אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב בירב"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
ק (החלפת טקסט – "[[יוסף קארו" ב־"[[רבי יוסף קארו")
 
(5 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 17: שורה 17:
די כוונה פון די חכמים איז געווען אז וויבאלד אין יענע צייט זענען געווען אסאך מענטשן וואס זענען איבערגעבליבן אין שפאניע און אין פורטוגאל אלס [[אנוסים]], און זיי האבן חתונה געהאט שלא כדין, צוליב אונס און צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה, אבער פאקטיש האבן זיי עובר געווען אויף איסורי כריתות מיט זייער חתונה, אסאך פון זיי זענען דערנאך ארויס פון דארט און געוואלט תשובה טועהן, ווערן צוריק תורה טרייע אידן, אבער זיי האבן געוואסט אז פאקטיש האבן זיי עובר געווען אויף איסורי כריתות, דאס האט זיי אפגעהאלטן פון טון תשובה, דעריבער האט מען געוואלט אז דער מהר"י בירב זאל זיי קענען געבן מלקות, און דער הלכה איז חייבי כריתות שלקו נפטרו מידי כריתותן, אויב איינער איז מחויב כרת און מען שלאגט איהם מלקות ווערט ער פטור פון כרת.{{הערה|תשובות הרלב"ח בסוף דרע"ז}}
די כוונה פון די חכמים איז געווען אז וויבאלד אין יענע צייט זענען געווען אסאך מענטשן וואס זענען איבערגעבליבן אין שפאניע און אין פורטוגאל אלס [[אנוסים]], און זיי האבן חתונה געהאט שלא כדין, צוליב אונס און צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה, אבער פאקטיש האבן זיי עובר געווען אויף איסורי כריתות מיט זייער חתונה, אסאך פון זיי זענען דערנאך ארויס פון דארט און געוואלט תשובה טועהן, ווערן צוריק תורה טרייע אידן, אבער זיי האבן געוואסט אז פאקטיש האבן זיי עובר געווען אויף איסורי כריתות, דאס האט זיי אפגעהאלטן פון טון תשובה, דעריבער האט מען געוואלט אז דער מהר"י בירב זאל זיי קענען געבן מלקות, און דער הלכה איז חייבי כריתות שלקו נפטרו מידי כריתותן, אויב איינער איז מחויב כרת און מען שלאגט איהם מלקות ווערט ער פטור פון כרת.{{הערה|תשובות הרלב"ח בסוף דרע"ז}}


די מעשה אט פאסירט אין שנת [[ה'רצ"ח]] (מביט קרית ספר הל' סנהדרין). עטליכע חדשים שפטעטר האט דער מהר"י בירב מסמיך געווען פיר גדולי ישראל פון זיינע תלמידים 1) ר' [[יוסף קארו]]. 2) דער מבי"ט. 3) ר' אברהם שלום. 4) ר' ישראל ב"ר מאיר די קוריאל (קו' הסמיכה)..  
די מעשה אט פאסירט אין שנת [[ה'רצ"ח]] (מביט קרית ספר הל' סנהדרין). עטליכע חדשים שפטעטר האט דער מהר"י בירב מסמיך געווען פיר גדולי ישראל פון זיינע תלמידים 1) ר' [[רבי יוסף קארו]]. 2) דער מבי"ט. 3) ר' אברהם שלום. 4) ר' ישראל ב"ר מאיר די קוריאל (קו' הסמיכה)..  


אין אנדערע פלעצער ווערט אויסגערעכנט איינער פון די פיהר דער גרויסער בעל מקובל ר' [[משה קארדאווערא]].
אין אנדערע פלעצער ווערט אויסגערעכנט איינער פון די פיהר דער גרויסער בעל מקובל ר' [[משה קארדאווערא]].
שורה 36: שורה 36:
{{גרונטסארטיר:בירב, יעקב}}
{{גרונטסארטיר:בירב, יעקב}}
[[קאַטעגאָריע:רבנים אין ארץ ישראל]]
[[קאַטעגאָריע:רבנים אין ארץ ישראל]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:יעקב בירב]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 16:23, 14 דעצעמבער 2023

 

רבי יעקב בירב (ה'רל"ה – ראש חודש אייר ה'ש"ו) [1] איז געווען א ראש ישיבה אין צפת. ער האט באנייט די סמיכה.

לעבנסגעשיכטע

ער שטאמט פון די באקאנטע ספרד'ישע משפחה מרמראן (שו"ת מהר"י בירב סי' א'). א תלמיד פון מהר"י אבוהב, וואס דער מהר"י אבוהב איז געווען דער רבי פון ר' יוסף קארו, דעריבער זעט מען אין בית יוסף ווי ער באטיטלט רבי יעקב בירב רבינו הגדול, ווייל ער איז געווען זיין רבינ'ס רבי.

