אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:ר' שבתי משורר בס"
(שפתי חכמים) צייכן: רוי-לינק |
ק (הגהה) |
||
(8 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
רבי '''שבתי משורר בַּס''' איז געווען א מוכר ספרים, דרוקער און מוציא לאור, אין די ת' יארן. ער איז בארימט מיט זיין פירוש '''שפתי חכמים''' אויף [[ | רבי '''שבתי משורר בַּס''' איז געווען א מוכר ספרים, דרוקער, און מוציא לאור, אין די ת' יארן. ער איז בארימט מיט זיין פירוש '''שפתי חכמים''' אויף [[רש"י]] על התורה, און מיט זיין ביבליאגראפישע ווערק '''שפתי ישנים'''. | ||
==ביאגראפיע== | ==ביאגראפיע== | ||
ר' שבתי איז געבוירן אין יאר ת"א אין שטאט [[ | ר' שבתי איז געבוירן אין יאר ת"א אין שטאט [[קאליש]] אין פוילן, צו זיין טאטן רבי יוסף. ר' יוסף האט געהאט נאך א זון, א בארימטער גאון און מקובל, רבי '''יעקב שטרימר'''. | ||
ביי דער שוועדישער אינוואזיע אין פוילן אין די יארן תט"ז-תי"ח, איז די אידישע קהילה אין קאליש כמעט אינגאנצן אומגעקומען על קידוש ה', | ביי דער שוועדישער אינוואזיע אין פוילן אין די יארן תט"ז-תי"ח, איז די אידישע קהילה אין קאליש כמעט אינגאנצן אומגעקומען על קידוש ה', ר' שבתי'ס עלטערן צווישן זיי, וועלכע זענען אומגעקומען אין ד' חשוון תי"ז<ref>[[#רפאל|רפאל]] זייט 175</ref>. | ||
ר' שבתי איז געבליבן א יתום, און האט געוואנדערט קיין [[ | ר' שבתי איז געבליבן א יתום, און האט געוואנדערט קיין [[פראג]], וואו ער האט געלערנט ביי רבי מאיר וורטירש, אין אלטן שול<ref>[[#רפאל|רפאל]] זייט 176</ref>. | ||
אין פראג האט ער געדינט אלס משורר מיט'ן פראגער חזן רבי לייב שיר השירים, אינעם אלטניי שול. דערפאר האט ער באקומען דעם צונאמען "משורר בס". | |||
אין פראג האט ער זיך אנגעהויבן באשעפטיגן מיט ספרים. אין יאר תכ"ט האט ער ארויסגעגעבן א נייער אויפלאגע פונעם ספר '''באר משה''', פון רבי משה שערטילש, וואס פארטייטשט די שווערע ווערטער פון חומש אויף אידיש | אין פראג האט ער זיך אנגעהויבן באשעפטיגן מיט ספרים. אין יאר תכ"ט האט ער ארויסגעגעבן א נייער אויפלאגע פונעם ספר '''באר משה''', פון רבי משה שערטילש, וואס פארטייטשט די שווערע ווערטער פון חומש אויף אידיש. דער ספר איז דאן געווען זייער פאפולער צווישן מלמדים, און געוויסע קהילות האבן פארלאנגט אז די מלמדים זאלן זיך באנוצן בלויז מיט דעם. רבי שבתי האט צוגעלייגט א קורצער הקדמה אין לשה"ק און אין אידיש, און האט צוגעלייגט עטליכע זייטן פון כללי הדקדוק אין קורצן<ref>[[#רפאל|רפאל]] זייט 177, לויט ש' אסף מקורות לתולדות החינוך בישראל, </ref>. | ||
אין יאר ת"ל איז צו ר' שבתי געבוירן זיין זון יוסף. | אין יאר ת"ל איז צו ר' שבתי געבוירן זיין זון יוסף. | ||
שפעטער האט ער זיך ארויסגעלאזט וואנדערן צווישן שטעט אין לענדער, צווישן אנדערע איז ער אריבער [[גלוגא]], [[ | שפעטער האט ער זיך ארויסגעלאזט וואנדערן צווישן שטעט אין לענדער, צווישן אנדערע איז ער אריבער [[גלוגא]], [[קאליש]], [[קראטאשין]], [[ליסא]], [[וויען]], [[פויזן]], [[ווירמייזע]]. ביז ער האט זיך ענדליך אפגעשטעלט אין [[אמסטערדאם]], האלאנד, אין יאר תל"ח<ref>[[#רפאל|רפאל]] זייט 179</ref>. | ||
