אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יונתן שווארץ"
אין תקציר עריכה |
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט דרעפט:יונתן שווארץ צו רוי:יונתן שווארץ אן לאזן א ווייטערפירונג) |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 00:18, 4 יולי 2024
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
יונתן שווארץ איז א גראמער און זינגער אין דער חסידישער וועלט. ער זינגט, גראמט און בדחן'ט אויף פילע חסידישע חתונות און צוזאמענקומען.
ער איז איבערהויפט באקאנט מיט זיינע גאר פאפולערע קאסעטעס מיט אידישע לידער וואס ער גיט ארויס אונטערן נאמען א גוטע.
זיינע נינוגים זענען מער צום חסידישן געשמאק, אלע זיינע אלבומס זענען פול מיט א רייכער אינהאלט. ער פארצייילט מעשיות און השקפות מיט גראמען, ער נעמט באקאנטע חסידישע ניגונים און לייגט דערויף ארויף ווערטער און גראמען. ער איז דערמיט אנדערש פון אנדערע זינגערס וואס זינגען בדרך כלל פסוקים און מאמרי חז"ל, און אין דערמיט האבן זיי איין אבער צוויי אידישע גראמען מעשיות.
ער פארמאגט קינדער שפילצייג געשעפטן Toys 2 Discover אין עטליכע היימישע געגנטער. ווי אויך האט ער חזק דיסטריביוטערס און און רייע קינדער-שפילצייג ברענדס ווי קינדערוועלט און נאך נאך.
אין די לעצטערע יארן האט ער זיך אויך שטארק באקאנט געמאכט מיט זיין עסקנות און אויפשטורעמענישן אין ענינים פון שידוכים, גיטין, און שלום בית.
ביאגראפיע
יונתן איז געבוירן געווארן …אויף רחוב בהר"ן אין מאה שערים, ירושלים צו א משפחה פון בעלזע חסידים. זיין מאמע'ס טאטע איז געווען ברוך האפפמאן, א בעלזער חסיד, א מלחמה איבערלעבער וואס האט פאלוירן זיין ווייב און פיר קינדער ביים קריג, און נאכ'ן קריג געפארן קיין ארץ ישראל און ווידער געהייראט און געהאט א שטוב מיט קינדער, אבער זיינע אלע קינדער זענען נעבעך אוועק בחייו. יונתן'ס מאמע איז זייער קראנק געווארן ווען ער איז געווען אכט יאר אלט און איז אוועק צוויי יאר שפעטער אלט זייענדיג 31, איבערלאזנדיג אים, אלט זייענדיג צען יאר, מיט זיינע פינף שוועסטער. זיינע שוועסטער זענען אויפגעוואקסן אין בית לפליטות, און פון דעם האט יונתן א קשר מיט דעם ארגאניזאציע.
דער בעלזער רב, רבי ישכר דוב רוקח, פלעגט צומאל קומען צו זיי אינדערהיים, דערביי געמאכט זיכער אז דאס הויז איז ריין און ס'איז דא וואס צו עסן.
אלס קינד איז יונתן שטארק געבוליט געווארן.
ער האט חתונה געהאט.
געהאט דריי קינדער.
זיך גע'גט.
ער האט געארבעט אין פאפא בוטשער אין וויליאמסבורג.
געווארן א בדחן אויף חתונות.
נשוי בשנית לבתו של האדמו"ר רבי בן ציון דייטש מבוקרשט, ואב לילדים. מתגורר בבורו פארק.
אנגעהויבן ארויסגעבן אלבומס (טעיפס), "א גוטע" סעריע… געווארן אנגענומען ביי גאר היימישע שטובער.
בערך אין תשס"ב האט ער געזוכט צו עפענען א ביזנעס, און איז אריין אין די שפילצייג ליין. אנגעהויבן אין זיין בעיסמענט אינדערהיים, שפעטער א קליין געשעפט אויף 18טע עוועניו, און צום סוף האט זיך עס צעוואקסן צו א גרויסער ביזנעס "טויס טו דיסקאווער".
ער מאכט נאך טייערע ברענד נעים שפילצייגן צו קענען פארקויפן פאר ביליג, א שטייגער ווי מעגנע טיילס, וואס ער האט נאכגעמאכט אונטער זיין ברענד שעיפ מעגס, און פארקויפט עס פאר א דריטל די פרייז. מעגנע טיילס האט אנגעקלאגט יונתן מיט א פעדעראלע קלאגע. ער האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט יוסי איצקאוויטש פון טאיס טו דיסקאווער, וואס יוסי'ס ברענד איז אויך אנגעקלאגט געווארן, און צוזאמען האבן זיי באוויזן צו געווינען דיי קלאגע.
נאך זאכן וואס ער האט אראפגעברענגט די פרייזן זענען קליקס, מענטשעלעך, ציצית און טליתים.
ער האט געגרינדעט "מצוה קינדער", נאך א שטיקל רייבעניש מיט'ן קאמפאני איז ער אוועק און אנגעהויבן אן אייגענעם ברענד "קינדער וועלט".
דיסקאגראפיע
- "א גוטע וואך" (תשנ"ג)
- "א גוטע שבת" (תשנ"ד)
- "א גוטע ניגון" (תשנ"ט)
- "א גוטע איד" (תש"ס)
- "א גוטע בשורה" (תשס"ו)
- "א גוטע נשמה" (תשס"ז)
- "א גוטע שעה" (תשס"ט)
- "א גוטע הארץ" (תשע"ה)
- "א גוטע ברכה" (תשע"ז)
לינקס
- https://vinnews.com/2011/07/01/brooklyn-ny-mishpacah-this-week-chasidic-badchen-yonasan-schwartz/
- https://www.kikar.co.il/haredim-news/407069
ווידיאו
שמועס אויפן "לעיטעסט טאלקס" פאדקעסט