ר' יעקב איז געבוירן איז מקדה אין טילטולה, אין יאהר רנ"ג איז ער פארטריבן געווארן ביי גלות ספרד, ער האט געוואנדערט און געליטן הונגער און נויט, ער איז דעמאלטס געווען אינגאנצן אכטצן יאהר, ער אנגעקומען קיין תלמאסן, און געהאלטן א דרשה אין בית המדרש וואס האט באצויבערט די גאנצע שטאט, פון דארט איז ער אנגעקומען קיין פאס און כאטש ער איז געווען יונג ער האט נאך נישט געהאט קיין חתימת זקן א בארד, דאך האט מען איהם גלייך דארט אויפגענומען אלס רב אין שטאט, עס האבן דאמאלטס געוואנט אין פאס איבער פינעף הונדערט משפחות אידן.[2]

פון דארט איז ער געגאנגען קיין מצרים, פון מצרים קיין דמשק, קיין ירושלים, איבעראל האט ער געשטעלט א ישיבה אין מרביץ געווען תורה, אבער צוליב זיין גרויסן כח אין תורה האט ער זיך נישט אונטערגעווארפן פאר קיינעם, וויבאלד ער איז געווען א גאון הגאונים, און איבאראל איז געווען מחלוקת אויף איהם.

פון ירושלים איז ער געקומען קיין צפת.


די פרשה פון סמיכה

ווען ר' יעקב בירב איז געקומען קיין צפת האט ער דארט געשטעלט א ישיבה, מיט דער צייט איז ער געווארן דער ראש פון אלע תלמידים פון צפת, ער האט אויפגעשטעלט תורה אין די שטאט, וואס איז דעמאלטס געווארן א עיר ואם בישראל וואס האט נישט געהאט איהר גלייכן אין יענער צייט, דאן האבן זיך צוזאמען גענומען אלע גרויסע תלמידי חכמים פון און מען געשעטלט א בית דין, מען האט האט איהם מסמיך געווען אז ער קען פסק'ענען דיני קנסות און שלאגן מלקות.

די כוונה פון די חכמים איז געווען אז וויבאלד אין יענע צייט זענען געווען אסאך מענטשן וואס זענען איבערגעבליבן אין שפאניע און אין פורטוגאל אלס אנוסים, און זיי האבן חתונה געהאט שלא כדין, צוליב אונס און צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה, אבער פאקטיש האבן זיי עובר געווען אויף איסורי כריתות מיט זייער חתונה, אסאך פון זיי זענען דערנאך ארויס פון דארט און געוואלט תשובה טועהן, ווערן צוריק תורה טרייע אידן, אבער זיי האבן געוואסט אז פאקטיש האבן זיי עובר געווען אויף איסורי כריתות, דאס האט זיי אפגעהאלטן פון טון תשובה, דעריבער האט מען געוואלט אז דער מהר"י בירב זאל זיי קענען געבן מלקות, און דער הלכה איז חייבי כריתות שלקו נפטרו מידי כריתותן, אויב איינער איז מחויב כרת און מען שלאגט איהם מלקות ווערט ער פטור פון כרת.[3]

די מעשה אט פאסירט אין שנת ה'רצ"ח (מביט קרית ספר הל' סנהדרין). עטליכע חדשים שפטעטר האט דער מהר"י בירב מסמיך געווען פיר גדולי ישראל פון זיינע תלמידים 1) ר' רבי יוסף קארו. 2) דער מבי"ט. 3) ר' אברהם שלום. 4) ר' ישראל ב"ר מאיר די קוריאל (קו' הסמיכה)..

אין אנדערע פלעצער ווערט אויסגערעכנט איינער פון די פיהר דער גרויסער בעל מקובל ר' משה קארדאווערא.

מען האט ארום געשיקט די כתבי הסמיכה צו אלס שטעט, אויך האט דער מהר"י בירב מסמיך געווען דעם גאון ר' לוי חביב ווי מען רופט איהם אויף זיין תשובה ספר מהרלב"ח, וואס האט דאן געוואונט אין ירושלים, און מען געשיקט פארן מהרלב"ח א כתב סמיכה. ווען עס איז אהנגעקומען צום רלב"ח דעם כתב סמיכה האט ער נישט מסכים געווען צו די סמיכה, ער האט אהנגעשריבן א גאנצע תשובה פאר וואס מען קען נישט מסמיך זיין אין די צייטן ווען עס עקזיסטירט נישט קיין בית הגדול אין ירושלים.

עס האט אויסגעבראכן א גרויסע מחלוקה צווישן דעם מהרלב"ח און דער מהר"י בירב, מען האט געשריבן תשובות און בירורי הלכות אהין און צוריק. רוב דערפון איז געדרוקט אין קונטרס הסמיכה סוף תשובות מהרלב"ח.

דער מהרלב"ח האט זיך געהאלטן ביי זיינס און דער מהר"י בירב האט זיך געהאלטן ביי זיינעם.

למעשה האט די אויבענדערמאנטע פיהר רביים נישט מסמיך געווען אנדערע, אבער אזויפיל האט עס גענוצט אז מען האט מסמיך געווען זיי זעלבסט.

דאס איז די איינציגיסטע דאקומענטירטע סמיכה וואס מיר ווייסן וואס מען מסמיך געווען רביים נאכן חורבן בית המקדש.

רעפערענצן

  1. שו"ת מבי"ט סי' ק"ג ח"א
  2. שו"ת הרלב"ח בקו' הסמיכה
  3. תשובות הרלב"ח בסוף דרע"ז

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!