אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דראשקע"

ק (צמא לדעת האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:דראשקע צו רוי:דראשקע אן לאזן א ווייטערפירונג)
(ווייטערפירן צו דרעפט:פערד-און-װאגן)
 
(8 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
#ווייטערפירן [[דרעפט:פערד-און-װאגן]]
{{דעסקריפציע|פארדעקטע פערד-געפירטע פאסאזשיר וואגן}}
[[טעקע:PetraCart.jpg|שמאל|ממוזער|250px|טוריסטן דראשקע אין [[פעטרא]]]]
א '''דראשקע''' איז א פארדעקטע פאסאזשיר וואגן מיט פיר רעדער. עס איז געווען איינע פון די ערשטע מאסן [[טראנספארטאציע]] מיטלען. דראשקעס זענען געפארן אויף באשטימטע וועגן צווישן סטאנציעס אין די שטעט פון [[אייראפע]] און [[צפון אמעריקע]].
 
==היסטאריע==
א דראשקע ליניע האט געדינט פאסאזשירן צווישן [[לאנדאן]] און [[עדינבורג]] אין יאר [[1640]] און פון [[פאריז]] קיין [[ליאן]] אין יאר [[1660]]. די דראשקע פארקער האט געבליט בערך 150 יאר צוריק אין בריטאניע און אין די פאראייניגטע שטאטן צוליב די נייע וועגן וואס מען האט אויספלאסטערט מיט [[אספאלט]]. דער וואגן איז געווען איינגעשפאנט צו צוויי אדער דריי פאר פערד. דער שאפער איז געזעסן אויף א הויכן פאדערשטן בענקל אינדרויסן פון וואגן. גרויסע דראשקעס האבן געקענט טראגן ביז זעכצן מענטשן און זענען געווען צעטיילט אין דריי אפטיילונגען. זייער דורכשניטליכע שנעלקייט איז געווען צען קילאמעטער א שעה. אין יענער צייט זענען געפארן אין די גאסן פון לאנדאן מער ווי צען טויזנט דראשקעס פון פארשידענע סארטן. אויף לענגערע ליניעס האט מען געביטן די פערד אין באשטימטע סטאנציעס. במשך פון פיל יארן האט מען אויך געניצט ספעציעלע דראשקעס צו פירן [[פאסט]].
 
די אנטוויקלונג פון דער [[באן]] אין די צענדליגער יארן דערנאך האט פארמינערט די וויכטיגקייט פון די דראשקעס, ביז אין יאר [[1890]] האט מען זיי ארויסגענומען פון דינסט, אבער עטליכע דראשקע ליניעס האבן ווייטער געארבעט אין [[קאנאדע]] און [[אויסטראליע]], ווערנדיג צוביסלעך איבערגענומען דורך [[אויטאמאביל]]ן.
 
== היינטיגע צייטן ==
היינט טרעפט מען ווייניג דראשקעס, בעיקר ניצט מען זיי פאר טוריסטן אלס אן אטראקציע.
 
אין ענגלאנד און [[עסטרייך]] זענען פארהאן מוזעאומען, וואו מען שטעלט ארויס פרעכטיגע דראשקעס וואס קעניגן און גראפן האבן געניצט.
 
==דרויסנדיגע לינקס==
{{מיזמים|ויקישיתוף=Category:Carriages|שם ויקישיתוף=דראשקעס|ימין}}
{{אמצעי תחבורה}}
 
[[קאַטעגאָריע:פארמיטלען]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 16:13, 9 סעפטעמבער 2025

ווייטערפירן צו: