אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ברוקלין בריק שיסעריי אטאקע"

שיסעריי אטאקע אויף ליובאוויטשער חסידים (תשנ"ד)
ק (פארראכטן קליינע אויסלייג און גראמאטישע טעות'ימלעך)
 
אין תקציר עריכה
 
(20 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{Coord|40.707|-73.999|display=title}}'''די ברוקלין בריק שיסעריי אטאקע''' איז געווען א שיסעריי טעראר אטאקע, וואס איז פארגעקומען דעם [[1טן מערץ]], [[1994]] - [[י"ח אדר]] [[ה'תשנ"ד]], אויף דער [[ברוקלין בריק]], אין [[ניו יארק סיטי]], דורך אן איסלאמישן [[טעראריזם|טעראריסט]], ראשיד באז; וועלכער האט געשאסן אויף א פופצן-פאסאזשיר ווען פול מיט [[בחור|בחורים]], [[ליובאַוויטש|ליבאוויטשער חסידים]], וועלכע זענען געפארן אויף דער בריק. די טעראר אטאקע האט געקאסט דאס לעבן פון איין בחור, [[ארי האלבערשטאם]].
{{דעסקריפציע|שיסעריי אטאקע אויף ליובאוויטשער חסידים (תשנ"ד)}}{{Coord|40.707|-73.999|display=title}}
[[טעקע:Ari Halberstam Memorial Ramp (14655699733).jpg|קליין|אריינגאנג צום [[ברוקלין בריק]], וואס טראגט דעם נאמען 'ארי האלבערשטאם מעמאריעל רעמפ']]
די '''ברוקלין בריק שיסעריי אטאקע''' איז געווען אן אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע וואס איז פארגעקומען אום [[י"ח אדר]] [[ה'תשנ"ד]] - דעם [[1טן מערץ]], [[1994]], אויף דער [[ברוקלין בריק]], אין ניו יארק סיטי. א לעבאנעזיש-געבוירענער [[טעראריזם|טעראריסט]], ראשיד באַז, האט געשאסן אויף א [[ווען (פארמיטל)|ווען]] וואס האט געפירט 15 [[ליובאוויטש (חסידות)|ליבאוויטשער]] ישיבה בחורים. אין די טעראר אטאקע זענען פיר בחורים פארוואונדעט געווארן, און איינער פון זיי, '''ארי''' (אהרן יוסף) '''האלבערשטאם''' הי"ד, איז אומגעקומען פינף טעג שפּעטער, כ"ג אדר. באַז איז פאראורטיילט געווארן צו 141 יאר טורמע.


דער טעראריסט איז געכאפט און ארעסטירט געווארן, און ער איז פאראורטיילט געווארן צו 140 יאר טורמע.
==אינצידענט==
[[טעקע:Brooklyn Bridge Manhattan.jpg|קליין|דער [[ברוקלין בריק]], וואו דער שיסעריי איז פארגעקומען]]
אום י"ח אדר תשנ"ד פארמיטאג, זענען א גרופע פון 15 ליובאוויטשער ישיבה בחורים געפארן אין א ווען אויפן ברוקלין בריק אויף דעם וועג פון [[מאנהעטן]] קיין [[קראון הייטס]]. זיי האבן באגלייט דעם אמבולאנס פון ליובאוויטשער רבי'ן, [[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן|רבי מנחם מענדל שניאורסאן]], נאכדעם וואס דער 92-יעריגער רבי איז דורכגעגאנגען א קאטאראקט אפּעראציע אין דעם 'מאנהעטן אויער, אויג און האלדז שפיטאל'.


==די אטאקע==
צוליב זיכערהייט סיבות און די אנגעצויגענע לאגע נאך די 1991 [[קראון הייטס ראיאטן]] און א שמועה אז עס איז געווען א פריערדיגע פארזוך צו אטאקירן דעם רבי'ן, איז די געפלאנטע וועג פון רבי'נס אמבולאנס און פּאליציי עסקארט געהאלטן געווארן געהיים{{הערה|{{לינק|שרייבער=C.S. Teitelbaum|קעפל=A Bridge Too Far|זייטל=Mishpacha Magazine|דאטום=אפריל 5, 2020|אדרעס=https://mishpacha.com/a-bridge-too-far/}}}}. די חסידים זענען אנגעוויזן געווארן נישט נאכצופארן דעם רבין'ס אויטא און נעמען אן אנדערע וועג, אבער האבן נישט געפאלגט און א גרופע בחורים זענען נאכגעפארן דעם רביאין עטליכע אויטאמאבילן{{הערה|1=[https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=5212247#p5212247 עדות פון א באגלייטער] אויף אייוועלט.|כיוון=ימין}}.
אום 1טן מערץ 1994 (י"ח אדר ה'תשנ"ד) בערך 10:30 פארמיטאג האט א ווען מיט בערך פופצן בחורים, ליבאוויטשער חסידים, געווען אויף דעם וועג פון [[מאנהעטן]] קיין [[קראון הייטס|קראון הייטס]], אהיימבאגלייטנדיג דער ליובאוויטשער רבי, [[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן|רבי מנחם מענדל שניאורסאן]], נאכדעם וואס דער רבי איז דורכגעגאנגען א מעדיצינישע פראצעדור אין דעם [[בית ישראל שפיטאל]].


בשעת זיי זענען געפארן אויף דער בריק, האָט א טעראָריסט, וועלכער איז געפארן פּאַראַלעל מיט זייער קאר, געעפנט הייס-פייער מיט זיין סוב-מאשין [[ביקס]], און באשאסן דעם ווען מיט צענדליגער קוילן, אויסשיסנדיג די פענסטער און פאראורזאכט א בלוט-באד. די קוילן האבן אנגעטראפן פיר בחורים, צוויי פון זיי זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן. צווישן זיי איז געווען א בחור מיט דעם נאמען ארי' האלבערשטאם, וועלכער איז איילעניש אפגעפירט געווארן מיט זיינע אנדערע חברים אין שפיטאל.
ראשיד באַז האט נאכגעפאלגט דעם רבי'נס מאטארקאדע ביז צום ברוקלין בעטערי טונעל, אבער די פּאליציי האט פארשפארט דעם טונעל נאכדעם וואס דער רבי'נס אויטא איז דורכגעפארן. דערפאר האט באז אומגעקערט זיין אויטא און ארויפגעפארן אויפן ברוקלין בריק ראמפּע. ווען ער האט באמערקט די ישיבה בחורים ארויפפארן אויפן בריק, בערך 10:24 פארמיטאג{{הערה|[https://clinton.presidentiallibraries.us/items/show/119006 Ari Halberstam murder - Collection Finding Aid · Clinton Digital Library]}}, האט ער געעפנט הייס-פייער מיט א סוב-מאשין [[ביקס]], און באשאסן דעם ווען מיט צענדליגער קוילן, אויסשיסנדיג די פענסטער און פאראורזאכט א בלוט-באד{{הערה|שם=LUBA|{{לינק|שרייבער=Baila Olidort|קעפל=Who Was Ari Halberstam? 20 Years Since Terror Strikes On the Brooklyn Bridge|זייטל=Chabad Lubavitch World Headquarters|דאטום=מערץ 2, 2014|אדרעס=https://www.lubavitch.com/who-was-ari-halberstam-20-years-since-terror-strikes-on-the-brooklyn-bridge/}}}}.


