". און נאך זיין פטירה איז געקרוינט געווארן דער זון פונעם אלטער רבי'ן פון ווארקא, רבי [[מרדכי מנחם מענדל קאליש|מנחם מענדל פון ווארקא]] באקאנט אלס דער "שתקן", און ווערט גערופן דער 'יונגער רבי' פון ווארקא. ביי זיין פטירה איז די הנהגה אריבער צו רבי [[דוב בעריש פון ביאלע|דוב בעריש ביאלער]], וועלכער האט משפיע געווען פרנסה בריווח פאר די חסידים, אויף אזוי ווייט אז די זיבן יאר פון זיין הנהגה זענען באקאנט אלס די "שבע שנות שובע"; טייל פון זיינע דברי תורה זענען געדרוקט געווארן אינעם ספר "מגיד דבריו ליעקב".


נאך זיין פטירה אין תרצ"ו איז רבי [[יחיאל דאנציגער]], דער זון פון רבי שרגא פייוויל פון גריצא, געווארן אויפגענומען צו דער הנהגה, ער איז דעמאלט געווען רב{{מקור}} אין שטאט [[פילץ]], און נאך עטליכע יאר האט ער זיך אריבערגעצויגן אין דער שטאט [[אלעקסאנדער, פוילן|אלעקסאנדער]]. רבי יחיאל איז געווען באקאנט אלס דער "שרף", ער איז באוואוסט מיטן נאמען דער "אלטער רבי" פון אלעקסאנדער. ער איז נפטר געווארן י"ד שבט תרנ"ד.
נאך זיין פטירה אין תרצ"ו איז רבי [[יחיאל דאנציגער]], דער זון פון רבי שרגא פייוויל פון גריצא, געווארן אויפגענומען צו דער הנהגה, ער איז דעמאלט געווען רב{{מקור}} אין שטאט [[פילץ]], און נאך עטליכע יאר האט ער זיך אריבערגעצויגן אין דער שטאט [[אלעקסאנדער, פוילן|אלעקסאנדער]]. רבי יחיאל איז געווען באקאנט אלס דער "שרף", ער איז באוואוסט מיטן נאמען דער "אלטער רבי" פון אלעקסאנדער. ער איז נפטר געווארן י"ד שבט תרנ"ד.