אין אמסטערדאם אין יאר ת"מ האט רבי שבתי געדרוקט זיינע דריי חיבורים, '''שפתי חכמים''' אויף רש"י, '''שפתי ישנים''' | אין אמסטערדאם אין יאר ת"מ האט רבי שבתי געדרוקט זיינע דריי חיבורים, '''שפתי חכמים''' אויף רש"י, '''שפתי ישנים''' אויף אידישער ביבליאגראפיע, און '''מסכת דרך ארץ''' - א קליין ספר'ל אויף אידיש געאייגנט פאר וואנדערער. מסכת דרך ארץ איז איינגעטיילט אין דריי חלקים: דרך צדיקים - תפילות און סגולות פאר די וועגן גייער; דרך התגרים - די ווערד פון די פארשידענע וואלוטעס, און מאָסן און וואג, פון פילע אייראפעאישע לענדער; און דרך המלך - א וועג-ווייזער וואס צייגט די ווייטקייט צווישן די שטעט און לענדער איבער אייראפע, און צייכנט אן וועלכע שטעט און דערפער מען גייט פארביי, און וועלכע עס פארמאגט א אידישע קהילה. צו לעצט שטעלט ער א לוח פאר זעכציג יאר<ref>[https://tablet.otzar.org/#/b/62147/p/1/t/1727301990885/fs/0/start/0/end/0/c מסכת דרך ארץ], אויף אוצר החכמה</ref>. | ||
פינף יאר האט ער זיך אויפגעהאלטן אין אמסטערדאם<ref>[https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=8454&st=&pgnum=316&hilite= התנצלות האלוף המרומם המדפיס], סוף פון ספר בית שמואל דיהרנפורט תמ"ט, אין היברובוקס</ref>. | פינף יאר האט ער זיך אויפגעהאלטן אין אמסטערדאם<ref>[https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=8454&st=&pgnum=316&hilite= התנצלות האלוף המרומם המדפיס], סוף פון ספר בית שמואל דיהרנפורט תמ"ט, אין היברובוקס</ref>. | ||
שורה 25: | שורה 25: | ||
רבי שבתי ערקלערט אין זיין הקדמה אז ער האט זיך געוואונדערט פארוואס פון אלע מפרשי רש"י האט מען קיין איינס נישט געדרוקט אויפן עמוד מיט די חומש און רש"י, וואס דאס וואלט פיל פארגרינגערט צו לערנען און פארשטיין רש"י'ס ווערטער. דערפאר האט ער צוזאמגעשטעלט דעם פירוש "שפתי חכמים" וואס איז צוזאמגעשטלעט פון די פארשידענע מפרשים. וואס ער ברענגט נישט קיין מקור איז גענומען פון ספר מנחת יהודה און קיצור מזרחי (ריווא). | רבי שבתי ערקלערט אין זיין הקדמה אז ער האט זיך געוואונדערט פארוואס פון אלע מפרשי רש"י האט מען קיין איינס נישט געדרוקט אויפן עמוד מיט די חומש און רש"י, וואס דאס וואלט פיל פארגרינגערט צו לערנען און פארשטיין רש"י'ס ווערטער. דערפאר האט ער צוזאמגעשטעלט דעם פירוש "שפתי חכמים" וואס איז צוזאמגעשטלעט פון די פארשידענע מפרשים. וואס ער ברענגט נישט קיין מקור איז גענומען פון ספר מנחת יהודה און קיצור מזרחי (ריווא). | ||
שפתי חכמים איז טאקע בעיקר א העתק פון ספר מנחת יהודה פון [[רבי יהודה לייב איילנבורג]] אב"ד [[ | שפתי חכמים איז טאקע בעיקר א העתק פון ספר מנחת יהודה פון [[רבי יהודה לייב איילנבורג]] אב"ד [[בריסק]]. דער מנחת יהודה איז בעיקר געבויט אויפן מזרחי, חוץ געוויסע ציטאטן פון זיין רבי'ן רבי בצלאל, און פונעם [[רבי שלמה לוריא|מהרש"ל]], און נאך. | ||