פינף טעג שפעטער ([[כ"ג אדר א'|כ"ג אדר א]], [[ה'תשנ"ד]]) איז ארי', ליידער נפטר געווארן פון די שווערע וואונדן וואס ער האט געליטן; אין אינגען עלטער פון בלויז זעכצן יאר אלט.  
==באטראפענע==
די קוילן האבן אנגעטראפן און פארוואונדעט פיר בחורים, צוויי פון זיי, ארי (אהרן יוסף) האלבערשטאם (געבוירן י"ט אייר תשל"ז) און נחום ששונקין (סאַסאָנקין) זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן. פינף טעג שפעטער ([[כ"ג אדר א']]) איז ארי אוועק פון די שווערע וואונדן אין עלטער פון זעכצן יאר.


ארי האלברשטאם איז געווען א זון פון הרב חנניה סיני דוד הלברשטאם, א גבאי ביים ליבאוויטשער רבי, [[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן|מנחם מענדל שניאורסאן]].  
ארי האלברשטאם איז געווען א זון פון הרב חנניה סיני דוד (חס"ד) האלבערשטאם, א משמש ביי די ליובאוויטשער רעביצין. ארי זעלבסט האט אלס קינד געהאט א ספעציעלע שייכות מיט דער רבי{{הערה|שם=LUBA}}{{הערה|[https://col.org.il/news/104365 נחשפו תמונות חדשות: הרבי גוזר את שערו של ארי הלברשטאם], col.org.il|כיוון=ימין}}.


טויזנטער מענטשן האבן זיך באטייליגט ביי דער הארצרייסנדער [[לוויה|לוי]]', וואס איז פארגעקומען אין קראון הייטס, אריינגערעכנט דער דעמאלטיגער ניו יארקער גאווערנאר [[מאריא קאמא]], דער ניו יארקער מעיאר [[רודי דזשוליאני]], און נאך פיל פאליטיקאנטן. אזוי אויך האט דער דעמאלטיגער פרעזידענט [[ביל קלינטאן]] פערזענליך אנגערופן די האלבערשטאם משפחה איבערצוגעבן זיינע טרייסט-וואונטשן.
טויזנטער מענטשן האבן זיך באטייליגט ביי דער [[לוויה|לוי']], וואס איז פארגעקומען פארנט פון 770 איסטערן פארקוועי, אריינגערעכנט די דעמאלטיגע ניו יארקער גאווערנאר [[מאריא קאמא]], מעיאר פון ניו יארק סיטי [[רודי דזשוליאני]], און נאך פיל פּאליטיקאנטן, וועלכע האבן געקוקט פון א פּאדיום. מער ווי 250 פּאליציי אפיצירן האבן זיך אויך אנגעשלאסן אין דער לויה צו באשיצן פון מעגליכע אינצידענטן.
 
רבי שלום בער העכט, א קרוב פון דער האלבערשטאם פאמיליע, האט געהאלטן א הספד, א זעלטענע זאך פאר ליובאוויטשער וועלכע זענען געווענליך נישט מספיד. ער האט אנגעוויזן אויף א טעות וואס איז געפונען געווארן אין א ספר תורה אין די שול פון 770 דעם לעצטן שבת פון ארי'ס לעבן. דאס ווארט "אחד" איז געווען פעלערהאפטיג געשריבן, וואס האט געמאכט דעם גאנצן ספר תורה פסול. הרב העכט האט געזאגט אז די אותיות פון דעם ווארט "אחד" זענען די ראשי תיבות פון די האלבערשטאם פאמיליע: '''א'''הרן, '''ח'''ס"ד (טאטע) און '''ד'''בורה (מאמע){{הערה|[https://chabadinfo.com/news/26-years-later-remembering-ari-halberstam-hyd/ 26 Years Later: Remembering Ari Halberstam HY”D - Chabadinfo.com]}}.
 
דער אויטא האט געפירט ארי פאר א לעצטע טור דורך קראון הייטס, פארבייפארנדיג דער ישיבה אויף טרוי עוועניו וואו ער האט געלערנט, דורך דעם רבי'נס הויז אויף פרעזידענט סטריט. עס האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון די האלבערשטאם היים אויף איסטערן פארקוועי, וואו משפחה מיטגלידער האבן געריסן קריעה און געמאכט די ברכה "דיין האמת", פון וואו זיי האבן באגלייט דעם מיטה אראפ איסטערן פארקוועי.
 
ארי האלבערשטאם איז באערדיגט געווארן אין דעם מאנטיפיארע בית עולם אין קווינס, נאנט צו דער רביצין פון ליובאוויטשער רבי'ן.
דער דעמאלטיגער פרעזידענט [[ביל קלינטאן]] האט געשיקט א בריוו צו די האלבערשטאם משפחה איבערצוגעבן זיינע טרייסט-וואונטשן, געבנדיג זיין "צוזאג צו באהאנדלען דעם האס און קרימינאליטעט וואס האט געפירט צו דיין זון'ס טויט"{{הערה|שם=JTA|{{לינק|שרייבער=Uriel Heilman|קעפל=Devorah Halberstam’s path from bereaved mother to counterterrorism authority|זייטל=Jewish Telegraphic Agency|דאטום=פעברואר 27, 2014|אדרעס=https://www.jta.org/2014/02/27/united-states/devorah-halberstams-path-from-bereaved-mother-to-counterterrorism-authority}}}}.
 
נחום סאסאנקין, איינער פון די בחורים וואס זענען פארוואונדעט געווארן אין דער שיסעריי, האט איבערגעלעבט שווערע וואונדן און עס האט געדויערט לאנגע יארן זיך צו ערהוילן. צען יאר נאך דער אטאקע האט ער באקומען רבנות סמיכה אין 2004 אין דער כולל חב"ד ליובאוויטש אין מאריסטאון, ניו דזשערסי{{הערה|[https://www.chabad.org/library/article_cdo/aid/116702/jewish/Faith-Courage-and-Triumph.htm Faith, Courage and Triumph - Chabad.org]}}.
 
לוי ווילהעלם האט איבערגעלעבט א קויל אין בויך.
יעקב שפירא האט באקומען קליינע וואונדן צו איין האנט און א קליינע שאס וואונד אין קאפ.


==דער טעראריסט==
==דער טעראריסט==
גראד נאך דער שיסעריי איז דער שיסער און מערדער אנטלאפן. דער [[ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט]] האבן אונטערגענומען א מאסיווע זוך-אקציע נאך דעם טעראריסט. זיי האבן פארשפראכן א באלוינונג פון 30 טויזנט דאלאר פאר דער וואס וועט געבן אינפארמאציע וואס וועט פירן צום ארעסט פון דעם ברוטאלן מערדער.
נאך דער שיסעריי איז דער מערדער אנטלאפן. דער [[ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט]] האבן אונטערגענומען א זוך-אקציע נאך דעם טעראריסט. זיי האבן פארשפראכן א באלוינונג פון 30 טויזנט דאלאר פאר דער וואס וועט געבן אינפארמאציע וואס וועט פירן צו זיין ארעסט. צוויי טאג נאך דער שיסעריי איז דער טעראריסט געפארן צו א קאר-מעכאניקער צו פאררעכטן א פענסטער אין זיין קאר, דער מעכאניקער האט אים באלד פארדעכטיגט אלס דער טעראריסט און ער האט אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן אים ארעסטירט.
 
