אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי שמואל בערעזאווסקי"
תכלית (שמועס | ביישטייערונגען) אין תקציר עריכה |
(←ביאגראפיע: געטוישט לויט מקור) |
||
(40 מיטלסטע ווערסיעס פון 5 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{ | {{דעסקריפציע|סלונימער רבי (געבוירן תרצ"ו)}} | ||
{{אישיות רבנית | |||
| בילד = כ"ק מרן האדמו"ר שליט"א.jpg | |||
| תאריך לידה עברי = [[כ"ט אלול]] [[תרצ"ו]] | |||
| תפקיד1 = {{תפקיד מנהיג | |||
| שם התפקיד = סלונימער רבי | |||
| התחלת כהונה = אב [[ה'תש"ס|תש"ס]] | |||
| סיום כהונה = | |||
| הקודם בתפקיד = [[רבי שלום נח בערעזאווסקי]] | |||
| הבא בתפקיד = | |||
}} | |||
| מקום מגורים = [[ירושלים]] | |||
| מקום פעילות = ירושלים | |||
| תאריך לידה = [[סעפטעמבער 16]] [[1936]] | |||
}} | |||
'''רבי שמואל בערעזאָווסקי''' (חתמ'עט זיך: '''ברזובסקי'''; געבוירן [[כ"ט אלול]] [[תרצ"ו]]{{הערה|{{קישור כללי|כתובת=https://www.kedem-auctions.com/he/node/36732|כותרת=מכתב ה"ברכת אברהם" וה"נתיבות שלום" - בשורה על הולדת הנכד - האדמו"ר מסלונים שליט"א|אתר=קדם}}}}, [[סעפטעמבער 16]] [[1936]]) איז דער היינטיגער [[סלאנים (חסידות)#סלונים|סלונימער]] רבי, מחבר ספרי "דרכי נועם". ער איז א מיטגליד פון [[מועצת גדולי התורה]] פון [[אגודת ישראל]], און ער וואוינט אין [[מאה שערים]] געגנט, [[ירושלים]]. | |||
==ביאגראפיע== | |||
רבי שמואל איז געבוירן געווארן אין [[טבריה]] צו [[רבי שלום נח בערעזאווסקי|רבי שלום נח]] און מרת חוה מרים, טאכטער פון [[רבי אברהם וויינבערג (דריטער)|רבי אברהם וויינבערג]], דער סלאנימער רבי בעל "ברכת אברהם". אלס אינגל האט ער געלערנט אין ישיבת חיי עולם{{הערה|{{צ-זשורנאל|שלמה ניימאן|אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס|קינדער שריפט|235|58|שנת הוצאה=סוכות תשפ"ד}}}} אין ירושלים. שפעטער האט ער געלערנט אין ישיבת [[בית אברהם]] סלאנים וואס זיין טאטע האט מייסד געווען אין יאר תש"ב. | |||
רבי שמואל האט חתונה געהאט י"ז סיון תשי"ט מיט רביצין מרת שיינא רחל (תרצ"ט - כ"ב טבת תשס"ו), טאכטער פון רבי נפתלי חיים אדלער פון [[רמת וויזשניץ]] אין חיפה. די חתונה איז פארגעקומען אין [[קרית וויזשניץ|שיכון וויזניץ]] אין [[בני ברק]] אין הויז פון רבי נפתלי חיים'ס שווער [[רבי חיים מאיר האגער]] פון [[וויזשניץ (חסידות)|וויזשניץ]]<ref>{{קישור כללי|כתובת=https://bidspirit.com/ui/lotPage/source/catalog/auction/7405/lot/17368/הזמנה-לחתונת-האדמו-ר-מסלונים?lang=he|כותרת=הזמנה לחתונת האדמו"ר מסלונים שליט"א מחמיו הרב נפתלי חיים אדלר מדזיקוב נתניה|אתר=בידספירט}}</ref>. רבי חיים מאיר האט זייער מחשיב געווען זיין צוגעקומענעם אייניקל<ref name=":0">{{צ-מאמר|מחבר=[[יאיר וויינשטאק]]|שם=זכרונות של אהבה|כתב עת=[[בקהילה]]|שנת הוצאה=כ"ג טבת ה'תשפ"ד|עמ=50}}</ref>. | |||
