אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:איבן רושד"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
||
(14 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש = Arab Andalusian Muslim writer and philosopher (1126–1198)|העב=פילוסוף מוסלמי|דייטש=spanisch-arabischer Philosoph und Arzt|}} | |||
[[File:Colliget Auerrois totam medicinam V00026 00000002.tif|thumb|''Colliget'']] | [[File:Colliget Auerrois totam medicinam V00026 00000002.tif|thumb|''Colliget'']] | ||
'''איבן־רושד''' (פולער [[אראביש|אַראַבישער]] נאָמען: '''أبو الوليد محمد بن أحمد بن رشد''', '''אַבו אַל־וואַליד מוכאַמאַד איבן אַכמאַד איבן רושד''', אויך באַקאַנט מיטן [[לאטיין|לאטיינישן]] נאָמען '''Averroes''', '''אַוועראוּס'''; 1126 – 1198) איז געווען אַ [[מוסולמענער]] [[דאקטער|דאָקטער]] און [[ | '''איבן־רושד''' (פולער [[אראביש|אַראַבישער]] נאָמען: '''أبو الوليد محمد بن أحمد بن رشد''', '''אַבו אַל־וואַליד מוכאַמאַד איבן אַכמאַד איבן רושד''', אויך באַקאַנט מיטן [[לאטיין|לאטיינישן]] נאָמען '''Averroes''', '''אַוועראוּס'''; 1126 – 1198) איז געווען אַ [[מוסולמענער]] [[דאקטער|דאָקטער]] און [[פילאזאפיע|פילאָזאָף]], וואָס האָט געהאַט אַ שטאַרקע ווירקונג אויף דער אייראָפּייאישער פילאָזאָפיע פון דעם [[מיטל אלטער|מיטל־אַלטער]]. | ||
געבאָרן איז ער אין [[קארדאבע|קאָרדאָבע]], די דעמאָלסדיקע [[הויפטשטאט|הויפּטשטאָט]] פון דעם [[מורישער קעניגרייך|מורישן קעניגרייך]] אין [[שפּאַניע]]. אַ תקופה האָט ער געדינט אַלס [[וויזיר]] אין קאָרדאָבע, און שפּעטער אַלס הויפּט ריכטער אין [[מאראקא|מאַראָקע]]. צוליב | געבאָרן איז ער אין [[קארדאבע|קאָרדאָבע]], די דעמאָלסדיקע [[הויפטשטאט|הויפּטשטאָט]] פון דעם [[מורישער קעניגרייך|מורישן קעניגרייך]] אין [[שפּאַניע]]. אַ תקופה האָט ער געדינט אַלס [[וויזיר]] אין קאָרדאָבע, און שפּעטער אַלס הויפּט ריכטער אין [[מאראקא|מאַראָקע]]. צוליב זיינע אמונות האָט מען עם פאַרפאָלגט און אַריינגעזעצט אין תפיסה, און ער איז באַפרייט געוואָרן ערשט נאָכדעם וואָס ער האָט צוריקגעצויגן עטליכע פון זיינע שיטות. ער איז געווען באַפריינדעט מיטן פילאָזאָף [[איבן טופייל|איבן־טופייל]], וועלכע האָט עם רעקאָמאַנדירט פאַרן קעניג אַלס זיין פאַרטרעטער אין דער וויזירשאַפט. | ||
ער האָט שטודירט [[יוריסטווע]], געשריבן [[דיכטונג|דיכטונגען]], און איז געווען פאַררעכנט אַלס דער גרעסטער געלערנטער אין | ער האָט שטודירט [[יוריסטווע]], געשריבן [[דיכטונג|דיכטונגען]], און איז געווען פאַררעכנט אַלס דער גרעסטער געלערנטער אין זיינע צייטן. זיינע ווערק שליסן איין כתבים אין [[רפואה]], [[נאטור-וויסנשאפטן|נאַטור־וויסנשאַפטן]], [[פילאָזאָפיע]], [[יוריסטווע]], און [[מאַטעמאַטיק]], אָבער ער איז באַוואוסט דערהויפּט פאַר זיינע פירושים און קריטיק אויף די ווערק פון [[אריסטא|אַריסטאָ]], צו וועלכע די געלערנטע אין יענע צייטן פלעגן זיך באַציען מיט אַ חרדת־קודש. | ||
== | == זיין פילאָזאָפישע שיטה == | ||
