אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי ישראל האגער (בני ברק)"
ק (החלפת טקסט – "[[משה טייטלבוים" ב־"[[רבי משה טייטלבוים") |
(←ביאגראפיע: צוגעלייגט מקור) |
||
(5 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 32: | שורה 32: | ||
== ביאגראפיע == | == ביאגראפיע == | ||
רבי ישראל איז געבוירן געווארן ו' אייר תש"ה אין [[תל אביב]] צו זיין פאטער [[רבי משה יהושע האגער]], וואס איז שפעטער געווארן וויזשניצער רבי, דער "ישועות משה", און צו זיין מוטער, מרת [[לאה אסתר האגער|לאה אסתר]] די טאכטער פון רבי חיים מנחם מענדל פאנעט פון [[דעעש (חסידות)|דעעש]]. ביי זיין ברית איז [[רבי ברוך ראבינאוויטש]] פון [[מונקאטש]] געווען דער [[מוהל]] און דער [[הוסיאטין|הוסיאטינער]] רבי, [[רבי ישראל פרידמאן (הוסיאטין)|רבי ישראל פרידמאן]], איז געווען דער [[סנדק]]. | רבי ישראל איז געבוירן געווארן ו' אייר תש"ה אין [[תל אביב]]{{הערה|{{צ-זשורנאל|שלמה ניימאן|אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס|קינדער שריפט|235|61|שנת הוצאה=סוכות תשפ"ד}}}} צו זיין פאטער [[רבי משה יהושע האגער]], וואס איז שפעטער געווארן וויזשניצער רבי, דער "ישועות משה", און צו זיין מוטער, מרת [[לאה אסתר האגער|לאה אסתר]] די טאכטער פון רבי חיים מנחם מענדל פאנעט פון [[דעעש (חסידות)|דעעש]]. ביי זיין ברית איז [[רבי ברוך ראבינאוויטש]] פון [[מונקאטש]] געווען דער [[מוהל]] און דער [[הוסיאטין|הוסיאטינער]] רבי, [[רבי ישראל פרידמאן (הוסיאטין)|רבי ישראל פרידמאן]], איז געווען דער [[סנדק]]. | ||
[[י' סיון]] [[ה'תשכ"ג]] האט ער געהייראט מרת שרה חנה חיה, די טאכטער פונעם [[טשערנאבילער גזע|טשערנאבילער]] רבי'ן, [[רבי משולם זוסיא טווערסקי]]. די חתונה איז געפראוועט געווארן אין [[קרית וויזשניץ]], [[בני ברק]]. | [[י' סיון]] [[ה'תשכ"ג]] האט ער געהייראט מרת שרה חנה חיה, די טאכטער פונעם [[טשערנאבילער גזע|טשערנאבילער]] רבי'ן, [[רבי משולם זוסיא טווערסקי]]. די חתונה איז געפראוועט געווארן אין [[קרית וויזשניץ]], [[בני ברק]]. | ||
שורה 38: | שורה 38: | ||
ער האט באקומען [[היתר הוראה]] (ערלויבעניש צו פסק'נען) פון הרב [[אברהם משה באב"ד]], הרב [[יהושע מענדל עהרנבערג]] אב"ד תל אביב, הרב [[משה אריה פריינד]], גאב"ד פון דער [[עדה החרדית]] אין [[ירושלים]] און הרב [[אברהם צבי ווייס]], דער ערשטער רב פון [[נווה אחיעזר]]. | ער האט באקומען [[היתר הוראה]] (ערלויבעניש צו פסק'נען) פון הרב [[אברהם משה באב"ד]], הרב [[יהושע מענדל עהרנבערג]] אב"ד תל אביב, הרב [[משה אריה פריינד]], גאב"ד פון דער [[עדה החרדית]] אין [[ירושלים]] און הרב [[אברהם צבי ווייס]], דער ערשטער רב פון [[נווה אחיעזר]]. | ||