דער מערדער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ראשיד באַז, אן 28-יעריגער אימיגראנט פון [[לבנון]] וואס האט געוואוינט אין ברוקלין און געארבעט אלס קאר-סערוויס דרייווער.
דער טעראריסט איז אנגעקלאגט געווארן מיט איין צווייטע-גראַד מארד קלאגע און 14 מארד-פארזוך קלאגעס.  אנהייב יאר 1995 איז ער פאראורטיילט געווארן צו 141 יאר אין טורמע. ביי דער פּראצעס האט ער זיך נישט אנטשולדיגט און האט נישט גערעדט{{הערה|{{NYT|George James|Bridge Gunman Gets 141-Year Term|1995/01/19/nyregion/bridge-gunman-gets-141-year-term.html|יאנואר 19, 1995}}|כיוון=שמאל}}. באַז איז געשטארבן אין טורמע אין 2022{{הערה|שם=ADL|[https://www.adl.org/resources/press-release/adl-offers-50000-reward-information-leading-arrest-and-conviction-those ADL Offers $50,000 Reward for Information Leading to Arrest and Conviction of Those Responsible for Murder of Ari Halberstam] – ADL}}.


צוויי טאג נאך דער שיסעריי איז דער טעראריסט געפארן צו א קאר-מעכאניקער צו פאררעכטן א פענסטער אין זיין קאר, דער מעכאניקער האט באלד חושד געווען אז דער מענטש איז דער טעראריסט און ער האט אלארמירט די פאליציי, און אזוי איז ער ארעסטירט געווארן.
טראץ זיין אדוואקאט'ס טענה אז די שיסעריי האט זיך אנגעהויבן פון א טראפיק געפעכט, האט באז אין 2007 ענדליך מודה געווען אז ער האט פאראויסגעפּלאנט די אטאקע און געצילט אויף די אידישע בחורים צוליב זייער רעליגיע און אלס א רעאקציע אויף דער שחיטה וואס [[ברוך גאלדשטיין]] האט דורכגעפירט עטליכע טעג פריער אין [[מערת המכפלה]]. ער האט געזאגט אז ער וואלט נישט געשאסן אויף א ווען מיט שווארצע אדער לאטיינישע מענטשן, "איך האב זיי נאר געשאסן ווייל זיי זענען געווען אידן"{{הערה|{{לינק|שרייבער=Larry Celona|קעפל=Killer: Jews my target|זייטל=New York Post|דאטום=מערץ 26, 2012|אדרעס=https://nypost.com/2012/03/26/killer-jews-my-target/}}; {{לינק|שרייבער=Uriel Heilman|קעפל=Rashid Baz, killer of Ari Halberstam in 1994, admits to anti-Semitic motive|זייטל=Jewish Telegraphic Agency|דאטום=מערץ 26, 2012|אדרעס=https://www.jta.org/2012/03/26/united-states/rashid-baz-killer-of-ari-halberstam-in-1994-admits-to-anti-semitic-motive}}}}. לויט פארשידענע קוועלער האט ער נאכגעפאלגט דעם ווען פון ליובאוויטשן רבי'ן, וועם ער האט געוואלט אומברענגען אלס נקמה פאר די מערת המכפילה שחיטה{{הערה|[https://col.org.il/news/2497 `בשם הבן`], י"ז כסלו ה׳תשס״ד, col.org.il.}}.


דער מערדער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ראשיד באז, אן אימיגראנט פון [[לבנון]].
צוויי אנדערע מענער וואס זענען ארעסטירט געווארן פארן העלפן באַז אויסמיידן פּאליציי נאך דער שיסעריי האבן זיך מודה געווען אין שטערן די פּראקוראר אין דעם קעיס; איינער איז באשטראפט געווארן מיט א קנס פון 1,000 דאלאר, און איטליכער האט באקומען א פינף־יאריגע סוספּענדירטע טורמע־שטראף.


דער טעראריסט איז אנגעקלאגט געווארן אויף מארד קלאגעס, און ער איז פאראורטיילט געווארן צו 140 יאר טורמע.
==נאכפאלגן==
טראץ דעם 1995 אורטייל, האט ארי האלבערשטאם'ס מוטער, דבורה הלברשטאם, געפירט א פארצויגענע קאמף צו פארזיכערן אז דער אינצידענט זאל אפיציעל קלאסיפיצירט ווערן אלס א טעראר אטאקע און צו אויספארשן מעגליכע מיטארבעטער. אין 1999 האבן די יו. עס. דעפארטמענט אוו דזשאסטיס און די עף. בי. איי. אנגענומען צו עפענען אן אויספארשונג איבער באז, אבער די אויספארשונג האט נישט געברענגט קיין נייע אנדייטונגען וואס זענען פארבונדן מיט טעראריסטישע ארגאניזאציעס. ערשט אין 2000 האט א פאראייניגטע שטאטן אטוירני אנגערופן די אטאקע "די קריימס פון א טעראריסט"{{הערה|{{NYT|Shaila K. Dewan|U.S. Decides '94 Attack On Hasidim Was Lone Act|2000/12/06/nyregion/us-decides-94-attack-on-hasidim-was-lone-act.html|דעצעמבער 6, 2000}}|כיוון=שמאל}}.


הערשט נאך עטליכע יאר און דרוק פון עסקנים, האט די יוסטיץ דעפארטמענט מסכים געווען צו באטיטלען דעם שיסעריי אלס א "טעראריסטישע אטאקע".
אין 2005, נאך איבער זעקס יאר פון דרוק דורך די מוטער און אנדערע, האט דער פאראייניגטע שטאטן [[יוסטיץ דעפארטמענט]] און די [[FBI]] אפיציעל רעקלאסיפיצירט דעם שיסעריי אלס אַן אקט פון טעראריזם{{הערה|[https://archives.fbi.gov/archives/about-us/partnerships_and_outreach/community_outreach/dcla/2009/newyork 2009 Director’s Community Leadership Awards New York Devorah Halberstam], FBI — New York City, NY}}.
א דאנק אירע אנשטרענגונגען זענען אויך דורכגעפירט געווארן די ערשטע געזעצן קעגן טעראריזם אין [[ניו יארק]] סטעיט{{הערה|{{לינק|שרייבער=By LEON KRAIEM|קעפל=NYC marks 30 years since deadly attack on Brooklyn Bridge|זייטל=The Jerusalem Post|דאטום=מערץ 1, 2024|אדרעס=https://www.jpost.com/diaspora/antisemitism/article-789769}}}}.


==געצילט דעם רבי'ן אלס נקמה==
עס זענען אויך געווען פארבינדונגען צווישן מענטשן פון פאלעסטינער אפשטאם, וואס זענען ארעסטירט געווארן אין 2013 פאר ציגארעטן שמוגלינג, און דער ברוקלין בריק שיסעריי. ניו יארקער אויטאריטעטן האבן געזאגט אז עטליכע פון די פארדעכטיגטע האבן פארבינדונגען מיט כאמאס און אנדערע איסלאמיסטישע מיליטאנטישע גרופעס{{הערה|{{לינק|שרייבער=Mark Hosenball|קעפל=New York says breaks cigarette-smuggling ring linked to militants|זייטל=Reuters|דאטום=מאי 16, 2013|אדרעס=https://www.reuters.com/article/world/uk/new-york-says-breaks-cigarette-smuggling-ring-linked-to-militants-idUSBRE94F1C4/}}}}.
ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט האט דער טעראריסט דורכגעפירט די שיסעריי אלס נקמה צו דער שיסעריי וואס [[ברוך גאלדשטיין]] האט דורכגעפירט עטליכע טעג פריער אינעם [[מערת המכפלה|מערת המכפילה]] אין [[חברון]], און ער האט געוואלט ח"ו געוואלט אומברענגען דעם [[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן|ליובאוויטשן רבי'ן]] אלס נקמה, אבער ער האט זיך טועה געווען אין די קארס.  
 
דבורה האלבערשטאם האלט ווייטער אָן איר קאמף אז דער אמת'ער געשיכטע זאל ווערן דערציילט. זי גלויבט אז די פולע געשיכטע איז נאך נישט דערציילט געווארן און פרעגט ווייטער פראגעס וועגן מעגליכע קאנספּיראציעס און ווער עס איז געווען באשיצט דורך די אפיציעלע ווערסיע פון די געשעענישן{{הערה|[https://forward.com/news/629361/devorah-halberstam-ari-brooklyn-bridge-shooting/ The untold story of an antisemitic murder on the Brooklyn Bridge, יולי 2, 2024 – The Forward]}}{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://www.jewishpress.com/indepth/interviews-and-profiles/murdered-on-the-brooklyn-bridge-25-years-later-an-interview-with-the-mother-of-ari-halberstam-ah/2019/03/28/|שרייבער=Baruch Lytle|קעפל=Murdered On The Brooklyn Bridge – 25 Years Later: An Interview with the Mother of Ari Halberstam, a”h|זייטל=JewishPress.com|דאטום=March 28, 2019}}}}.
אין יולי 2023, האט די [[עי די על|אנטי-דעפעמאציע ליגע]] (עי-די-על) אנגעבאטן א באלוינונג פון $50,000 פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צו די ארעסט און פאראורטיילונג פון סיי וועלכע מיטבאטייליגטע אדער מענטשן וואס האבן געגעבן קרימינאלע הילף אין דעם מארד פון ארי האלבערשטאם{{הערה|שם=ADL}}{{הערה|[https://chabadinfo.com/news/adl-offers-50000-reward-for-information-on-ari-halberstams-murder-and-co-conspirators/ ADL Offers $50,000 Reward for Information on Ari Halberstam’s Murder and Co-Conspirators - Chabadinfo.com]}}.
 
א דאנק איר ארבעט, זענען די אויטאריטעטן געווארן מער אויפמערקזאם און סענסיטיוו צו דער פאקט פון דער אידישער געמיינדע'ס שוואכקייט, און האבן בייגעשטייערט געלט פאר נישט-פראפיט ארגאניזאציעס צו פארשטארקן זיכערהייט. צוזאמען מיט דעם דעמאלטדיגן גאווערנאר [[דזשארדזש פאטאקי]] און אנדערע באאמטע, איז דבורה האלבערשטאם געווען אינסטרומענטאל אין איינפירן דעם אנטי-טעראריזם אקט פון 2001, דער ערשטער פון איר סארט אין ניו יארק סטעיט{{הערה|{{לינק|שרייבער=Devorah Halberstam|קעפל=New York’s terrorism statute should be Ari’s Law: Devorah Halberstam’s long pursuit for justice for her murdered son achieved its goal|זייטל=New York Daily News|דאטום=מאי 16, 2023|אדרעס=https://www.nydailynews.com/2023/05/16/new-yorks-terrorism-statute-should-be-aris-law-devorah-halberstams-long-pursuit-for-justice-for-her-murdered-son-achieved-its-goal/}}}}. אין 2009 האט זי באקומען די FBI's ניו יארק דיוויזיע'ס דירעקטאר'ס קאמיוניטי לידערשיפט אויסצייכענונג<ref name="DCAC">{{cite web |title=Devorah Halberstam Honored at Director's Community Leadership Award Ceremony at FBI New York |url=https://archives.fbi.gov/archives/newyork/press-releases/2009/devorah-halberstam-honored-at-director2019s-community-leadership-award-ceremony-at-fbi-new-york |publisher=FBI }}, December 10, 2009</ref>.
 
דבורה האלבערשטאם איז געווארן אן אויטאריטעט אויף טעראריזם ענינים און האט נאענטע פארבינדונגען מיט פאליציי באאמטע. זי העלפט רעגלמעסיג טרענירן זיכערהייטס באאמטע אויף טעראריזם-פארבינדעטע ענינים, געבנדיג סעמינארן פאר פאליציי און עף-בי-איי אגענטן, פליענדיג צו ארמיי באזעס צו אויסלערנען סאלדאטן, און טרעפנדיג זיך מיט זיכערהייט אגענטורן פון אויסלאנד{{הערה|שם=JTA}}.


==געדענקמאלן==
==געדענקמאלן==
דער נאמען פון דער רעמפ ארויף צום [[ברוקלין בריק]] איז געטוישט געווארן אין עהרע פון ארי', צו "ארי האלבערשטאם מעמאוריאל רעמפ.
דער ראמפּע ארויף צום ברוקלין בריק פון דער מאנהעטן געווידמעט געווארן אלס "ארי האלבערשטאם מעמאריאל רעמפּ" אין 1995<ref>{{Cite news|date=April 12, 1995|title=A Bridge Memorial to Slain Teen|pages=1247|work=New York Daily News|url=https://www.newspapers.com/article/daily-news-a-bridge-memorial-to-slain-te/134965589/|first=Donald|last=Bertrand|via=newspapers.com|access-date=November 10, 2023}}</ref><ref>{{NYT|Sam Roberts|How to Find the Bridge? First, Pay Your Respects|2009/12/28/nyregion/28signs.html|December 27, 2009}}</ref>.
 
דבורה האלבערשטאם, ארי'ס מוטער, איז געווען די מיטגרינדערין פון דער 'אידישער קינדער-מוזעאום' אין [[קראון הייטס]], וועלכע איז געעפנט געווארן אין 1999 אויף ארי'ס נאמען און אנדענק{{הערה|[https://www.nyc.gov/html/om/html/99b/pr349-99.html Press Release Archives #349-99- MAYOR GIULIANI DELIVERS REMARKS AT GROUNDBREAKING CEREMONY FOR JEWISH CHILDREN'S MUSEUM]}}<ref name="WCBS">{{cite news |title=Mother Reflects On Terror Attack That Killed Ari Halberstam, 25 Years Later |url=https://www.audacy.com/wcbs880/articles/remembering-ari-halberstam-25-years-later |publisher=WCBS |date=1 March 2019}}</ref>, און זי דינט אלס דירעקטארין פון אויסערליכע אפּהאנדלונגען פון די מוזעאום.


אין [[קראון הייטס|קראון הייטס]] איז געעפנט געווארן א אידישע קינדער מוזעאום אויף זיין נאמען און אנדענק.