רבי שמואל איז | |||
ווען זיין | אום סיון תשמ"א, ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן אלס סלונימער רבי נאך זיין שווער'ס פטירה, איז רבי שמואל אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה אויפ'ן ארט פון זיין פאטער. די שיעורים וואס ער האט געגעבן אין ישיבה זענען שפעטער געדרוקט געווארן אין די ספרים "דרכי נועם על הש"ס". אין יענע יארן פלעגט ער יעדן פרייטאג צונאכטס דאוונען ביים [[כותל המערבי]], ביז ער איז געווארן רבי. | ||
נאך זיין טאטנ'ס פטירה, אין ז' אב תש"ס, איז ער לויט זיין טאטנ'ס צוואה אויפגענומען געווארן פאר זיין ממלא מקום אלס אדמו"ר און אלס נשיא פון ישיבת בית אברהם. | |||
זיין הנהגה איז מיט עטוואס מער כאניאקישקייט ווי זיין פאטער'ס, צב"ש איינפירנדיג צו גיין מיט אראפגעלאזטע געקרייזלטע [[פיאות]] אנשטאט הינטער די אויערן, ווי אויך האט ער פרובירט אריינצוברענגען דעם [[אידיש|אידישן שפראך]] צווישן זיינע חסידים. ער ערלויבט נישט ארויסצוגיין פון די גרעניצן פון [[ארץ ישראל]], אויסער אין נויט-פעלער. | |||
ער האט | ער איז א שארפע קעגנער פון די טעכנאלאגישע כלים, זאגנדיג אז ער האט געשפירט א פיינטשאפט כלפי דעם קאמפיוטער נאך איידער מען האט אנגעהויבן רעדן וועגן אינטערנעט און אז ער וויל אוועקגיין פון דער וועלט אן האבן צוגערירט אירע קנעפלעך{{הערה|דרכי נעם, ז' אייר תשע"ז}}. ער לאזט נישט אריינברענגען קיין קאמפיוטער אין זיין שטוב<ref name=":0" />. ער האט אויפגעשטעלט א ועד איבער טעכנאלאגיע אינערהאלב די חסידות, וואס ערלויבט באניץ מיט אינטערנעט נאר לצורך פרנסה, און ער מוטיגט זיינע חסידים צו אנטוויקלען ארבעטס פלעצער על טהרת הקודש וועלכע פאדערן נישט קיין אינטערנעט. | ||
ער איז א | ==זיינע שמועסן און ספרים== | ||
{{ | אין זיינע שמועסן איז ער אסאך עוסק אין פסוקים פון נ"ך, ווי אויך ברענגט ער פון ספר "[[המספיק לעובדי השם]]" פון [[רבי אברהם בן הרמב"ם]] און פון [[זוהר]]. ווי די פריערדיגע רבי'ס פון סלונים טוט ער אסאך רעדן איבער קדושה און שמירת הברית און איבער [[שבת|שבת קודש]]. | ||
ער | |||
זיינע תורות, שמועסן, און שיעורים ווערן כסדר געדרוקט אין די ספרים "דרכי נועם" דורך מכון דרכי נועם. עס זענען שוין געדרוקט געווארן איבער 20 בענדער. | |||
אין יאר תשע"ה זענען ארויסגעקומען צוויי בענדער "דרכי נועם בעבודת ה'" מסודר לויט עניינים, ארייננעמענדיג אויך די שמועסן וואס ער האט געזאגט אלס ראש ישיבה אינעם סלונימער ישיבה "בית אברהם". | |||
אין יאר תשע"ט איז ארויסגעקומען די ערשטע באנד פון די סעריע ספרים "דרכי נועם - מועדים" אויף מועדים וזמנים. דער באנד איז עוסק אין: [[ימים נוראים]], [[אלול|חודש אלול]], [[ראש השנה]]. אין יאר תשפ"א איז ארויס דער צווייטער באנד וואס איז עוסק אין [[עשרת ימי תשובה]], [[יום כיפור]], און [[סוכות]]. | |||