רבי שבתי האט איבערגעשריבן דעם מנחת יהודה, איבערגעארבעט דעם לשון און ארויסגענומען די שקלא וטריא, און צוגעלייגט הסבר, געווענליך אין קלאמערן. ער האט אויך צוגעלייגט אויסצוגן פון '''קיצור מזרחי''' (ריווא די טרינטו), וואס איז ווארשיינליך פון רבי יוסף אוטולינגו. און פון מאל צו מאל פון נאך ספרים, דבק טוב, קניזל, וכו'. | רבי שבתי האט איבערגעשריבן דעם מנחת יהודה, איבערגעארבעט דעם לשון און ארויסגענומען די שקלא וטריא, און צוגעלייגט הסבר, געווענליך אין קלאמערן. ער האט אויך צוגעלייגט אויסצוגן פון '''קיצור מזרחי''' (ריווא די טרינטו), וואס איז ווארשיינליך פון רבי יוסף אוטולינגו. און פון מאל צו מאל פון נאך ספרים, דבק טוב, קניזל, וכו'. | ||
שורה 32: | שורה 32: | ||
אין יאר תנ"ג האט ר' שבתי איבערגעדרוקט זיין חיבור, אין זיין אייגענעם דרוק אין [[דיהרנפורט]]. ער האט צוגעלייגט ציטאטן פון דברי דוד פונעם טורי זהב, וואס איז אינצווישן געדרוקט געווארן אינעם זעלבן דרוק. | אין יאר תנ"ג האט ר' שבתי איבערגעדרוקט זיין חיבור, אין זיין אייגענעם דרוק אין [[דיהרנפורט]]. ער האט צוגעלייגט ציטאטן פון דברי דוד פונעם טורי זהב, וואס איז אינצווישן געדרוקט געווארן אינעם זעלבן דרוק. | ||
צום דריטן מאל איז עס געדרוקט געווארן אין [[ | צום דריטן מאל איז עס געדרוקט געווארן אין [[פראנקפורט]] דמיין אין יאר תע"ב, דורך רבי יעקב בריסק, וועלכער האט צוגעלייגט געוויסע הוספות צושרייבנדיג "נלי"ט" - נראה לי יעקב טריוויש<ref>[https://hebrewbooks.org/19175 שפתי חכמים], אין היברובוקס</ref>. | ||
אין יאר תרל"ה איז אין ווילנא געדרוקט געווארן א חומש מיט '''עיקר שפתי חכמים''', אנגעבליך א קיצור פון ש"ח. ווארשיינליך פארפאסט געווארן דורך די מגיהים אין ווילנער דרוק. עס איז געווארן זייער פאפולער ביזן היינטיגן טאג. עס זענען דא שטארקע קריטיק אויף דעם קיצור, בעיקר אויף דעם וואס צומאל לייגט ער צו וואס עס שטייט נישט אין ש"ח, אדער גאר שרייבט פארקערט פון וואס דער ש"ח זאגט. | אין יאר תרל"ה איז אין ווילנא געדרוקט געווארן א חומש מיט '''עיקר שפתי חכמים''', אנגעבליך א קיצור פון ש"ח. ווארשיינליך פארפאסט געווארן דורך די מגיהים אין ווילנער דרוק. עס איז געווארן זייער פאפולער ביזן היינטיגן טאג. עס זענען דא שטארקע קריטיק אויף דעם קיצור, בעיקר אויף דעם וואס צומאל לייגט ער צו וואס עס שטייט נישט אין ש"ח, אדער גאר שרייבט פארקערט פון וואס דער ש"ח זאגט. | ||
שורה 39: | שורה 39: | ||
דער שפתי חכמים איז שנעל געווארן פאפולער, און צוביסלעך זיך איינגעגעבן אין אלע חומשים. כהיום איז כמעט נישט פארהאן א חומש וואו ס'איז נישט אריינגעדרוקט שפתי חכמים אדער עיקר שפתי חכמים. | דער שפתי חכמים איז שנעל געווארן פאפולער, און צוביסלעך זיך איינגעגעבן אין אלע חומשים. כהיום איז כמעט נישט פארהאן א חומש וואו ס'איז נישט אריינגעדרוקט שפתי חכמים אדער עיקר שפתי חכמים. | ||
