אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יאקאב (ליד)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (פארראכטן לינק)
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(2 מיטלסטע ווערסיעס פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 38: שורה 38:
| שם = יאקאב
| שם = יאקאב
| תמונה = [[טעקע:יאקאב_המחודש.jpg|250px|שמאל]]
| תמונה = [[טעקע:יאקאב_המחודש.jpg|250px|שמאל]]
| מאת = [[אברהם פריד]], [[נרננה]]
| מאת = [[אברהם פריד]], נרננה
| ערשינען = 2 יאנואר 2021
| ערשינען = 2 יאנואר 2021
| לענג= 11:18
| לענג= 11:18
| כותב = [[יום-טוב עהרליך]]
| כותב = [[יום-טוב עהרליך]]
| מלחין = [[יוט-טוב עהרליך]]
| מלחין = [[יום-טוב עהרליך]]
}}
}}
דער ליד איז צוערשט געזונגען געווארן דורך ר' יום טוב ערליך ביים חתונה פון יאקאב, און שפעטער האט ער עס ארויף געלייגט אויף זיין רעקארד "[[תורה (אלבום)|תורה]]".
דער ליד איז צוערשט געזונגען געווארן דורך ר' יום טוב ערליך ביים חתונה פון יאקאב, און שפעטער האט ער עס ארויף געלייגט אויף זיין רעקארד "[[תורה (אלבום)|תורה]]".


נאך ר' יום טוב ערליך'ס פטירה איז דער ליד געווארן זייער פאפולער אין יאר תשנ"ב דורך [[אברהם פריד]], וואס האט עס געזונגען אויף זיין אלבום "[[אידישע אוצרות]]" אין אידיש, און אויף זיין אלבום "[[אוצרות יהודיים]]" אין א העברעאישע פרייע איבערזעצונג.
נאך ר' יום טוב ערליך'ס פטירה איז דער ליד געווארן זייער פאפולער אין יאר תשנ"ב דורך [[אברהם פריד]], וואס האט עס געזונגען אויף זיין אלבום "[[אידישע אוצרות]]" אין אידיש, און אויף זיין אלבום "אוצרות יהודיים" אין א העברעאישע פרייע איבערזעצונג.


נאך פיר און צוואנציג יאר איז עס ארויפגעלייגט געווארן אויף [[יוטוב]] דורך [[גל פז]], און ביז אדר ב' [[תשפ"ד]] איז עס שוין איבער 228,000 מאל געקוקט געווארן.
נאך פיר און צוואנציג יאר איז עס ארויפגעלייגט געווארן אויף [[יוטוב]] דורך [[גל פז]], און ביז אדר ב' [[תשפ"ד]] איז עס שוין איבער 228,000 מאל געקוקט געווארן.
שורה 52: שורה 52:
דער ליד איז אויך אויף [[ירמיה דאמען]]'ס אלבום "ערליכע ניגונים".
דער ליד איז אויך אויף [[ירמיה דאמען]]'ס אלבום "ערליכע ניגונים".


אין טבת [[ה'תשפ"א]] האט אברהם פריד פארעפנטליכט א פרישע אויפשפילונג אויף א קליפ, וואס איז פילמירט געווארן אין [[קאסטא ריקא]], וואו עס ווערט געשילדערט די געשיכטע מיט פארשידענע עפעקטן: ביי טייל שפילט פריד אליין יאקאב'ס ראלע, ביי טייל ווערן די סצענעס געמאלן דורך [[אהרן זאב בערנשטיין]], סיי אויף פאפיר און סיי אויף זאמד{{הערה|ישראל רוזן: [http://hm-news.co.il/119632/| אברהם פריד ו'נרננה' מחדשים את "יאקאב"] אויף המחדש וועבזייטל.}}. דער ליד זינגט פריד אין אידיש באגלייט דורך דער נרננה כאר, ווען אינעם הינטערגרונט שטייען די ווערטער פונעם איבערזעצונג אין עברית, אויך ווי דער באדייט איז נישט גענוי דער זעלבע. אין איין וואך איז דער קליפ געקוקט געווארן איבער 100 טויזנט מאל.
אין טבת [[ה'תשפ"א]] האט אברהם פריד פארעפנטליכט א פרישע אויפשפילונג אויף א קליפ, וואס איז פילמירט געווארן אין [[קאסטא ריקא]], וואו עס ווערט געשילדערט די געשיכטע מיט פארשידענע עפעקטן: ביי טייל שפילט פריד אליין יאקאב'ס ראלע, ביי טייל ווערן די סצענעס געמאלן דורך [[אהרן זאב בערנשטיין]], סיי אויף פאפיר און סיי אויף זאמד{{הערה|{{קישור כללי|שרייבער=ישראל רוזן|קעפל=אברהם פריד ו'נרננה' מחדשים את "יאקאב"|זייטל=המחדש|דאטום=יאנואר 2, 2021|אדרעס=https://hm-news.co.il/119632/}}}}. דער ליד זינגט פריד אין אידיש באגלייט דורך דער נרננה כאר, ווען אינעם הינטערגרונט שטייען די ווערטער פונעם איבערזעצונג אין עברית, אויך ווי דער באדייט איז נישט גענוי דער זעלבע. אין איין וואך איז דער קליפ געקוקט געווארן איבער 100 טויזנט מאל.