איבן־רושד האָט געפּרואווט פאַרענטפערן אַריסטאָס פילאָזאָפיע אַז עס זאָל קיין סתירה ניט | איבן־רושד האָט געפּרואווט פאַרענטפערן אַריסטאָס פילאָזאָפיע אַז עס זאָל קיין סתירה ניט זיין צום [[איסלאם|איסלאַם]]. לויט זיין מיינונג, זענען רעליגיע און פילאָזאָפיע צוויי שליאַכן וועלכע פירן צו איין און דעם זעלבן אמת. ער איז געבליבן געטריי דער טראַדיציאָנעלער אַריסטאָטעלישער מסורה, און האָט שטאַרק אַטאַקירט [[איבן סינא|איבן־סינאַ'ן]] וואָס ער האָט אַריינגעמישט עלמענטן פון דעם איסלאַמישן [[קאלאם|קאַלאַם]] אין זיין פילאָזאָפיע. ווי אַריסטאָ, האָט ער געגלייבט אַז דער [[אוניווערס]] איז אַ קדמון (דאָס הייסט, אַז ער האָט אייביק עקזיסטירט און איז קיינמאָל ניט באַשאַפן געוואָרן), און האָט אויך באַהויפּטעט אַז דער מענטשליכער זעל באַשטייט פון צוויי טיילן - דער פּערזענליכער זעל וועלכע שטאַרבט צוזאַמען מיטן גוף; און דער געטליכער טייל, וועלכער איז אַ געמיינזאַמער נשמה פאַר דער גאַנצער מענטשהייט (ווי די שיטה פון [[איבן באדזשא|איבן־באַדזשאַ]], להיפוך פון איבן־סינאַ). | ||
דער וועלטס | דער וועלטס אייביקייט איז פאַרבונדן מיט די נאַטור געזעצן וועלכע בייגן זיך קיינמאָל ניט. ווי עס שיינט, האָט איבן־רושד געהאַלטן פון [[דעטערמיניזם]].{{שטומף|ביאגראפיע}} | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:פילאזאפן]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | |||
[[he:אבן רושד]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 10:53, 26 אקטאבער 2023
איבן־רושד (פולער אַראַבישער נאָמען: أبو الوليد محمد بن أحمد بن رشد, אַבו אַל־וואַליד מוכאַמאַד איבן אַכמאַד איבן רושד, אויך באַקאַנט מיטן לאטיינישן נאָמען Averroes, אַוועראוּס; 1126 – 1198) איז געווען אַ מוסולמענער דאָקטער און פילאָזאָף, וואָס האָט געהאַט אַ שטאַרקע ווירקונג אויף דער אייראָפּייאישער פילאָזאָפיע פון דעם מיטל־אַלטער.
געבאָרן איז ער אין קאָרדאָבע, די דעמאָלסדיקע הויפּטשטאָט פון דעם מורישן קעניגרייך אין שפּאַניע. אַ תקופה האָט ער געדינט אַלס וויזיר אין קאָרדאָבע, און שפּעטער אַלס הויפּט ריכטער אין מאַראָקע. צוליב זיינע אמונות האָט מען עם פאַרפאָלגט און אַריינגעזעצט אין תפיסה, און ער איז באַפרייט געוואָרן ערשט נאָכדעם וואָס ער האָט צוריקגעצויגן עטליכע פון זיינע שיטות. ער איז געווען באַפריינדעט מיטן פילאָזאָף איבן־טופייל, וועלכע האָט עם רעקאָמאַנדירט פאַרן קעניג אַלס זיין פאַרטרעטער אין דער וויזירשאַפט.
ער האָט שטודירט יוריסטווע, געשריבן דיכטונגען, און איז געווען פאַררעכנט אַלס דער גרעסטער געלערנטער אין זיינע צייטן. זיינע ווערק שליסן איין כתבים אין רפואה, נאַטור־וויסנשאַפטן, פילאָזאָפיע, יוריסטווע, און מאַטעמאַטיק, אָבער ער איז באַוואוסט דערהויפּט פאַר זיינע פירושים און קריטיק אויף די ווערק פון אַריסטאָ, צו וועלכע די געלערנטע אין יענע צייטן פלעגן זיך באַציען מיט אַ חרדת־קודש.
זיין פילאָזאָפישע שיטה
איבן־רושד האָט געפּרואווט פאַרענטפערן אַריסטאָס פילאָזאָפיע אַז עס זאָל קיין סתירה ניט זיין צום איסלאַם. לויט זיין מיינונג, זענען רעליגיע און פילאָזאָפיע צוויי שליאַכן וועלכע פירן צו איין און דעם זעלבן אמת. ער איז געבליבן געטריי דער טראַדיציאָנעלער אַריסטאָטעלישער מסורה, און האָט שטאַרק אַטאַקירט איבן־סינאַ'ן וואָס ער האָט אַריינגעמישט עלמענטן פון דעם איסלאַמישן קאַלאַם אין זיין פילאָזאָפיע. ווי אַריסטאָ, האָט ער געגלייבט אַז דער אוניווערס איז אַ קדמון (דאָס הייסט, אַז ער האָט אייביק עקזיסטירט און איז קיינמאָל ניט באַשאַפן געוואָרן), און האָט אויך באַהויפּטעט אַז דער מענטשליכער זעל באַשטייט פון צוויי טיילן - דער פּערזענליכער זעל וועלכע שטאַרבט צוזאַמען מיטן גוף; און דער געטליכער טייל, וועלכער איז אַ געמיינזאַמער נשמה פאַר דער גאַנצער מענטשהייט (ווי די שיטה פון איבן־באַדזשאַ, להיפוך פון איבן־סינאַ).
דער וועלטס אייביקייט איז פאַרבונדן מיט די נאַטור געזעצן וועלכע בייגן זיך קיינמאָל ניט. ווי עס שיינט, האָט איבן־רושד געהאַלטן פון דעטערמיניזם.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!