נאך דער טראגעדיע זענען איינגעפירט געווארן עטליכע געזעצן איינצוצוימען באנוץ פון אויטאמאטישע געווער אין ניו יארק, דריי געזעצן זענען באשטעטיגט געווארן אין רעזולטאט פון דעם מארד.  
אין די הויז פון רעפּרעזענטאטן איז צווישן 2000 און 2003 דריי מאל אויפגעברענגט געווארן א געזעץ איינצוצוימען באנוץ פון אויטאמאטישע געווער, גערופן "ארי'ס געזעץ"{{הערה|[https://www.congress.gov/bill/106th-congress/house-bill/4632 H.R.4632 - 106th Congress (1999-2000)], Congress.gov, Library of Congress;{{ש}}
[https://www.congress.gov/bill/107th-congress/house-bill/3660 H.R.3660 - 107th Congress (2001-2002)], Congress.gov, Library of Congress.{{ש}}
[https://www.congress.gov/bill/108th-congress/house-bill/144 H.R.144 - 108th Congress (2003-2004)], Congress.gov Library of Congress}}.


אין 2020 איז אין אנדענק פון ארי הלברשטאם אוועקגעשטעלט געווארן א מנורה ביים ברוקלין בריק. דבורה האט אומערמידליך געארבעט מיט די שטאט באאמטע צו פלאצירן די מנורה אין דעם צענטראלן און באדייטנדן ארט{{הערה|[https://chabadinfo.com/news/new-menorah-for-ari-halberstam-placed-at-the-brooklyn-bridge/ New Menorah for Ari Halberstam Placed at the Brooklyn Bridge - Chabadinfo.com], 2020}}.


[[טעקע:Jewish_Children's_Museum_Mosaic.jpg|לינקס|קליין|475x475פיקס| א בילד פון ארי ביים אריינגאנג צום קינדער מוזעאום אין קראון הייטס]]
די געשעעניש ווערט אנגעקוקט אלס א טראגישער ביישפיל פון אנטיסעמיטיזם אין די פאראייניגטע שטאטן. צום 30סטן יארטאג פון דער אטאקע אין 2024, האבן באאמטע פון ניו יארק סיטי געהאלטן א געדענק צערעמאניע, וואו דבורה הלברשטאם האט פארדאמט די "מגפה" פון האס אין דער געזעלשאפט. ביי דער צערעמאניע האט א פארבייפארענדער אויטא געשריגן אנטי-מדינת ישראל שעלטווערטער אויף די צוזאמענקום{{הערה|{{לינק|שרייבער=Luke Tress|קעפל=On 30th anniversary of her son’s death in a terror attack at the Brooklyn Bridge, Devorah Halberstam decries ‘plague’ of hatred|זייטל=Jewish Telegraphic Agency|דאטום=מערץ 1, 2024|אדרעס=https://www.jta.org/2024/03/01/ny/on-30th-anniversary-of-her-sons-death-in-a-terror-attack-at-the-brooklyn-bridge-devorah-halberstam-decries-plague-of-hatred}}; {{לינק|שרייבער=Joe Marino, Emily Crane|קעפל=NYC marks 30 years since murder of Jewish teen Ari Halberstam by antisemitic terrorist|זייטל=New York Post|דאטום=מערץ 1, 2024|אדרעס=https://nypost.com/2024/03/01/us-news/nyc-marks-30-years-since-murder-of-jewish-teen-ari-halberstam-by-antisemitic-terrorist/}}}}.


==צו ליינען מער==
*{{אייוועלט|1=69914|2=טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם|4=את פתח לו}} ([https://drive.google.com/file/d/1VktDWv-IxA92acoJTgw5_vpt0EH6HYht/view PDF])
*א וואונדערליכע געשיכטע ווי ארי האט געשריגן שמע ישראל עטליכע יאר פריער, {{לינק|קעפל=When Ari Halberstam Screamed “Shema Yisroel”|זייטל=COLlive News|דאטום=מאי 13, 2020|אדרעס=https://collive.com/when-ari-halberstam-screamed-shema-yisroel/}}.


[[טעקע:Ari Halberstam Memorial Ramp (14655699733).jpg|קליין|א בילד פונעם אריינגאנג צום [[ברוקלין בריק]], וואס טראגט דעם נאמען 'ארי האלבערשטאם מעמאריעל רעמפ']]
==דרויסנדיגע לינקס==
*[https://col.org.il/feed?type=tags&id=293 ארי הלברשטם, טעג] אויף col.org.il
*[https://www.nytimes.com/1994/03/02/nyregion/4-hasidic-youths-hurt-in-brooklyn-bridge-shooting.html 4 חסידישע יוגנטליכע פארוואונדעט אין ברוקלין בריק שיסעריי] [[ניו יארק טיימס|New York Times]] (ענגליש)
*[https://youtube.com/watch?v=_KeFMpzysVE&t=569s בראָדקאַסטן פון אמעריקאנער טעלעוויזיע אויף די שיסער טייל 1] [https://youtube.com/watch?v=nxA-v-20Vg4 טייל 3]
*[https://youtube.com/watch?v=xqF4Sqhar9k בראָדקאַסט פון די אסאסיאַטעד פרעסע טעלעוויזיע]
*[https://col.org.il/news/116657 רעפּאָרטער פון מדינת ישראל'ס ערוץ 1 וועגן דער אטאקע פון ברוקלין בריק אין 1994]
* Uriel Heilman, [https://www.meforum.org/middle-east-quarterly/murder-on-the-brooklyn-bridge Murder on the Brooklyn Bridge], Middle East Quarterly, Summer 2001, Volume 8: Number 3
*[https://chabadpedia.co.il/index.php/ארי_הלברשטם ארי הלברשטם], חב"דפדיה


*
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן|יישור=שמאל}}


*[https://col.org.il/news/27940 ספּעציעלע: די מידיע באריכטן וועגן די שיסעריי אויף די בריק / ווידעא] וועבזייטל Col 23 Adar 5767
*[https://col.org.il/news/28033 יאָר פון שיסעריי אין ברוקלין בריק: פאָרזעצן ווידעא רעפּאָרץ] וועבזייטל Col 27 אדר 5767
*[http://dmag-pub.com/_data/ebooks/ff8ee47a10/COL_12a.pdf קאָל מאַגאַזין] בלעטער 14-20
*ראָנען טאַל [http://www.col.org.il/show_news.rtx?artID=2497 'אין דעם נאָמען פון דער זון'] צייטונג ידיאָט אַהראָנאָטה, כסלו 2004, אויף דער קאָל וועבזייטל
*[https://www.nytimes.com/1994/03/02/nyregion/4-hasidic-youths-hurt-in-brooklyn-bridge-shooting.html 4 חסידישע יוגנטליכע שאַטן אין ברוקלין בריק שיסן] [[ניו יארק טיימס|New York Times]] (בענגליש)
*[https://youtube.com/watch?v=_KeFMpzysVE&t=569s בראָדקאַסץ פון אמעריקאנער טעלעוויזיע אויף די שיסער חלק 1] [https://youtube.com/watch?v=nxA-v-20Vg4 טייל 3] יאָוטובע פּלאַץ
*[https://youtube.com/watch?v=xqF4Sqhar9k בראָדקאַסט פון די] [[AP|אַססאָסיאַטעד פרעסע]] [https://youtube.com/watch?v=xqF4Sqhar9k טעלעוויזיע] פּלאַץ יאָוטובע
*[https://youtube.com/watch?v=EUwxqWsZyIM רעפּאָרטער פון טשאַננעל 1 וועגן דער אטאקע פון ברוקלין בריק אין 1994 אויף] יו.טי.
[[קאַטעגאָריע:טעראר]]
[[קאַטעגאָריע:טעראר]]
[[קאַטעגאָריע:ליובאוויטש]]
[[קאַטעגאָריע:ליובאוויטש]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע היסטאריע]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע היסטאריע]]
[[קאַטעגאָריע:אנטיסעמיטיזם]]
[[קאַטעגאָריע:אנטיסעמיטיזם]]
[[קאַטעגאָריע:היסטאריע פון ניו יארק]]
[[קאַטעגאָריע:היסטאריע פון ניו יארק]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:וויכטיגע ארטיקלען]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:פיגוע הירי בגשר ברוקלין]]
[[he:פיגוע הירי בגשר ברוקלין]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:10, 27 אפריל 2025