ער איז געווען זייער באליבט ביי זיין זיידן [[רבי חיים מאיר | ער איז געווען זייער באליבט ביי זיין זיידן [[רבי חיים מאיר האגער]] דער "אמרי חיים"; דער זיידע האט אים באקרוינט רב אין וויזשניצער בית מדרש אין בני ברק נאך זיין חתונה. נאך דער פטירה פונעם זיידן אין יאר תשל"ב איז ער געווארן רב אין [[קרית וויזשניץ]], בני ברק, ממלא מקום פון זיין פאטער וואס האט איבערגענומען די וויזשניצער רביסטעווע. | ||
אפטמאל, איז דער רבי מעורר דעם עולם וועגן פרצות הזמן און דערמונטערט זיינע חסידים זיך נישט נאכלאזן פון אלע תאוות וואס די דרויסנדיגע וועלט האט, און געלעגנטליך ערווענט ער אין זיינע דברי תורה אז מ'זאל נישט דורכברעכן די מויערן פון קדושה און חליחה מ'זאל נישט ענדערן אפילו א טראפ פון די מנהגים וואס זענען געווען איינגעפירט נאך אין דעם אלטן היים. | אפטמאל, איז דער רבי מעורר דעם עולם וועגן פרצות הזמן און דערמונטערט זיינע חסידים זיך נישט נאכלאזן פון אלע תאוות וואס די דרויסנדיגע וועלט האט, און געלעגנטליך ערווענט ער אין זיינע דברי תורה אז מ'זאל נישט דורכברעכן די מויערן פון קדושה און חליחה מ'זאל נישט ענדערן אפילו א טראפ פון די מנהגים וואס זענען געווען איינגעפירט נאך אין דעם אלטן היים. | ||
שורה 58: | שורה 58: | ||
[[כ' אדר א]] [[ה'תשע"ב]] נאך דער פטירה פון רבי משה יהושע האבן די מערהייט פון די וויזשניצער חסידים מקבל געווען אויף זיך די הנהגה און אנגענומען רבי ישראל אלס זייער רבי, צו ממשיך זיין די גאלדענע קייט. ער פירט ווארעמע דערהויבענע טישן פאר טויזנטער חסידים, און איז מקבל הונדערטער אידן פאר עצה און ברכה. די זקני החסידים זענען מעיד אז מיט זיין הנהגה דערמאנען זיי זיך דעם זיידן דעם "אמרי חיים". | [[כ' אדר א]] [[ה'תשע"ב]] נאך דער פטירה פון רבי משה יהושע האבן די מערהייט פון די וויזשניצער חסידים מקבל געווען אויף זיך די הנהגה און אנגענומען רבי ישראל אלס זייער רבי, צו ממשיך זיין די גאלדענע קייט. ער פירט ווארעמע דערהויבענע טישן פאר טויזנטער חסידים, און איז מקבל הונדערטער אידן פאר עצה און ברכה. די זקני החסידים זענען מעיד אז מיט זיין הנהגה דערמאנען זיי זיך דעם זיידן דעם "אמרי חיים". | ||
זיין עלטסטער זון הרב [[חיים מאיר האגער (רבי ישראל'ס)|חיים מאיר האגער]] איז דער רב פון די וויזשניצער חסידים אין [[בארא פארק]], [[ניו יארק]].<ref>[http://www.tog.co.il/he/TorahNew.aspx?id=3570 Tog כ"ו סיון תש"ע]</ref> | זיין עלטסטער זון הרב [[רבי חיים מאיר האגער (רבי ישראל'ס)|חיים מאיר האגער]] איז דער רב פון די וויזשניצער חסידים אין [[בארא פארק]], [[ניו יארק]].<ref>[http://www.tog.co.il/he/TorahNew.aspx?id=3570 Tog כ"ו סיון תש"ע]</ref> | ||