געוויסע האבן אנגעוויזן אויף די זכיה וואס ר' שבתי האט געהאט אז זיין חיבור זאל אזוי פארשפרייט ווערן ביי כלל ישראל<ref>רבי מנחם מענדיל קראנגיל, פליטת ספרים אויף שם הגדולים, אות ש' ערך שפתי חכמים.</ref>. אזוי ווערט אויך איבערגעגעבן בשם דער עטרת צבי<ref>רבי יצחק אייזיק אייכענשטיין אב"ד קיוויאשד, עטרת יצחק, מאנסי תשפ"ג, | געוויסע האבן אנגעוויזן אויף די זכיה וואס ר' שבתי האט געהאט אז זיין חיבור זאל אזוי פארשפרייט ווערן ביי כלל ישראל<ref>רבי מנחם מענדיל קראנגיל, פליטת ספרים אויף שם הגדולים, אות ש' ערך שפתי חכמים.</ref>. אזוי ווערט אויך איבערגעגעבן בשם דער עטרת צבי<ref>רבי יצחק אייזיק אייכענשטיין אב"ד קיוויאשד, עטרת יצחק, מאנסי תשפ"ג, זייט.., "רבינו בעל עט"צ אמר שהשפתי חכמים זכה להיות נדפס כמעט בכל החומשים אצל פירוש רש"י והוא מפני שבמקום א' כתב דבר שכוון בזה לכוונת רש"י הקדוש" עיי"ש.</ref>. | ||
===קריטיק=== | ===קריטיק=== | ||
עס זענען געווען אסאך קריטיקירער אויפן שפתי חכמים, לגבי געוויסע פשטים וואס זענען נישט ריכטיג אדער קעגן הלכה, און בעיקר אז ער ברענגט נישט ריכטיג די ווערטער פונעם מזרחי און אנדערע מפרשים. אבער רוב פון די טענות וואלטן געדארפט זיין קעגן דעם מנחת יהודה, פון וועם רוב פונעם ספר קומט. | עס זענען געווען אסאך קריטיקירער אויפן שפתי חכמים, לגבי געוויסע פשטים וואס זענען נישט ריכטיג אדער קעגן הלכה, און בעיקר אז ער ברענגט נישט ריכטיג די ווערטער פונעם מזרחי און אנדערע מפרשים. אבער רוב פון די טענות וואלטן געדארפט זיין קעגן דעם מנחת יהודה, פון וועם רוב פונעם ספר קומט. | ||
דער מישקאלצער רב אין יגל יעקב<ref>[https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=848&hilite=9d211634-7742-4e69-8f8e-425e6ac6ff45&st= | דער מישקאלצער רב אין יגל יעקב<ref>[https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=848&hilite=9d211634-7742-4e69-8f8e-425e6ac6ff45&st=שפתי&pgnum=6 יגל יעקב], סימן מ"ה אות ד, אין היברובוקס</ref> שרייבט שארף קעגן געוויסע פשטים אין ש"ח וואס שטימען נישט מיט הלכה, און ענדיגט צו "מצוה לפרסם בשער בת רבים אשר בשפתי חכמים מצויים דברים בדוים כאלה הרבה... וכן שמעתי עוד בילדותי שנמצאים בדבריו טעותים לרוב". | ||
די מערסטע קריטיק איז דער ש"ח אויסגעשטאנען פונעם פירוש לקט בהיר אויף רש"י, פון ר' ישעיה ווייס. ער האט זיך געשטעלט פאר א ציל צו ערקלערן רש"י'ס ווערטער קלאר און גרינטליך לוט די מקורות און לויט די מפרשים, און געהאלטן אז דער ש"ח קומט דאס נישט נאך. אין לקט בהיר פון ערשטן אויפלאגע תש"מ, איז פארהאן אסאך שארפע קריטיק אויפן שפתי חכמים. נאך א | די מערסטע קריטיק איז דער ש"ח אויסגעשטאנען פונעם פירוש לקט בהיר אויף רש"י, פון ר' ישעיה ווייס. ער האט זיך געשטעלט פאר א ציל צו ערקלערן רש"י'ס ווערטער קלאר און גרינטליך לוט די מקורות און לויט די מפרשים, און געהאלטן אז דער ש"ח קומט דאס נישט נאך. אין לקט בהיר פון ערשטן אויפלאגע תש"מ, איז פארהאן אסאך שארפע קריטיק אויפן שפתי חכמים. נאך א צרה וואס האט אים באטראפן האט ר' ישעיה דאס אנגענומען אלס סימן אז ער האט נישט געדארפט אזוי אראפרייסן דעם שפתי חכמים<ref>זע אין אייוועלט [https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=221322#p221322 דא] און [https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=82458#p82458 דא]</ref>, און ער האט געלאזט צוואה צו צענזורירן די ווערטער פון זיין ספר און ווייכער מאכן די שארפע ווערטער. [[רבי געציל בערקאוויטש]] איז איבערגעגאנגען און צענזורירט דעם ספר, און אזוי זענען די היינטיגע פארשפרייטע אויפלאגעס. | ||