די ברוקלין בריק שיסעריי אטאקע איז געווען אן אנטיסעמיטישע טעראר אטאקע וואס איז פארגעקומען אום י"ח אדר ה'תשנ"ד - דעם 1טן מערץ, 1994, אויף דער ברוקלין בריק, אין ניו יארק סיטי. א לעבאנעזיש-געבוירענער טעראריסט, ראשיד באַז, האט געשאסן אויף א ווען וואס האט געפירט 15 ליבאוויטשער ישיבה בחורים. אין די טעראר אטאקע זענען פיר בחורים פארוואונדעט געווארן, און איינער פון זיי, ארי (אהרן יוסף) האלבערשטאם הי"ד, איז אומגעקומען פינף טעג שפּעטער, כ"ג אדר. באַז איז פאראורטיילט געווארן צו 141 יאר טורמע.

אריינגאנג צום ברוקלין בריק, וואס טראגט דעם נאמען 'ארי האלבערשטאם מעמאריעל רעמפ'

אינצידענט

 
דער ברוקלין בריק, וואו דער שיסעריי איז פארגעקומען

אום י"ח אדר תשנ"ד פארמיטאג, זענען א גרופע פון 15 ליובאוויטשער ישיבה בחורים געפארן אין א ווען אויפן ברוקלין בריק אויף דעם וועג פון מאנהעטן קיין קראון הייטס. זיי האבן באגלייט דעם אמבולאנס פון ליובאוויטשער רבי'ן, רבי מנחם מענדל שניאורסאן, נאכדעם וואס דער 92-יעריגער רבי איז דורכגעגאנגען א קאטאראקט אפּעראציע אין דעם 'מאנהעטן אויער, אויג און האלדז שפיטאל'.

צוליב זיכערהייט סיבות און די אנגעצויגענע לאגע נאך די 1991 קראון הייטס ראיאטן און א שמועה אז עס איז געווען א פריערדיגע פארזוך צו אטאקירן דעם רבי'ן, איז די געפלאנטע וועג פון רבי'נס אמבולאנס און פּאליציי עסקארט געהאלטן געווארן געהיים[1]. די חסידים זענען אנגעוויזן געווארן נישט נאכצופארן דעם רבין'ס אויטא און נעמען אן אנדערע וועג, אבער האבן נישט געפאלגט און א גרופע בחורים זענען נאכגעפארן דעם רבי'ן אין עטליכע אויטאמאבילן[2].

ראשיד באַז האט נאכגעפאלגט דעם רבי'נס מאטארקאדע ביז צום ברוקלין בעטערי טונעל, אבער די פּאליציי האט פארשפארט דעם טונעל נאכדעם וואס דער רבי'נס אויטא איז דורכגעפארן. דערפאר האט באז אומגעקערט זיין אויטא און ארויפגעפארן אויפן ברוקלין בריק ראמפּע. ווען ער האט באמערקט די ישיבה בחורים ארויפפארן אויפן בריק, בערך 10:24 פארמיטאג[3], האט ער געעפנט הייס-פייער מיט א סוב-מאשין ביקס, און באשאסן דעם ווען מיט צענדליגער קוילן, אויסשיסנדיג די פענסטער און פאראורזאכט א בלוט-באד[4].

באטראפענע

די קוילן האבן אנגעטראפן און פארוואונדעט פיר בחורים, צוויי פון זיי, ארי (אהרן יוסף) האלבערשטאם (געבוירן י"ט אייר תשל"ז) און נחום ששונקין (סאַסאָנקין) זענען קריטיש פארוואונדעט געווארן. פינף טעג שפעטער (כ"ג אדר א') איז ארי אוועק פון די שווערע וואונדן אין עלטער פון זעכצן יאר.

ארי האלברשטאם איז געווען א זון פון הרב חנניה סיני דוד (חס"ד) האלבערשטאם, א משמש ביי די ליובאוויטשער רעביצין. ארי זעלבסט האט אלס קינד געהאט א ספעציעלע שייכות מיט דער רבי[4][5].

טויזנטער מענטשן האבן זיך באטייליגט ביי דער לוי', וואס איז פארגעקומען פארנט פון 770 איסטערן פארקוועי, אריינגערעכנט די דעמאלטיגע ניו יארקער גאווערנאר מאריא קאמא, מעיאר פון ניו יארק סיטי רודי דזשוליאני, און נאך פיל פּאליטיקאנטן, וועלכע האבן געקוקט פון א פּאדיום. מער ווי 250 פּאליציי אפיצירן האבן זיך אויך אנגעשלאסן אין דער לויה צו באשיצן פון מעגליכע אינצידענטן.

רבי שלום בער העכט, א קרוב פון דער האלבערשטאם פאמיליע, האט געהאלטן א הספד, א זעלטענע זאך פאר ליובאוויטשער וועלכע זענען געווענליך נישט מספיד. ער האט אנגעוויזן אויף א טעות וואס איז געפונען געווארן אין א ספר תורה אין די שול פון 770 דעם לעצטן שבת פון ארי'ס לעבן. דאס ווארט "אחד" איז געווען פעלערהאפטיג געשריבן, וואס האט געמאכט דעם גאנצן ספר תורה פסול. הרב העכט האט געזאגט אז די אותיות פון דעם ווארט "אחד" זענען די ראשי תיבות פון די האלבערשטאם פאמיליע: אהרן, חס"ד (טאטע) און דבורה (מאמע)[6].

דער אויטא האט געפירט ארי פאר א לעצטע טור דורך קראון הייטס, פארבייפארנדיג דער ישיבה אויף טרוי עוועניו וואו ער האט געלערנט, דורך דעם רבי'נס הויז אויף פרעזידענט סטריט. עס האט זיך אפגעשטעלט פארנט פון די האלבערשטאם היים אויף איסטערן פארקוועי, וואו משפחה מיטגלידער האבן געריסן קריעה און געמאכט די ברכה "דיין האמת", פון וואו זיי האבן באגלייט דעם מיטה אראפ איסטערן פארקוועי.