== רביסטעווע == | == רביסטעווע == | ||
שורה 67: | שורה 67: | ||
== משפחה == | == משפחה == | ||
רבי ישראל האט געהייראט מרת שרה חנה חיה טווערסקי. טאכטער פונעם טשערנאבילער רבין. זייערע קינדער: | רבי ישראל האט געהייראט מרת שרה חנה חיה טווערסקי. טאכטער פונעם טשערנאבילער רבין. זייערע קינדער: | ||
* מרת מלכה העניא, די ווייב פון איר שוועסטער־קינד הרב יצחק טווערסקי, זון פון [[רבי דוד טווערסקי]], [[סקווירא (חסידות)| | * מרת מלכה העניא, די ווייב פון איר שוועסטער־קינד הרב יצחק טווערסקי, זון פון [[רבי דוד טווערסקי (שיכון סקווירא)|רבי דוד טווערסקי]], [[סקווירא (חסידות)|סקווירער]] רבי. | ||
* מרת מרים, די ווייב פון [[רבי ברוך שמשון האגער]], [[וויזשניץ מאנסי (חסידות)|מאנסי וויזשניצער]] רבי אין ארץ ישראל, זון פון הרה"ק [[רבי מרדכי האגער]]. | * מרת מרים, די ווייב פון [[רבי ברוך שמשון האגער]], [[וויזשניץ מאנסי (חסידות)|מאנסי וויזשניצער]] רבי אין ארץ ישראל, זון פון הרה"ק [[רבי מרדכי האגער]]. | ||
* מרת רעכיל דבורה, שול-לייטער (דירעקטארין) פון דער וויזשניצער [[מיטלשול|הויכשולע]] אין [[אשדוד]], ווייב פון הרב [[חיים הערש מייזליש|חיים צבי]] - ראש ישיבה פון דער [[סאטמאר (חסידות)|סאטמארער]] ישיבה אין בני ברק, זון פון רבי דוב בעריש מייזליש, רב פון סאטמארער קהילה אין [[בארא פארק]], און איידעם פונעם פריערדיגן סאטמארער רבי'ן הרה"ק בעל [[רבי משה טייטלבוים|ברך משה]]. | * מרת רעכיל דבורה, שול-לייטער (דירעקטארין) פון דער וויזשניצער [[מיטלשול|הויכשולע]] אין [[אשדוד]], ווייב פון הרב [[חיים הערש מייזליש|חיים צבי]] - ראש ישיבה פון דער [[סאטמאר (חסידות)|סאטמארער]] ישיבה אין בני ברק, זון פון רבי דוב בעריש מייזליש, רב פון סאטמארער קהילה אין [[בארא פארק]], און איידעם פונעם פריערדיגן סאטמארער רבי'ן הרה"ק בעל [[רבי משה טייטלבוים|ברך משה]]. | ||
* הרב [[חיים מאיר האגער (רבי ישרא'לס)|חיים מאיר]] - רב פון די וויזשניצער חסידים אין [[ניו יארק]] – ער האט געהייראט מרת רייצא הענדל, טאכטער פון [[רבי אהרן טייטלבוים (נירבאטור)|אהרן טייטלבוים]], אב"ד נירבאטור. | * הרב [[רבי חיים מאיר האגער (רבי ישרא'לס)|חיים מאיר]] - רב פון די וויזשניצער חסידים אין [[ניו יארק]] – ער האט געהייראט מרת רייצא הענדל, טאכטער פון [[רבי אהרן טייטלבוים (נירבאטור)|אהרן טייטלבוים]], אב"ד נירבאטור. | ||
* רבי יצחק ישעיה, האט געהייראט מרת שרה לאה, טאכטער פון רבי דוב בעריש פאנעט פון [[דעעש (חסידות)|דעעש]]–ירושלים. | * רבי יצחק ישעיה, האט געהייראט מרת שרה לאה, טאכטער פון רבי דוב בעריש פאנעט פון [[דעעש (חסידות)|דעעש]]–ירושלים. | ||