== שפתי ישנים == | ==שפתי ישנים== | ||
אין זיין הקדמה ברענגט ער די ווערטער פונעם של"ה, אז ס'איז מסוגל צו דערמאנען די נעמען פון ספרים<ref>זע הרב ב. חמד, [https://tablet.otzar.org/#/b/656417/p/-1/t/1727462623461/fs/ObXQ6GtbIrPhcGWXnZZHgRi1fklFpTVk1zjbNoyEwmYT/start/864/end/886/c ואלה שמות ספרי בני ישראל], מוסף שבת קודש פון יתד נאמן, אין אוצר החכמה</ref>. | |||
אין | געוויסע קאפיעס פון שפתי ישנים איז מיטגעדרוקט א סידור, וואס רבי שבתי האט שוין געלאזט דרוקן אין תל"ח<ref>זע חיים ליבערמאן, אהל רח"ל, [https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=24647&st=&pgnum=374 סידור התפלה המצורף לס' שפתי ישנים], היברובוקס</ref>. | ||
==דרויסנדיגע לינקס== | ==דרויסנדיגע לינקס== | ||
*{{אוצר החכמה|מנחם מענדל זלאטקין|ראשית בכורי הביבליוגרפיה בספרות העברית; הספר שפתי ישנים מר' שבתי משורר בס|151559|מקום הוצאה=תל אביב|שנת הוצאה=תשי"ח|סופיקס=יא}} | |||
*מנחם מענדל זלאטקין | *{{אנקער|רפאל|{{אוצר החכמה|יצחק רפאל|ראשונים ואחרונים|188483|page=160|קעפל=ר' שבתי באס - הביבליוגראף העברי הראשון|מקום הוצאה=תל אביב|שנת הוצאה=תשי"ז|עמ=169-201|סופיקס=יא}}.}} | ||
*{{אוצר החכמה|אברהם מאיר האבערמאן|אנשי ספר ואנשי מעשה|611076|page=3|קעפל=ר' שבתי משורר בס|מקום הוצאה=ירושלים|שנת הוצאה=תשל"ד|מו"ל=ראובן מס|עמ=3-11|סופיקס=יא}} | |||
*{{אייוועלט|3577|על הספר שפתי חכמים ומחברו}} | |||
* | *{{אייוועלט|3575|על הספר לקט בהיר ומחברו}} | ||
* | *{{פורום אהח|הספר עיקר שפתי חכמים ומחברו|13593}} | ||
* | *{{פורום אהח|שפתי חכמים|3909}} | ||
* | |||
*[https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=7&t=3082#p22787 מי הוא בעל העיקר שפתי חכמים,] אשכול אין אוצר החכמה פארום | *[https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=7&t=3082#p22787 מי הוא בעל העיקר שפתי חכמים,] אשכול אין אוצר החכמה פארום | ||
*[https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=7&t=6606 האם ה'היכל הברכה' התנגד לרבי שבתאי משורר?], אשכול אין אוצר החכמה פארום | *[https://forum.otzar.org/viewtopic.php?f=7&t=6606 האם ה'היכל הברכה' התנגד לרבי שבתאי משורר?], אשכול אין אוצר החכמה פארום | ||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
{{רעפערענצן}} |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 17:04, 28 אקטאבער 2024
רבי שבתי משורר בַּס איז געווען א מוכר ספרים, דרוקער, און מוציא לאור, אין די ת' יארן. ער איז בארימט מיט זיין פירוש שפתי חכמים אויף רש"י על התורה, און מיט זיין ביבליאגראפישע ווערק שפתי ישנים.