ארי האלבערשטאם איז באערדיגט געווארן אין דעם מאנטיפיארע בית עולם אין קווינס, נאנט צו דער רביצין פון ליובאוויטשער רבי'ן. דער דעמאלטיגער פרעזידענט ביל קלינטאן האט געשיקט א בריוו צו די האלבערשטאם משפחה איבערצוגעבן זיינע טרייסט-וואונטשן, געבנדיג זיין "צוזאג צו באהאנדלען דעם האס און קרימינאליטעט וואס האט געפירט צו דיין זון'ס טויט"[7].

נחום סאסאנקין, איינער פון די בחורים וואס זענען פארוואונדעט געווארן אין דער שיסעריי, האט איבערגעלעבט שווערע וואונדן און עס האט געדויערט לאנגע יארן זיך צו ערהוילן. צען יאר נאך דער אטאקע האט ער באקומען רבנות סמיכה אין 2004 אין דער כולל חב"ד ליובאוויטש אין מאריסטאון, ניו דזשערסי[8].

לוי ווילהעלם האט איבערגעלעבט א קויל אין בויך. יעקב שפירא האט באקומען קליינע וואונדן צו איין האנט און א קליינע שאס וואונד אין קאפ.

דער טעראריסט

נאך דער שיסעריי איז דער מערדער אנטלאפן. דער ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט האבן אונטערגענומען א זוך-אקציע נאך דעם טעראריסט. זיי האבן פארשפראכן א באלוינונג פון 30 טויזנט דאלאר פאר דער וואס וועט געבן אינפארמאציע וואס וועט פירן צו זיין ארעסט. צוויי טאג נאך דער שיסעריי איז דער טעראריסט געפארן צו א קאר-מעכאניקער צו פאררעכטן א פענסטער אין זיין קאר, דער מעכאניקער האט אים באלד פארדעכטיגט אלס דער טעראריסט און ער האט אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן אים ארעסטירט.

דער מערדער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס ראשיד באַז, אן 28-יעריגער אימיגראנט פון לבנון וואס האט געוואוינט אין ברוקלין און געארבעט אלס קאר-סערוויס דרייווער. דער טעראריסט איז אנגעקלאגט געווארן מיט איין צווייטע-גראַד מארד קלאגע און 14 מארד-פארזוך קלאגעס. אנהייב יאר 1995 איז ער פאראורטיילט געווארן צו 141 יאר אין טורמע. ביי דער פּראצעס האט ער זיך נישט אנטשולדיגט און האט נישט גערעדט[9]. באַז איז געשטארבן אין טורמע אין 2022[10].

טראץ זיין אדוואקאט'ס טענה אז די שיסעריי האט זיך אנגעהויבן פון א טראפיק געפעכט, האט באז אין 2007 ענדליך מודה געווען אז ער האט פאראויסגעפּלאנט די אטאקע און געצילט אויף די אידישע בחורים צוליב זייער רעליגיע און אלס א רעאקציע אויף דער שחיטה וואס ברוך גאלדשטיין האט דורכגעפירט עטליכע טעג פריער אין מערת המכפלה. ער האט געזאגט אז ער וואלט נישט געשאסן אויף א ווען מיט שווארצע אדער לאטיינישע מענטשן, "איך האב זיי נאר געשאסן ווייל זיי זענען געווען אידן"[11]. לויט פארשידענע קוועלער האט ער נאכגעפאלגט דעם ווען פון ליובאוויטשן רבי'ן, וועם ער האט געוואלט אומברענגען אלס נקמה פאר די מערת המכפילה שחיטה[12].

צוויי אנדערע מענער וואס זענען ארעסטירט געווארן פארן העלפן באַז אויסמיידן פּאליציי נאך דער שיסעריי האבן זיך מודה געווען אין שטערן די פּראקוראר אין דעם קעיס; איינער איז באשטראפט געווארן מיט א קנס פון 1,000 דאלאר, און איטליכער האט באקומען א פינף־יאריגע סוספּענדירטע טורמע־שטראף.

נאכפאלגן

טראץ דעם 1995 אורטייל, האט ארי האלבערשטאם'ס מוטער, דבורה הלברשטאם, געפירט א פארצויגענע קאמף צו פארזיכערן אז דער אינצידענט זאל אפיציעל קלאסיפיצירט ווערן אלס א טעראר אטאקע און צו אויספארשן מעגליכע מיטארבעטער. אין 1999 האבן די יו. עס. דעפארטמענט אוו דזשאסטיס און די עף. בי. איי. אנגענומען צו עפענען אן אויספארשונג איבער באז, אבער די אויספארשונג האט נישט געברענגט קיין נייע אנדייטונגען וואס זענען פארבונדן מיט טעראריסטישע ארגאניזאציעס. ערשט אין 2000 האט א פאראייניגטע שטאטן אטוירני אנגערופן די אטאקע "די קריימס פון א טעראריסט"[13].

אין 2005, נאך איבער זעקס יאר פון דרוק דורך די מוטער און אנדערע, האט דער פאראייניגטע שטאטן יוסטיץ דעפארטמענט און די FBI אפיציעל רעקלאסיפיצירט דעם שיסעריי אלס אַן אקט פון טעראריזם[14]. א דאנק אירע אנשטרענגונגען זענען אויך דורכגעפירט געווארן די ערשטע געזעצן קעגן טעראריזם אין ניו יארק סטעיט[15].

עס זענען אויך געווען פארבינדונגען צווישן מענטשן פון פאלעסטינער אפשטאם, וואס זענען ארעסטירט געווארן אין 2013 פאר ציגארעטן שמוגלינג, און דער ברוקלין בריק שיסעריי. ניו יארקער אויטאריטעטן האבן געזאגט אז עטליכע פון די פארדעכטיגטע האבן פארבינדונגען מיט כאמאס און אנדערע איסלאמיסטישע מיליטאנטישע גרופעס[16].

דבורה האלבערשטאם האלט ווייטער אָן איר קאמף אז דער אמת'ער געשיכטע זאל ווערן דערציילט. זי גלויבט אז די פולע געשיכטע איז נאך נישט דערציילט געווארן און פרעגט ווייטער פראגעס וועגן מעגליכע קאנספּיראציעס און ווער עס איז געווען באשיצט דורך די אפיציעלע ווערסיע פון די געשעענישן[17][18]. אין יולי 2023, האט די אנטי-דעפעמאציע ליגע (עי-די-על) אנגעבאטן א באלוינונג פון $50,000 פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צו די ארעסט און פאראורטיילונג פון סיי וועלכע מיטבאטייליגטע אדער מענטשן וואס האבן געגעבן קרימינאלע הילף אין דעם מארד פון ארי האלבערשטאם[10][19].

א דאנק איר ארבעט, זענען די אויטאריטעטן געווארן מער אויפמערקזאם און סענסיטיוו צו דער פאקט פון דער אידישער געמיינדע'ס שוואכקייט, און האבן בייגעשטייערט געלט פאר נישט-פראפיט ארגאניזאציעס צו פארשטארקן זיכערהייט. צוזאמען מיט דעם דעמאלטדיגן גאווערנאר דזשארדזש פאטאקי און אנדערע באאמטע, איז דבורה האלבערשטאם געווען אינסטרומענטאל אין איינפירן דעם אנטי-טעראריזם אקט פון 2001, דער ערשטער פון איר סארט אין ניו יארק סטעיט[20]. אין 2009 האט זי באקומען די FBI's ניו יארק דיוויזיע'ס דירעקטאר'ס קאמיוניטי לידערשיפט אויסצייכענונג[21].