* מרת ציפורה ברכה, די ווייב פון הרב נפתלי צבי זון פון הרב נחום אפרים טייטלבוים, [[ | * מרת ציפורה ברכה, די ווייב פון הרב נפתלי צבי זון פון הרב נחום אפרים טייטלבוים, [[סיגוט (חסידות)#סיגוטער צווייג|וואלאווער]] רבי. | ||
* [[רבי יעקב מרדכי האגער|יעקב מרדכי]], האט געהייראט מרת שבע רחל, טאכטער פון רבי אברהם ברוך ראטנבערג, [[קאסאן (חסידות)|קאסאנער]] רבי פון [[לייקוואד]] | * [[רבי יעקב מרדכי האגער|יעקב מרדכי]], האט געהייראט מרת שבע רחל, טאכטער פון רבי אברהם ברוך ראטנבערג, [[קאסאן (חסידות)|קאסאנער]] רבי פון [[לייקוואד]] | ||
* מרת יפה שיינדל, די ווייב פון הרב מנחם מענדיל זון פון הרב ישראל אליעזר האגער, רב פונעם [[סערעט וויזשניץ (חסידות)|סערעט-וויזשניצער]] [[בית מדרש]] אין [[ירושלים]]. | * מרת יפה שיינדל, די ווייב פון הרב מנחם מענדיל זון פון הרב ישראל אליעזר האגער, רב פונעם [[סערעט וויזשניץ (חסידות)|סערעט-וויזשניצער]] [[בית מדרש]] אין [[ירושלים]]. | ||
שורה 89: | שורה 89: | ||
[[he:הרב ישראל הגר]] | [[he:הרב ישראל הגר]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] | [[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 20:09, 30 יולי 2024
געבורט |
ו' אייר תש"ה תל אביב | ||||
---|---|---|---|---|---|
טעטיגקייט אָרט | קרית וויזשניץ, בני ברק | ||||
דינאסטיע | וויזשניץ | ||||
קינדער |
מלכה העניא טווערסקי מרים האגער רעכיל דבורה מייזליש חיים מאיר האגער יצחק ישעיה האגער ציפורה ברכה טייטלבוים יעקב מרדכי האגער יפה שיינדל האגער. | ||||
|
רבי ישראל האגער (געב' ו' אייר תש"ה) איז דער וויזשניצער רבי פון בני ברק. ער איז דער עלטערער זון פון רבי משה יהושע האגער, דער "ישועות משה" דער וויזשניצער רבי פון בני ברק.
ביאגראפיע
רבי ישראל איז געבוירן געווארן ו' אייר תש"ה אין תל אביב[1] צו זיין פאטער רבי משה יהושע האגער, וואס איז שפעטער געווארן וויזשניצער רבי, דער "ישועות משה", און צו זיין מוטער, מרת לאה אסתר די טאכטער פון רבי חיים מנחם מענדל פאנעט פון דעעש. ביי זיין ברית איז רבי ברוך ראבינאוויטש פון מונקאטש געווען דער מוהל און דער הוסיאטינער רבי, רבי ישראל פרידמאן, איז געווען דער סנדק.
י' סיון ה'תשכ"ג האט ער געהייראט מרת שרה חנה חיה, די טאכטער פונעם טשערנאבילער רבי'ן, רבי משולם זוסיא טווערסקי. די חתונה איז געפראוועט געווארן אין קרית וויזשניץ, בני ברק.
ער האט באקומען היתר הוראה (ערלויבעניש צו פסק'נען) פון הרב אברהם משה באב"ד, הרב יהושע מענדל עהרנבערג אב"ד תל אביב, הרב משה אריה פריינד, גאב"ד פון דער עדה החרדית אין ירושלים און הרב אברהם צבי ווייס, דער ערשטער רב פון נווה אחיעזר.