ביאגראפיע
ר' שבתי איז געבוירן אין יאר ת"א אין שטאט קאליש אין פוילן, צו זיין טאטן רבי יוסף. ר' יוסף האט געהאט נאך א זון, א בארימטער גאון און מקובל, רבי יעקב שטרימר.
ביי דער שוועדישער אינוואזיע אין פוילן אין די יארן תט"ז-תי"ח, איז די אידישע קהילה אין קאליש כמעט אינגאנצן אומגעקומען על קידוש ה', ר' שבתי'ס עלטערן צווישן זיי, וועלכע זענען אומגעקומען אין ד' חשוון תי"ז[1].
ר' שבתי איז געבליבן א יתום, און האט געוואנדערט קיין פראג, וואו ער האט געלערנט ביי רבי מאיר וורטירש, אין אלטן שול[2].
אין פראג האט ער געדינט אלס משורר מיט'ן פראגער חזן רבי לייב שיר השירים, אינעם אלטניי שול. דערפאר האט ער באקומען דעם צונאמען "משורר בס".
אין פראג האט ער זיך אנגעהויבן באשעפטיגן מיט ספרים. אין יאר תכ"ט האט ער ארויסגעגעבן א נייער אויפלאגע פונעם ספר באר משה, פון רבי משה שערטילש, וואס פארטייטשט די שווערע ווערטער פון חומש אויף אידיש. דער ספר איז דאן געווען זייער פאפולער צווישן מלמדים, און געוויסע קהילות האבן פארלאנגט אז די מלמדים זאלן זיך באנוצן בלויז מיט דעם. רבי שבתי האט צוגעלייגט א קורצער הקדמה אין לשה"ק און אין אידיש, און האט צוגעלייגט עטליכע זייטן פון כללי הדקדוק אין קורצן[3].
אין יאר ת"ל איז צו ר' שבתי געבוירן זיין זון יוסף.
שפעטער האט ער זיך ארויסגעלאזט וואנדערן צווישן שטעט אין לענדער, צווישן אנדערע איז ער אריבער גלוגא, קאליש, קראטאשין, ליסא, וויען, פויזן, ווירמייזע. ביז ער האט זיך ענדליך אפגעשטעלט אין אמסטערדאם, האלאנד, אין יאר תל"ח[4].
אין אמסטערדאם אין יאר ת"מ האט רבי שבתי געדרוקט זיינע דריי חיבורים, שפתי חכמים אויף רש"י, שפתי ישנים אויף אידישער ביבליאגראפיע, און מסכת דרך ארץ - א קליין ספר'ל אויף אידיש געאייגנט פאר וואנדערער. מסכת דרך ארץ איז איינגעטיילט אין דריי חלקים: דרך צדיקים - תפילות און סגולות פאר די וועגן גייער; דרך התגרים - די ווערד פון די פארשידענע וואלוטעס, און מאָסן און וואג, פון פילע אייראפעאישע לענדער; און דרך המלך - א וועג-ווייזער וואס צייגט די ווייטקייט צווישן די שטעט און לענדער איבער אייראפע, און צייכנט אן וועלכע שטעט און דערפער מען גייט פארביי, און וועלכע עס פארמאגט א אידישע קהילה. צו לעצט שטעלט ער א לוח פאר זעכציג יאר[5].
פינף יאר האט ער זיך אויפגעהאלטן אין אמסטערדאם[6].
שפתי חכמים
אין ענדע יאר ת"מ איז אין אמסטערדאם געדרוקט געווארן א חומש, אין דרוק פון רבי אורי פייוויש הלוי. דער חומש און תרגום איז מוגה געווארן דורך ר' שלמה די אוליוירה, פון די ספרד'ישע רבנים אין אמסטערדאם, א מומחה אין דקדוק. ר' שבתי האט מגיה געווען די רש"י[7] און צוגעלייגט מראה מקומות צו פסוקים און מאמרי חז"ל, און בעיקר - צוזאמגעשטעלט דעם פירוש אויף רש"י שפתי חכמים.
רבי שבתי ערקלערט אין זיין הקדמה אז ער האט זיך געוואונדערט פארוואס פון אלע מפרשי רש"י האט מען קיין איינס נישט געדרוקט אויפן עמוד מיט די חומש און רש"י, וואס דאס וואלט פיל פארגרינגערט צו לערנען און פארשטיין רש"י'ס ווערטער. דערפאר האט ער צוזאמגעשטעלט דעם פירוש "שפתי חכמים" וואס איז צוזאמגעשטלעט פון די פארשידענע מפרשים. וואס ער ברענגט נישט קיין מקור איז גענומען פון ספר מנחת יהודה און קיצור מזרחי (ריווא).