אין יאר תשפ"ב זענען געדרוקט געווארן דריי בענדער "דרכי נועם - על ה[[גמרא|ש"ס]]", זיינע שיעורים וואס ער האט איבערגעגעבן אין ישיבה אויף: [[מסכת יבמות|יבמות]], [[מסכת כתובות|כתובות]], [[מסכת נדרים|נדרים]], [[מסכת גיטין|גיטין]], [[מסכת קידושין|קידושין]], [[מסכת בבא קמא|בבא קמא]], [[מסכת בבא מציעא|בבא מציעא]], אין [[מסכת בבא בתרא|בבא בתרא]]. | |||
==איינפלוס== | |||
אין די ערשטע יארן פון זיין הנהגה האט ער זיך ווייניג אריינגעמישט אין כלל ענינים. ער איז אבער געווען פון די ערשטע חותמים אין שטיצע פון [[ועדת הרבנים לענייני תקשורת]] און די [[כשר סעלפאן|כשר'ע סעלפאנען]]. | |||
אין יאר תשס"ה, אין דער צייט פונעם "[[התנתקות פלאן]]", האט ער שארף ארויסגעטראטן דערקעגן, און יענעם יאר האט ער געהייסן נישט צו שטימען פאר "[[יהדות התורה]]" צוליב דער שטיצע פון די חברי הכנסת יעקב ליצמאן און ישראל אייכלער פאר די פלענער{{הערה|{{קישור כללי|כתובת=https://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=1804329&forum_id=771|כותרת=האדמו"ר מסלונים: "לא להצביע בבחירות"|אתר=בחדרי בחרדים}}}}. | |||
אין יאר תשע"ג האט ער זיך אנגעשלאסן אלס מיטגליד אין "מועצת גדולי התורה" פון דער אגודת ישראל פארטיי. | |||
===די מיידל שולע אין עמנואל=== | |||
אין יאר תש"ע (2010) איז ער בארימט געווארן ביי די פרשה פון דער מיידל שולע אין עמנואל, אין וועלכע זיינע חסידים האבן געשפילט א צענטראלע ראלע. ער האט אנגעוויזן פאר די חסיד'ישע עלטערן נישט אויסצופאלגן דעם אורטייל פונעם [[בג"ץ]], וואס האט פארלאנגט אריינצונעמען מיידלעך פון שוואכערע משפחות צו דער ארטיגער חרד'ישער מיידל שולע, און ער האט באגלייט די טאטעס פון די תלמידות צום טורמע{{הערה|{{ynet|אביאל מגנזי|צפו באדמו"ר נפגש עם ההורים: זה דומה לגרמניה|3906665|17.6.2010}}}}. | |||
ער האט דאן געשריבן אין א בריוו: {{ציטוטון|ווען איך זאל האלטן אז די ריכטער אין געריכט גלייבן אין וואס זיי זאגן, אז דער שולע אין עמנואל איז געשטעלט אויף ראסיזם, וואלט איך זיך מסתמא אנדערש געפירט. אבער וויבאלד איך האב נישט קיין שום ספק אז זיי ווייסן דעם אמת, אז אלעס וואס זיי זאגן איז באזירט אויף ליגנט, אויב אזוי איז עס נאר א קאמף צווישן אמונה און כפירה, צווישן כח הקדושה און די כח הטומאה פון די סטרא אחרא... און אין א קאמף אויף קידוש השם אויך אויב מ'וועט אונז שטעלן פאר א גרופע שיסער, וועלן מיר נישט מוותר זיין און מיר וועלן נישט איינגיין אויף קיין פשרות כמלוא נימה}}{{הערה|{{כיכר השבת|מנחם כץ|האדמו"ר מסלונים: "גם מול כיתת יורים - אנו לא נוותר"|39830|יוני 23, 2010}}; {{nrg|יצחק טסלר|האדמו"ר: לא נתפשר גם אם נעמוד מול כיתת יורים|123/834|יוני 23, 2010|1|2}}; {{בחדרי חרדים|יוסי כץ|סערה בכנסת • ליצמן ציטט מכתב האדמו"ר: "גם מול כיתת יורים - לא ניכנע"|120014|יוני 23, 2010}}}}. | |||