אויף פסח תשפ"א, אין ראמען פון א פראיעקט "שיר אחד" פון דער [[משפחה (מאגאזין)|משפחה מאגאזין]], האט אברהם פריד אויסגעקליבן דעם ליד אלס דער "שיר השירים" זיינס.
אויף פסח תשפ"א, אין ראמען פון א פראיעקט "שיר אחד" פון דער [[משפחה (מאגאזין)|משפחה מאגאזין]], האט אברהם פריד אויסגעקליבן דעם ליד אלס דער "שיר השירים" זיינס.


==דרויסנדע לינקס==
==דרויסנדיגע לינקס==
*{{יוטיוב|HHujcIG9Ov8|[[יום-טוב עהרליך]]|שם=יאקאב}}
*{{יוטיוב|HHujcIG9Ov8|[[יום-טוב עהרליך]]|שם=יאקאב}}
*{{יוטיוב|okrM5acIqQI|[[אברהם פריד]]|שם=יאקוב - יעקב|אורך כולל=9:59}}
*{{יוטיוב|okrM5acIqQI|[[אברהם פריד]]|שם=יאקוב - יעקב|אורך כולל=9:59}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:10, 8 יולי 2024

יעקב פאטאש

יאקאב איז א באלאדע אין אידיש, קאמפאזירט און געשריבן געווארן דורך ר' יום טוב ערליך. די באלאדע דערציילט די העלדישע געשיכטע פון א ישיבה בחור יעקב פאטאש, וואס געפינט זיך איינער אליין אין א פרעמד לאנד און איז זיך מוסר נפש פאר אידישקייט.

די געשיכטע אינעם ליד

דאס ליד הייבט זיך אן מיט'ן שילדערן דאס ארט וואו יאקאב וויילט, א קליין קאלכאז ביים אוזבעקיסטאנער גרעניץ, שילדערנדיג די שווערע נפשיות'דיגע לאגע פון יאקאב אלס עלנדער מלחמה איבערלעבער וואס פארמאגט גארנישט און ארבעט אין פעלד, און זיין בענקעניש צו זיין פארגאנגענהייט אלס ישיבה בחור און די בלעטער גמרא און ראשונים וואס ער האט געלערנט.

אין די צווייטע פאזע פון די געשיכטע טוט דער קאלכאז-הויפט פארשלאגן יאקאב'ן זיין טאכטער פאר א ווייב, און איז אים גרייט צו שענקען א גרויסע נדן. יאקאב זאגט דאס אפ צוליב דעם איסור צו הייראטן א גוי'טע, אבער דער קאלכאז-הויפט באשליסט אויסצופירן די הייראט מיט צוואנג. אין דער נאכט ווען די הייראט האט געזאלט פארקומען, נאכ'ן ווערן לכתחילה צוגעצויגן צום הויף דורך די מוזיק, אנטלויפט יאקאב מיט מסירות נפש פונעם קאלכאז, לויפנדיג אין דער פינסטער דורך די געפארפולע פעלזן און געדרייטע וועגן, צוליב זיין ערליכקייט און געטריישאפט צו תורה און מצוות. דאס ליד פירט אויס מיט א פראקלאמאציע פון מסירות נפש און הייסע אמונה:

נאר איין וועג עס האט די תורה און דאס איז דער וועג,
בעסער דא צעשמעטערט ווערן און פון תורה נישט אוועק,
נישט דא קיין זאך וואס קען אפשרעקן דעם ערליכן איד,
אז ער גייט נאר אין גאט'ס וועגן, גייט גאט מיט אים און ער היט.

די פולע געשיכטע

יאקאב (יעקב) פאטאש איז געבוירן געווארן אין ראדזימין נעבן ווארשע, איינס פון ניין געשוויסטער און נאך פיר יתומים וואס זיינע עלטערן האבן אדאפטירט. ביי די עלף און א האלב יאר איז ער געפארן צו דער ישיבה פון רבי אלחנן וואסערמאן אין באראנאוויטש, און נאך א תקופה איז ער אריבער קיין סטאלין וואו ער האט געלערנט אין דער ישיבה פון רבי משה פון סטאלין.