שפתי חכמים איז טאקע בעיקר א העתק פון ספר מנחת יהודה פון רבי יהודה לייב איילנבורג אב"ד בריסק. דער מנחת יהודה איז בעיקר געבויט אויפן מזרחי, חוץ געוויסע ציטאטן פון זיין רבי'ן רבי בצלאל, און פונעם מהרש"ל, און נאך.
רבי שבתי האט איבערגעשריבן דעם מנחת יהודה, איבערגעארבעט דעם לשון און ארויסגענומען די שקלא וטריא, און צוגעלייגט הסבר, געווענליך אין קלאמערן. ער האט אויך צוגעלייגט אויסצוגן פון קיצור מזרחי (ריווא די טרינטו), וואס איז ווארשיינליך פון רבי יוסף אוטולינגו. און פון מאל צו מאל פון נאך ספרים, דבק טוב, קניזל, וכו'. רבי שבת פארזיכערט אין זיין הקדמה אז ער האט נישט צוגעלייגט קיין איין ווארט אייגנס, נאר צומאל איבערגעארבעט און אויסגעקלארט דעם לשון פון די פריערדיגע מפרשים.
אין יאר תנ"ג האט ר' שבתי איבערגעדרוקט זיין חיבור, אין זיין אייגענעם דרוק אין דיהרנפורט. ער האט צוגעלייגט ציטאטן פון דברי דוד פונעם טורי זהב, וואס איז אינצווישן געדרוקט געווארן אינעם זעלבן דרוק.
צום דריטן מאל איז עס געדרוקט געווארן אין פראנקפורט דמיין אין יאר תע"ב, דורך רבי יעקב בריסק, וועלכער האט צוגעלייגט געוויסע הוספות צושרייבנדיג "נלי"ט" - נראה לי יעקב טריוויש[8].
אין יאר תרל"ה איז אין ווילנא געדרוקט געווארן א חומש מיט עיקר שפתי חכמים, אנגעבליך א קיצור פון ש"ח. ווארשיינליך פארפאסט געווארן דורך די מגיהים אין ווילנער דרוק. עס איז געווארן זייער פאפולער ביזן היינטיגן טאג. עס זענען דא שטארקע קריטיק אויף דעם קיצור, בעיקר אויף דעם וואס צומאל לייגט ער צו וואס עס שטייט נישט אין ש"ח, אדער גאר שרייבט פארקערט פון וואס דער ש"ח זאגט.
פאפולעריטעט
דער שפתי חכמים איז שנעל געווארן פאפולער, און צוביסלעך זיך איינגעגעבן אין אלע חומשים. כהיום איז כמעט נישט פארהאן א חומש וואו ס'איז נישט אריינגעדרוקט שפתי חכמים אדער עיקר שפתי חכמים.
געוויסע האבן אנגעוויזן אויף די זכיה וואס ר' שבתי האט געהאט אז זיין חיבור זאל אזוי פארשפרייט ווערן ביי כלל ישראל[9]. אזוי ווערט אויך איבערגעגעבן בשם דער עטרת צבי[10].
קריטיק
עס זענען געווען אסאך קריטיקירער אויפן שפתי חכמים, לגבי געוויסע פשטים וואס זענען נישט ריכטיג אדער קעגן הלכה, און בעיקר אז ער ברענגט נישט ריכטיג די ווערטער פונעם מזרחי און אנדערע מפרשים. אבער רוב פון די טענות וואלטן געדארפט זיין קעגן דעם מנחת יהודה, פון וועם רוב פונעם ספר קומט.
דער מישקאלצער רב אין יגל יעקב[11] שרייבט שארף קעגן געוויסע פשטים אין ש"ח וואס שטימען נישט מיט הלכה, און ענדיגט צו "מצוה לפרסם בשער בת רבים אשר בשפתי חכמים מצויים דברים בדוים כאלה הרבה... וכן שמעתי עוד בילדותי שנמצאים בדבריו טעותים לרוב".