ער האט אבער שפעטער מסכים געווען צו א פלאן לויט וועלכע "ימי עיון" זענען געהאלטן געווארן, אין די דריי טעג וואס זענען געבליבן ביזן סוף פון שולע יאר, איבער די נושא פון אהבת ישראל פאר אלע מיידלעך אין עמנואל אינאיינעם. אויפ'ן פארשלאג וואס איז דערלאנגט געווארן צום געריכט האט אונטערגעשריבן אדוואקאט גרין אין נאמען פון דעם רבי'ן פון סלונים און [[אלי ישי]] אין נאמען פון [[רבי עובדיה יוסף]]. ער האט מסכים געווען צו דעם פלאן נאר נאכדעם וואס זיין פאדערונג צו אויסמעקן די ווערטער "על פי החלטת בית המשפט" איז אנגענומען געווארן. | |||
==זיין משפחה== | |||
ער האט 14 קינדער: | |||
'''זין''' | |||
*[[רבי ישראל בערעזאווסקי|רבי ישראל]], געוועזענער רב פון קהילת סלונים אין [[אלומה|חזון יחזקאל]] און היינט אין שכונת הגפן (B) אין [[ביתר עילית]], חבר בד"ץ אגודת ישראל, איידעם פון [[רבי אברהם שטערנבוך]]. | |||
*[[רבי משה בערעזאווסקי|רבי משה]], ראש [[ישיבת בית אברהם]] - סלונים, איידעם פון רבי שמעון ברייש פון [[ציריך]] (זון פון [[רבי מרדכי יעקב ברייש|רבי מרדכי יעקב]], בעל "חלקת יעקב"). | |||
*רבי ברוך, ראש כולל 'אמרי נועם' פון חסידי סלונים אין [[ירושלים]], איידעם פון רבי משולם וויינבערגער אב"ד טשאבע. | |||
*רבי דוד, איידעם פון רבי שלמה באקערמאן יו"ר מוסדות טשעכנוב. | |||
*רבי יעקב שמשון, [[מגיד שיעור]] אין ישיבת "[[בית אברהם]]" - סלונים לצעירים, איידעם פון רבי צבי אלימלך קארנרייך פון אמעריקע. | |||
*רבי מאיר, איידעם פון רבי אפרים הערשקאוויטש, מנהל רוחני אין מוסדות [[נאדווארנא (חסידות)|נאדווארנא]] ביתר עילית, און משפיע רוחני אין ישיבת סלונים אין ביתר עילית. | |||
*רבי מרדכי, איידעם פון רבי נפתלי הורוויץ פון [[באסטאן (חסידות)|באסטאן]], מנהל און משגיח רוחני אין ישיבת "בית אברהם" סלונים. | |||
'''טעכטער''' | |||
*שרה, ווייב פון רבי יהודה שטערנבערג, א שרייבער פון די שמועסן פון דעם פריערדיגן רבי'ן [[רבי שלום נח בערעזאווסקי|רבי שלום נח]], און מגיד שיעור אין ישיבת בית אברהם - סלונים לצעירים בירושלים. | |||
*צביה, ווייב פון רבי אורי ווייסבלום, ראש ישיבת סלונים לצעירים - 'נתיבות שלום' אין ביתר עילית. | |||
*ברכה, ווייב פון רבי גדליה ריזל, רב הקהילה אין [[קרית גת]] און ראש רשת הכוללים פון סלונים אין [[חבל לכיש]] געגנט. | |||
*דבורה, ווייב פון רבי חיים יהודה לייב אויערבאך, ראש כולל אין ירושלים, זון פון [[רבי מרדכי אויערבאך]]. | |||
*שולמית, ווייב פון רבי פנחס שלאף, ראש כולל פון חסידי סלונים אין ביתר עילית. | |||
*הדסה, ווייב פון רבי יצחק אייזיק כ"ץ, מגיד שיעור אין ישיבת סלונים אין ביתר עילית. | |||