אין יאר תרצ"ט, ווען ער איז אלט געווען דרייצן יאר, האט אויסגעבראכן די צווייטע וועלט מלחמה און יאקאב איז אנטלאפן קיין ווילנע, וואו ער האט דארטן געלערנט אין א צייטווייליגע ישיבה וואס איז אויפגעשטעלט געווארן, און אין שפיץ דערפון איז געשטאנען רבי אהרן קאטלער. ווען די דייטשן זענען אריין קיין ווילנע איז יאקאב אריבער קיין רוסלאנד אינאיינעם מיט א גרופע בחורים, אבער דורכאויס'ן שווערצן דער גרעניץ האט ער פארלוירן מיט זיי קאנטאקט און זיך געטראפן אליין.

ער האט פארגעזעצט אין זיין וועג אן וויסן וואו אהין ער גייט, ביז ער האט באגעגנט אן אלטער מאן וואס האט אים פארצייכנט אויף א פאפיר א מאפע פון א וועג. יאקאב איז געגאנגען לויט דער מאפע ביז ער איז אנגעקומען צו א קאלכאז. זיין האר איז זיך דערווייל צעוואקסן, און אינאיינעם מיט זיין קאשקעט האט ער נישט אויסגעזען ווי א איד. ער האט באשלאסן צו פארהוילן זיין אידישע אידענטיטעט און בלייבן וואוינען אין דארף ביז נאכ'ן מלחמה. יאקאב האט זיך איינגעגלידערט אינעם ארבעטס קראפט פון דער קאלכאז, און באקומען א טראקטאר צו ארבעטן דערמיט אין פעלד. ער האט זיך נישט גע'חבר'ט מיט זיינע גוי'שע קאלעגעס, נאר זיך דערווייטערט פון זיי און געוויילט אליין און צו זיך געזונגען. אויך ביינאכט פלעגט ער שלאפן באזונדער, אין די פעלדער אינדרויסן.

ער פלעגט ציילן די טעג און האלטן חשבון אויף די שבתים און ימים טובים, ווי אויך האט ער זיכער געמאכט נישט צו עסן קיין טריפות. ווי יעדער אינעם קאלכאז, פלעגט ער יעדן טאג באקומען א קארטל מיט וואס ער האט געקענט גיין אפנעמען א פארציע עסן, אבער ער האט עס נישט געניצט וויבאלד עס איז געווען טריפות, נאר אוועקגעלייגט ביי זיך.

איין נאכט איז ער אריבערגערופן געווארן צום קאלכאז-הויפט, וואס האט פאר אים פארגעשלאגן זיין טאכטער פאר א שידוך, צוזאגנדיג דערביי א גרויסע נדן. יאקאב האט נישט מסכים געווען צום שידוך, און ער האט דערביי אנטפלעקט זיין אידישע אידענטיטעט. דער קאלכאז-הויפט האט אבער שוין געמאכט פלענער פאר א גרויסע סעודה צומארגנס, וואו מען וועט שליסן דעם שידוך, אפילו מיט געוואלד.

צומארגנס פארנאכטס איז יאקאב געזעצן אויפ'ן טראקטאר, ווען ער האט געהערט די מוזיק פון די סעודה, וואו מען פירט די באצירטע כלה. יאקאב איז געווארן אנגערייצט יא איינצוגיין אויפ'ן פארשלאג, און ער האט אנגעהויבן צו גיין צום זאל, קלערנדיג פון פלענער ווי אזוי צו נעמען דאס געלט און זיך שפעטער ארויסדרייען. שטייענדיג ביים טיר האט יאקאב'ן געכאפט א התעוררות, זיך דערמאנענדיג פונעם גמרא און פון זיין פארגאנגענהייט. ער האט געכאפט זיין געפעק און אנגעהויבן אנטלויפן פון דארט אריין אין וואלד, צווישן געפארפולע אפגרונדן.

יאקאב איז געשלאפן אין וואלד יענע נאכט, און צופרי איז אנגעקומען א קליינער העליקאפטער וואס פלעגט ברענגען עסן צום דארף איינמאל א חודש. יאקאב האט גענומען די עסן־קארטלעך וואס ער האט אנגעזאמלט נישט ווילנדיג עסן טריפות, און דערמיט אונטערגעשמירט דעם פילאט ער זאל אים אוועק פירן פון דארט. יאקאב איז אנגעקומען קיין סאמארקאנד אין בוכארא, וואו ער האט באגעגנט ר' יום טוב ערליך וואס האט אים אריינגענומען אין שטוב און זיך געזארגט פאר זיינע געברויכן.

