אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:עירובין"
(קרדיט + קטגוריות) |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט עירובין צו רוי:עירובין אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 22:01, 8 יאנואר 2023
שבע מצוות דרבנן | |
הלל • מגילת אסתר • חנוכה ליכט • נרות שבת • נטילת ידיים • ברכה • עירובין |
די מצווה פון עירובין איז איינע פון די 7 מצוות וואס חז"ל האבן מתקן געווען, אזוי:
אונטער דעם איז דא:
עירובי תחומין
לויט די תורה טאר מען נישט ארויסגיין שבת פון א באוואוינטע שטאט מער ווי 2,000 איילן וואס ווערט אנגערופן "תחום שבת", דעריבער האבן חז"ל מתקן געווען אז אויב איינער וויל ארויס גיין אויסערן תחום, זאל ער פאר שבת אראפלייגן צוויי סעודות עסנווארגן ביים ענדע פון די 2,000 איילן אויסערן שטאט, און דאס ווערט פארעכנט אזוי ווי דער מענטש וואוינט דארט, ווייל א מענטש וואוינט ווי זיין עסן איז, ממילא וועט עס איהם ערלויבן צו גיין נאך 2,000 איילן פון ווי ער האט אראפ געלייגט דאס עסן, איז דאס א סך הכל פון 4000 איילן פון די באוואוינטע שטאט.
עירובי חצרות
לויט דער תורה מעג מען טראגען אין א בילדונג ווי עס וואינען אסאך מענטשן אדער א הויף, אזוי אויך א שטאט וואס איז ארומגענימען א מויער מעג מען לויט די תורה טראגען אבער די חכמים האבן מורא געהאט אז מענטשן וועלן מיינען אז פונקט ווי אין די שטאט עג מען טראגען מעג מען איבעראל און אזוי ווייטער, האט שלמה המלך און זיין בי"ד מתקן געווען אז יעדער וואס וואינט פאר זיך און וויל טראגען דארף מאכען א עירוב.
עירוב תבשילין
דאס איז נאר ווען יו"ט געפאלט אויס אום ערב שבת, האבן חז"ל מתקן געווען אז מ'טאר נישט צוגרייטן די סעודות פון שבת אום יו"ט, ווייל אום יו"ט איז מעו צו פארנומען און מ'וועט גרינגשעצן דעם שבת מיטן נישט צוגרייטן ווי עס פאסט, דעריבער מוז מען שוין צוגרייטן דעם שבת פון פאר יו"ט, האבן אבער חז"ל געזאגט אז מ'קען טוהן אן עצה אז מ'זאל יא מעגן קאכן פון יו"ט אויף שבת, אויב מ'מאכט אן עירוב תבשילין דאס מיינט אז ערב יו"ט גרייט מען צו צוויי געקעכטסן פאר שבת און מיט דעם ווייזט מען אז מ'האט שוין אנגעגערייט פאר שבת. די צוויי געקעכצן טאר מען נישט אויפעסן פאר שבת.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!