*רבקה, ווייב פון רבי יעקב יצחק ווילהעלם, מגיד שיעור אין "ישיבת בית אברהם - סלונים לצעירים" אין ירושלים. | |||
==דרויסנדיגע לינקס== | |||
*{{כיכר השבת|אברהם הלוי|האדמו"ר מסלונים: "הדביקו עליי אות-קלון שאני גזען"|40054|יוני 28, 2010}} | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
{{חסידות סלונים}} | |||
{{גרונטסארטיר:בערעזאווסקי, שמואל}} | |||
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל]] | |||
[[קאַטעגאָריע:רבנים אין ירושלים]] | |||
[[קאַטעגאָריע:סלאנים]] | |||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | |||
[[קאַטעגאָריע:מאה שערים: פערזאנען]] | |||
[[קאַטעגאָריע:תלמידים פון ישיבת בית אברהם-סלונים]] | |||
[[קאַטעגאָריע:חברי מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל]] | |||
[[קאַטעגאָריע:חסידישע ראשי ישיבות אין ארץ ישראל]] | |||
[[HE:הרב שמואל ברזובסקי]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 19:39, 29 יולי 2024
געבורט |
סעפטעמבער 16 1936 (יארגאנג: 88) כ"ט אלול תרצ"ו | ||||
---|---|---|---|---|---|
וואוין אָרט | ירושלים | ||||
טעטיגקייט אָרט | ירושלים | ||||
|
רבי שמואל בערעזאָווסקי (חתמ'עט זיך: ברזובסקי; געבוירן כ"ט אלול תרצ"ו[1], סעפטעמבער 16 1936) איז דער היינטיגער סלונימער רבי, מחבר ספרי "דרכי נועם". ער איז א מיטגליד פון מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל, און ער וואוינט אין מאה שערים געגנט, ירושלים.
ביאגראפיע
רבי שמואל איז געבוירן געווארן אין טבריה צו רבי שלום נח און מרת חוה מרים, טאכטער פון רבי אברהם וויינבערג, דער סלאנימער רבי בעל "ברכת אברהם". אלס אינגל האט ער געלערנט אין ישיבת חיי עולם[2] אין ירושלים. שפעטער האט ער געלערנט אין ישיבת בית אברהם סלאנים וואס זיין טאטע האט מייסד געווען אין יאר תש"ב.
רבי שמואל האט חתונה געהאט י"ז סיון תשי"ט מיט רביצין מרת שיינא רחל (תרצ"ט - כ"ב טבת תשס"ו), טאכטער פון רבי נפתלי חיים אדלער פון רמת וויזשניץ אין חיפה. די חתונה איז פארגעקומען אין שיכון וויזניץ אין בני ברק אין הויז פון רבי נפתלי חיים'ס שווער רבי חיים מאיר האגער פון וויזשניץ[3]. רבי חיים מאיר האט זייער מחשיב געווען זיין צוגעקומענעם אייניקל[4].
אום סיון תשמ"א, ווען זיין טאטע איז אויפגענומען געווארן אלס סלונימער רבי נאך זיין שווער'ס פטירה, איז רבי שמואל אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה אויפ'ן ארט פון זיין פאטער. די שיעורים וואס ער האט געגעבן אין ישיבה זענען שפעטער געדרוקט געווארן אין די ספרים "דרכי נועם על הש"ס". אין יענע יארן פלעגט ער יעדן פרייטאג צונאכטס דאוונען ביים כותל המערבי, ביז ער איז געווארן רבי.
נאך זיין טאטנ'ס פטירה, אין ז' אב תש"ס, איז ער לויט זיין טאטנ'ס צוואה אויפגענומען געווארן פאר זיין ממלא מקום אלס אדמו"ר און אלס נשיא פון ישיבת בית אברהם.