נאך א תקופה זענען יאקאב און ר' יום טוב אריבער קיין פאריז, פראנקרייך, וואו יאקאב האט חתונה געהאט מיט א מלחמה איבערלעבערין וואס איז אריבער אוישוויץ. ר' יום טוב ערליך האט לכבוד דעם חתונה פארפאסט און געשריבן דעם ליד, און עס פארגעזונגען ביים חתונה.

די מעלאדיע פונעם ליד

דער ליד הייבט זיך אן אויפ'ן פריגיש שטייגער אויף א D, אין א חזנ'ישע רעציטאציע וואס ווערט געזונגען צוויי מאל. דער צווייטער פאל ("זיצט אויף דער טראקטאר"), וואס ווערט געזונגען צוויי מאל, גייט אריבער צו א הארמאנישע מינאר אויף א G, און ביים אנהייב פונעם דריטן פאל ("און קיינער אין דארף") גייט עס אוועק פונעם שטייגער אריבער צו דער מי שברך שטייגער, און שפעטער צוריק צום אריגינעלן שטייגער. דער פערטער פאל איז מער ריטמיש, און גייט אויך אראפ פונעם שטייגער עטליכע מאל. דערנאך גייט דער ליד אריבער פון א 3/4 צו א 4/4, צו א לוסטיגע ריטמישע פאל אויף א מאזשאר G ("שבת ביי די טיי הויז"). דערנאך קומט א פרישע דראמאטישע רעציטאציע אויף א פריגיש אויף G און מינאר אויף C ("יאקאב זיצט די קאפ געבויגן"). דערנאך גייען איבער אלע פעלער פונעם ליד (אויסער די ערשטע רעציטאציע) ביז די צווייטע רעציטאציע וואס שליסט דעם ליד.

אויפשפילונג

יאקאב
יאקאב המחודש.jpg
סינגל דורך אברהם פריד, נרננה
ערשינען 2 יאנואר 2021
לענג 11:18
געשריבן יום-טוב עהרליך
מעלאדיע יום-טוב עהרליך

דער ליד איז צוערשט געזונגען געווארן דורך ר' יום טוב ערליך ביים חתונה פון יאקאב, און שפעטער האט ער עס ארויף געלייגט אויף זיין רעקארד "תורה".

נאך ר' יום טוב ערליך'ס פטירה איז דער ליד געווארן זייער פאפולער אין יאר תשנ"ב דורך אברהם פריד, וואס האט עס געזונגען אויף זיין אלבום "אידישע אוצרות" אין אידיש, און אויף זיין אלבום "אוצרות יהודיים" אין א העברעאישע פרייע איבערזעצונג.

נאך פיר און צוואנציג יאר איז עס ארויפגעלייגט געווארן אויף יוטוב דורך גל פז, און ביז אדר ב' תשפ"ד איז עס שוין איבער 228,000 מאל געקוקט געווארן.

דער ליד איז אויך אויף ירמיה דאמען'ס אלבום "ערליכע ניגונים".

אין טבת ה'תשפ"א האט אברהם פריד פארעפנטליכט א פרישע אויפשפילונג אויף א קליפ, וואס איז פילמירט געווארן אין קאסטא ריקא, וואו עס ווערט געשילדערט די געשיכטע מיט פארשידענע עפעקטן: ביי טייל שפילט פריד אליין יאקאב'ס ראלע, ביי טייל ווערן די סצענעס געמאלן דורך אהרן זאב בערנשטיין, סיי אויף פאפיר און סיי אויף זאמד[1]. דער ליד זינגט פריד אין אידיש באגלייט דורך דער נרננה כאר, ווען אינעם הינטערגרונט שטייען די ווערטער פונעם איבערזעצונג אין עברית, אויך ווי דער באדייט איז נישט גענוי דער זעלבע. אין איין וואך איז דער קליפ געקוקט געווארן איבער 100 טויזנט מאל.

אויף פסח תשפ"א, אין ראמען פון א פראיעקט "שיר אחד" פון דער משפחה מאגאזין, האט אברהם פריד אויסגעקליבן דעם ליד אלס דער "שיר השירים" זיינס.

דרויסנדיגע לינקס

רעפרענצן

  1. ישראל רוזן, אברהם פריד ו'נרננה' מחדשים את "יאקאב", אויף המחדש, ‏יאנואר 2, 2021