דבורה האלבערשטאם איז געווארן אן אויטאריטעט אויף טעראריזם ענינים און האט נאענטע פארבינדונגען מיט פאליציי באאמטע. זי העלפט רעגלמעסיג טרענירן זיכערהייטס באאמטע אויף טעראריזם-פארבינדעטע ענינים, געבנדיג סעמינארן פאר פאליציי און עף-בי-איי אגענטן, פליענדיג צו ארמיי באזעס צו אויסלערנען סאלדאטן, און טרעפנדיג זיך מיט זיכערהייט אגענטורן פון אויסלאנד[7].

געדענקמאלן

דער ראמפּע ארויף צום ברוקלין בריק פון דער מאנהעטן געווידמעט געווארן אלס "ארי האלבערשטאם מעמאריאל רעמפּ" אין 1995[22][23].

דבורה האלבערשטאם, ארי'ס מוטער, איז געווען די מיטגרינדערין פון דער 'אידישער קינדער-מוזעאום' אין קראון הייטס, וועלכע איז געעפנט געווארן אין 1999 אויף ארי'ס נאמען און אנדענק[24][25], און זי דינט אלס דירעקטארין פון אויסערליכע אפּהאנדלונגען פון די מוזעאום.


אין די הויז פון רעפּרעזענטאטן איז צווישן 2000 און 2003 דריי מאל אויפגעברענגט געווארן א געזעץ איינצוצוימען באנוץ פון אויטאמאטישע געווער, גערופן "ארי'ס געזעץ"[26].

אין 2020 איז אין אנדענק פון ארי הלברשטאם אוועקגעשטעלט געווארן א מנורה ביים ברוקלין בריק. דבורה האט אומערמידליך געארבעט מיט די שטאט באאמטע צו פלאצירן די מנורה אין דעם צענטראלן און באדייטנדן ארט[27].

די געשעעניש ווערט אנגעקוקט אלס א טראגישער ביישפיל פון אנטיסעמיטיזם אין די פאראייניגטע שטאטן. צום 30סטן יארטאג פון דער אטאקע אין 2024, האבן באאמטע פון ניו יארק סיטי געהאלטן א געדענק צערעמאניע, וואו דבורה הלברשטאם האט פארדאמט די "מגפה" פון האס אין דער געזעלשאפט. ביי דער צערעמאניע האט א פארבייפארענדער אויטא געשריגן אנטי-מדינת ישראל שעלטווערטער אויף די צוזאמענקום[28].

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. C.S. Teitelbaum, A Bridge Too Far, Mishpacha Magazine, ‏אפריל 5, 2020.
  2. עדות פון א באגלייטער אויף אייוועלט.
  3. Ari Halberstam murder - Collection Finding Aid · Clinton Digital Library.
  4. 4.0 4.1 Baila Olidort, Who Was Ari Halberstam? 20 Years Since Terror Strikes On the Brooklyn Bridge, Chabad Lubavitch World Headquarters, ‏מערץ 2, 2014.
  5. נחשפו תמונות חדשות: הרבי גוזר את שערו של ארי הלברשטאם, col.org.il.
  6. 26 Years Later: Remembering Ari Halberstam HY”D - Chabadinfo.com.
  7. 7.0 7.1 Uriel Heilman, Devorah Halberstam’s path from bereaved mother to counterterrorism authority, Jewish Telegraphic Agency, ‏פעברואר 27, 2014.
  8. Faith, Courage and Triumph - Chabad.org.
  9. George James, Bridge Gunman Gets 141-Year Term, New York Times, יאנואר 19, 1995 (  ארכיוו)
  10. 10.0 10.1 ADL Offers $50,000 Reward for Information Leading to Arrest and Conviction of Those Responsible for Murder of Ari Halberstam – ADL.
  11. Larry Celona, Killer: Jews my target, New York Post, ‏מערץ 26, 2012; Uriel Heilman, Rashid Baz, killer of Ari Halberstam in 1994, admits to anti-Semitic motive, Jewish Telegraphic Agency, ‏מערץ 26, 2012.
  12. `בשם הבן`, י"ז כסלו ה׳תשס״ד, col.org.il.
  13. Shaila K. Dewan, U.S. Decides '94 Attack On Hasidim Was Lone Act, New York Times, דעצעמבער 6, 2000 (  ארכיוו)
  14. 2009 Director’s Community Leadership Awards New York Devorah Halberstam, FBI — New York City, NY.
  15. By LEON KRAIEM, NYC marks 30 years since deadly attack on Brooklyn Bridge, The Jerusalem Post, ‏מערץ 1, 2024.
  16. Mark Hosenball, New York says breaks cigarette-smuggling ring linked to militants, Reuters, ‏מאי 16, 2013.
  17. The untold story of an antisemitic murder on the Brooklyn Bridge, יולי 2, 2024 – The Forward.
  18. Baruch Lytle, Murdered On The Brooklyn Bridge – 25 Years Later: An Interview with the Mother of Ari Halberstam, a”h, JewishPress.com, ‏March 28, 2019.
  19. ADL Offers $50,000 Reward for Information on Ari Halberstam’s Murder and Co-Conspirators - Chabadinfo.com.
  20. Devorah Halberstam, New York’s terrorism statute should be Ari’s Law: Devorah Halberstam’s long pursuit for justice for her murdered son achieved its goal, New York Daily News, ‏מאי 16, 2023.
  21. "Devorah Halberstam Honored at Director's Community Leadership Award Ceremony at FBI New York". FBI, December 10, 2009
  22. Bertrand, Donald (April 12, 1995). "A Bridge Memorial to Slain Teen". New York Daily News. p. 1247. Retrieved November 10, 2023 – via newspapers.com
  23. Sam Roberts, How to Find the Bridge? First, Pay Your Respects, New York Times, December 27, 2009 (  ארכיוו)
  24. Press Release Archives #349-99- MAYOR GIULIANI DELIVERS REMARKS AT GROUNDBREAKING CEREMONY FOR JEWISH CHILDREN'S MUSEUM.
  25. "Mother Reflects On Terror Attack That Killed Ari Halberstam, 25 Years Later". WCBS. 1 March 2019
  26. H.R.4632 - 106th Congress (1999-2000), Congress.gov, Library of Congress;
    H.R.3660 - 107th Congress (2001-2002), Congress.gov, Library of Congress.
    H.R.144 - 108th Congress (2003-2004), Congress.gov Library of Congress.
  27. New Menorah for Ari Halberstam Placed at the Brooklyn Bridge - Chabadinfo.com, 2020.
  28. Luke Tress, On 30th anniversary of her son’s death in a terror attack at the Brooklyn Bridge, Devorah Halberstam decries ‘plague’ of hatred, Jewish Telegraphic Agency, ‏מערץ 1, 2024; Joe Marino, Emily Crane, NYC marks 30 years since murder of Jewish teen Ari Halberstam by antisemitic terrorist, New York Post, ‏מערץ 1, 2024.