זיין הנהגה איז מיט עטוואס מער כאניאקישקייט ווי זיין פאטער'ס, צב"ש איינפירנדיג צו גיין מיט אראפגעלאזטע געקרייזלטע פיאות אנשטאט הינטער די אויערן, ווי אויך האט ער פרובירט אריינצוברענגען דעם אידישן שפראך צווישן זיינע חסידים. ער ערלויבט נישט ארויסצוגיין פון די גרעניצן פון ארץ ישראל, אויסער אין נויט-פעלער.
ער איז א שארפע קעגנער פון די טעכנאלאגישע כלים, זאגנדיג אז ער האט געשפירט א פיינטשאפט כלפי דעם קאמפיוטער נאך איידער מען האט אנגעהויבן רעדן וועגן אינטערנעט און אז ער וויל אוועקגיין פון דער וועלט אן האבן צוגערירט אירע קנעפלעך[5]. ער לאזט נישט אריינברענגען קיין קאמפיוטער אין זיין שטוב[4]. ער האט אויפגעשטעלט א ועד איבער טעכנאלאגיע אינערהאלב די חסידות, וואס ערלויבט באניץ מיט אינטערנעט נאר לצורך פרנסה, און ער מוטיגט זיינע חסידים צו אנטוויקלען ארבעטס פלעצער על טהרת הקודש וועלכע פאדערן נישט קיין אינטערנעט.
זיינע שמועסן און ספרים
אין זיינע שמועסן איז ער אסאך עוסק אין פסוקים פון נ"ך, ווי אויך ברענגט ער פון ספר "המספיק לעובדי השם" פון רבי אברהם בן הרמב"ם און פון זוהר. ווי די פריערדיגע רבי'ס פון סלונים טוט ער אסאך רעדן איבער קדושה און שמירת הברית און איבער שבת קודש.
זיינע תורות, שמועסן, און שיעורים ווערן כסדר געדרוקט אין די ספרים "דרכי נועם" דורך מכון דרכי נועם. עס זענען שוין געדרוקט געווארן איבער 20 בענדער.
אין יאר תשע"ה זענען ארויסגעקומען צוויי בענדער "דרכי נועם בעבודת ה'" מסודר לויט עניינים, ארייננעמענדיג אויך די שמועסן וואס ער האט געזאגט אלס ראש ישיבה אינעם סלונימער ישיבה "בית אברהם".
אין יאר תשע"ט איז ארויסגעקומען די ערשטע באנד פון די סעריע ספרים "דרכי נועם - מועדים" אויף מועדים וזמנים. דער באנד איז עוסק אין: ימים נוראים, חודש אלול, ראש השנה. אין יאר תשפ"א איז ארויס דער צווייטער באנד וואס איז עוסק אין עשרת ימי תשובה, יום כיפור, און סוכות.
אין יאר תשפ"ב זענען געדרוקט געווארן דריי בענדער "דרכי נועם - על הש"ס", זיינע שיעורים וואס ער האט איבערגעגעבן אין ישיבה אויף: יבמות, כתובות, נדרים, גיטין, קידושין, בבא קמא, בבא מציעא, אין בבא בתרא.
איינפלוס
אין די ערשטע יארן פון זיין הנהגה האט ער זיך ווייניג אריינגעמישט אין כלל ענינים. ער איז אבער געווען פון די ערשטע חותמים אין שטיצע פון ועדת הרבנים לענייני תקשורת און די כשר'ע סעלפאנען.
אין יאר תשס"ה, אין דער צייט פונעם "התנתקות פלאן", האט ער שארף ארויסגעטראטן דערקעגן, און יענעם יאר האט ער געהייסן נישט צו שטימען פאר "יהדות התורה" צוליב דער שטיצע פון די חברי הכנסת יעקב ליצמאן און ישראל אייכלער פאר די פלענער[6].