די מערסטע קריטיק איז דער ש"ח אויסגעשטאנען פונעם פירוש לקט בהיר אויף רש"י, פון ר' ישעיה ווייס. ער האט זיך געשטעלט פאר א ציל צו ערקלערן רש"י'ס ווערטער קלאר און גרינטליך לוט די מקורות און לויט די מפרשים, און געהאלטן אז דער ש"ח קומט דאס נישט נאך. אין לקט בהיר פון ערשטן אויפלאגע תש"מ, איז פארהאן אסאך שארפע קריטיק אויפן שפתי חכמים. נאך א צרה וואס האט אים באטראפן האט ר' ישעיה דאס אנגענומען אלס סימן אז ער האט נישט געדארפט אזוי אראפרייסן דעם שפתי חכמים[12], און ער האט געלאזט צוואה צו צענזורירן די ווערטער פון זיין ספר און ווייכער מאכן די שארפע ווערטער. רבי געציל בערקאוויטש איז איבערגעגאנגען און צענזורירט דעם ספר, און אזוי זענען די היינטיגע פארשפרייטע אויפלאגעס.
שפתי ישנים
אין זיין הקדמה ברענגט ער די ווערטער פונעם של"ה, אז ס'איז מסוגל צו דערמאנען די נעמען פון ספרים[13].
געוויסע קאפיעס פון שפתי ישנים איז מיטגעדרוקט א סידור, וואס רבי שבתי האט שוין געלאזט דרוקן אין תל"ח[14].
דרויסנדיגע לינקס
- מנחם מענדל זלאטקין, ראשית בכורי הביבליוגרפיה בספרות העברית; הספר שפתי ישנים מר' שבתי משורר בס, תל אביב, תשי"ח, אויף אוצר החכמה
- יצחק רפאל, "ר' שבתי באס - הביבליוגראף העברי הראשון", ראשונים ואחרונים, תל אביב, תשי"ז, עמ' 169-201, אויף אוצר החכמה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
- אברהם מאיר האבערמאן, "ר' שבתי משורר בס", אנשי ספר ואנשי מעשה, ירושלים: ראובן מס, תשל"ד, עמ' 3-11, אויף אוצר החכמה
- "על הספר שפתי חכמים ומחברו", אשכול אויף אייוועלט
- "על הספר לקט בהיר ומחברו", אשכול אויף אייוועלט
- הספר עיקר שפתי חכמים ומחברו אויף פורום אוצר החכמה
- שפתי חכמים אויף פורום אוצר החכמה
- מי הוא בעל העיקר שפתי חכמים, אשכול אין אוצר החכמה פארום
- האם ה'היכל הברכה' התנגד לרבי שבתאי משורר?, אשכול אין אוצר החכמה פארום
רעפערענצן
- ↑ רפאל זייט 175
- ↑ רפאל זייט 176
- ↑ רפאל זייט 177, לויט ש' אסף מקורות לתולדות החינוך בישראל,
- ↑ רפאל זייט 179
- ↑ מסכת דרך ארץ, אויף אוצר החכמה
- ↑ התנצלות האלוף המרומם המדפיס, סוף פון ספר בית שמואל דיהרנפורט תמ"ט, אין היברובוקס
- ↑ און די תולדות אהרן, בעל הטורים, און מנין המצוות.
- ↑ שפתי חכמים, אין היברובוקס
- ↑ רבי מנחם מענדיל קראנגיל, פליטת ספרים אויף שם הגדולים, אות ש' ערך שפתי חכמים.
- ↑ רבי יצחק אייזיק אייכענשטיין אב"ד קיוויאשד, עטרת יצחק, מאנסי תשפ"ג, זייט.., "רבינו בעל עט"צ אמר שהשפתי חכמים זכה להיות נדפס כמעט בכל החומשים אצל פירוש רש"י והוא מפני שבמקום א' כתב דבר שכוון בזה לכוונת רש"י הקדוש" עיי"ש.
- ↑ יגל יעקב, סימן מ"ה אות ד, אין היברובוקס
- ↑ זע אין אייוועלט דא און דא
- ↑ זע הרב ב. חמד, ואלה שמות ספרי בני ישראל, מוסף שבת קודש פון יתד נאמן, אין אוצר החכמה
- ↑ זע חיים ליבערמאן, אהל רח"ל, סידור התפלה המצורף לס' שפתי ישנים, היברובוקס