אין יאר תשע"ג האט ער זיך אנגעשלאסן אלס מיטגליד אין "מועצת גדולי התורה" פון דער אגודת ישראל פארטיי.
די מיידל שולע אין עמנואל
אין יאר תש"ע (2010) איז ער בארימט געווארן ביי די פרשה פון דער מיידל שולע אין עמנואל, אין וועלכע זיינע חסידים האבן געשפילט א צענטראלע ראלע. ער האט אנגעוויזן פאר די חסיד'ישע עלטערן נישט אויסצופאלגן דעם אורטייל פונעם בג"ץ, וואס האט פארלאנגט אריינצונעמען מיידלעך פון שוואכערע משפחות צו דער ארטיגער חרד'ישער מיידל שולע, און ער האט באגלייט די טאטעס פון די תלמידות צום טורמע[7].
ער האט דאן געשריבן אין א בריוו: ”ווען איך זאל האלטן אז די ריכטער אין געריכט גלייבן אין וואס זיי זאגן, אז דער שולע אין עמנואל איז געשטעלט אויף ראסיזם, וואלט איך זיך מסתמא אנדערש געפירט. אבער וויבאלד איך האב נישט קיין שום ספק אז זיי ווייסן דעם אמת, אז אלעס וואס זיי זאגן איז באזירט אויף ליגנט, אויב אזוי איז עס נאר א קאמף צווישן אמונה און כפירה, צווישן כח הקדושה און די כח הטומאה פון די סטרא אחרא... און אין א קאמף אויף קידוש השם אויך אויב מ'וועט אונז שטעלן פאר א גרופע שיסער, וועלן מיר נישט מוותר זיין און מיר וועלן נישט איינגיין אויף קיין פשרות כמלוא נימה”[8].
ער האט אבער שפעטער מסכים געווען צו א פלאן לויט וועלכע "ימי עיון" זענען געהאלטן געווארן, אין די דריי טעג וואס זענען געבליבן ביזן סוף פון שולע יאר, איבער די נושא פון אהבת ישראל פאר אלע מיידלעך אין עמנואל אינאיינעם. אויפ'ן פארשלאג וואס איז דערלאנגט געווארן צום געריכט האט אונטערגעשריבן אדוואקאט גרין אין נאמען פון דעם רבי'ן פון סלונים און אלי ישי אין נאמען פון רבי עובדיה יוסף. ער האט מסכים געווען צו דעם פלאן נאר נאכדעם וואס זיין פאדערונג צו אויסמעקן די ווערטער "על פי החלטת בית המשפט" איז אנגענומען געווארן.
זיין משפחה
ער האט 14 קינדער:
זין
- רבי ישראל, געוועזענער רב פון קהילת סלונים אין חזון יחזקאל און היינט אין שכונת הגפן (B) אין ביתר עילית, חבר בד"ץ אגודת ישראל, איידעם פון רבי אברהם שטערנבוך.
- רבי משה, ראש ישיבת בית אברהם - סלונים, איידעם פון רבי שמעון ברייש פון ציריך (זון פון רבי מרדכי יעקב, בעל "חלקת יעקב").
- רבי ברוך, ראש כולל 'אמרי נועם' פון חסידי סלונים אין ירושלים, איידעם פון רבי משולם וויינבערגער אב"ד טשאבע.
- רבי דוד, איידעם פון רבי שלמה באקערמאן יו"ר מוסדות טשעכנוב.
- רבי יעקב שמשון, מגיד שיעור אין ישיבת "בית אברהם" - סלונים לצעירים, איידעם פון רבי צבי אלימלך קארנרייך פון אמעריקע.
- רבי מאיר, איידעם פון רבי אפרים הערשקאוויטש, מנהל רוחני אין מוסדות נאדווארנא ביתר עילית, און משפיע רוחני אין ישיבת סלונים אין ביתר עילית.
- רבי מרדכי, איידעם פון רבי נפתלי הורוויץ פון באסטאן, מנהל און משגיח רוחני אין ישיבת "בית אברהם" סלונים.
טעכטער
- שרה, ווייב פון רבי יהודה שטערנבערג, א שרייבער פון די שמועסן פון דעם פריערדיגן רבי'ן רבי שלום נח, און מגיד שיעור אין ישיבת בית אברהם - סלונים לצעירים בירושלים.
- צביה, ווייב פון רבי אורי ווייסבלום, ראש ישיבת סלונים לצעירים - 'נתיבות שלום' אין ביתר עילית.
- ברכה, ווייב פון רבי גדליה ריזל, רב הקהילה אין קרית גת און ראש רשת הכוללים פון סלונים אין חבל לכיש געגנט.
- דבורה, ווייב פון רבי חיים יהודה לייב אויערבאך, ראש כולל אין ירושלים, זון פון רבי מרדכי אויערבאך.
- שולמית, ווייב פון רבי פנחס שלאף, ראש כולל פון חסידי סלונים אין ביתר עילית.
- הדסה, ווייב פון רבי יצחק אייזיק כ"ץ, מגיד שיעור אין ישיבת סלונים אין ביתר עילית.
- רבקה, ווייב פון רבי יעקב יצחק ווילהעלם, מגיד שיעור אין "ישיבת בית אברהם - סלונים לצעירים" אין ירושלים.
דרויסנדיגע לינקס
- אברהם הלוי, האדמו"ר מסלונים: "הדביקו עליי אות-קלון שאני גזען", אויף כיכר השבת, יוני 28, 2010
רעפערענצן
- ↑ מכתב ה"ברכת אברהם" וה"נתיבות שלום" - בשורה על הולדת הנכד - האדמו"ר מסלונים שליט"א, אויף קדם
- ↑ שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 58
- ↑ הזמנה לחתונת האדמו"ר מסלונים שליט"א מחמיו הרב נפתלי חיים אדלר מדזיקוב נתניה, אויף בידספירט
- ↑ 4.0 4.1 יאיר וויינשטאק, "זכרונות של אהבה", בקהילה, כ"ג טבת ה'תשפ"ד, עמ' 50
- ↑ דרכי נעם, ז' אייר תשע"ז
- ↑ האדמו"ר מסלונים: "לא להצביע בבחירות", אויף בחדרי בחרדים
- ↑ אביאל מגנזי, צפו באדמו"ר נפגש עם ההורים: זה דומה לגרמניה, אויף ynet, 17.6.2010
- ↑ מנחם כץ, האדמו"ר מסלונים: "גם מול כיתת יורים - אנו לא נוותר", אויף כיכר השבת, יוני 23, 2010; יצחק טסלר, האדמו"ר: לא נתפשר גם אם נעמוד מול כיתת יורים, באתר nrg, יוני 23, 2010; יוסי כץ, סערה בכנסת • ליצמן ציטט מכתב האדמו"ר: "גם מול כיתת יורים - לא ניכנע", אויף בחדרי חרדים, יוני 23, 2010
חסידות סלונים | |||
---|---|---|---|
ווארצלען | רבי מרדכי פון לעכוויטש • רבי נח פון לעכוויטש • רבי משה פון קאברין | ||
אדמו"רי סלאנים | רבי אברהם וויינבערג • רבי שמואל וויינבערג • רבי יששכר לייב וויינבערג • רבי אברהם וויינבערג • רבי שלמה דוד יהושע וויינבערג | ||
החסידות בארץ ישראל | רבי מרדכי חיים סלאנים • רבי אברהם וויינבערג • רבי שלום נח בערעזאווסקי • רבי שמואל בערעזאווסקי • רבי אברהם וויינבערג
| ||
ספרי החסידות | יסוד העבודה • באר אברהם • חסד לאברהם • דברי שמואל • בית אברהם • שיחות קודש • זכרון קדוש • בסוד קדושים • מאמר מרדכי • ברכת אברהם • נחל איתן • נתיבות שלום • דרכי נעם | ||
ישיבות | ישיבת תורת חסד • ישיבת אור תורה • ישיבת בית אברהם • ישיבת באר אברהם (סלאנים) |