ער איז געווען זייער באליבט ביי זיין זיידן רבי חיים מאיר האגער דער "אמרי חיים"; דער זיידע האט אים באקרוינט רב אין וויזשניצער בית מדרש אין בני ברק נאך זיין חתונה. נאך דער פטירה פונעם זיידן אין יאר תשל"ב איז ער געווארן רב אין קרית וויזשניץ, בני ברק, ממלא מקום פון זיין פאטער וואס האט איבערגענומען די וויזשניצער רביסטעווע.
אפטמאל, איז דער רבי מעורר דעם עולם וועגן פרצות הזמן און דערמונטערט זיינע חסידים זיך נישט נאכלאזן פון אלע תאוות וואס די דרויסנדיגע וועלט האט, און געלעגנטליך ערווענט ער אין זיינע דברי תורה אז מ'זאל נישט דורכברעכן די מויערן פון קדושה און חליחה מ'זאל נישט ענדערן אפילו א טראפ פון די מנהגים וואס זענען געווען איינגעפירט נאך אין דעם אלטן היים.
גלות
אין יאר ה'תשמ"ד איז ער געווארן פארטריבן דורך זיין טאטן אויף אכצן יאר, צוליב פארשידענע סיבות. מען האט געזאגט אז די הויפט אורזאך איז ווייל ער האט אנגעהויבן צו בארגן גרויסע געלטער פון עשירים און דער טאטע האט זיך זייער באנג געטאן אז זיין זון בארגט אן קיין חשבון האט ער אים אוועקגעטריבן פון שטוב און פון זיין אויסגאבע אלס א רב פון דער קרי', אבער רוב עולם האט געטראכט אנדערעש (בפרט אז יעדער ווייסט אז דאס געלט וואס ער האט געבארגט איז אלץ געגאנגען פאר די צוועקן פון צדקה וחסד), די ריכטיגע סיבה ווייסט קיינער נישט. לויט די מיינונג און שפעקולאציעס פון א סאך מענטשן האט רבי ישראל זיך פשוט נישט געקנענט אויסקומען מיט זיין מאמע צוליב פארשידענע סיבות (טייל זאגן אז ר' ישראל'ס רעבעצין האט אויך נישט געקנענט טרעפן א שפראך מיט איר שוויגער און וועגן דעם האט מען איהם געצווינגט זיך אוועקצוציעהן פון דעם שיכון.
מוצ"ש אור לז' אדר ה'תש"ס צוריקקומענדיג קיין בני ברק פונעם פארשפיל פאר די קינדער פון די תולדות אהרן און טאהשער רביס, איז א יונגער שאפער הינטער אים אריינגעפארן אין זיין אויטא. ער איז שטארק פארוואונדעט געווארן און האט צעבראכן דריי ריפן. ווען ער איז געליגן אין דער אינטענסיווער אכטונג אין דעם הדסה עין כרם שפיטאל איז זיין פאטער איהם געקומען באזוכן.
במשך זיין גלות-יארן האט ער קיינמאל נישט געלאזט פאלן א ווארט קעגען זיין טאטן אדער מאמען, נאר להפך, ער האט שטענדיק נאר גערעדט מיט גרויס יראה אין כבוד פון זיין טאטן, און געזאגט בענוותנותו אז ער איז אנגעקומען צו דעם מצב וועגן זיינע אייגענע זינד, במשך די אלע יארן האט ער ארויסגעוויזן א גאר אומגעווענליכע אמונה און בטחון אין גאט, אז ער וועט זיכער זוכה זיין צוריק צוקומען צו זיין טאטן.
אין תשרי תשס"ב האט איהם דער טאטע צוריק גענומען, און מעיד געווען אויף איהם עטליכע מעל אז ער (רבי ישראל) איז אומשולדיג.
זיינע מדות
ער איז געווען באוואוסט אלע יארן פאר א גרויסער עובד ה', גאון בתורה, ערליכער איד, און גאר א ספעציעלער בעל מידות טובות.
די לעצטע יארן פונעם טאטן
די לעצטע יארן איז ער געשטאנען לימין אביו הק', צו פירן די עדה הקדושה. אין ה'תשס"ד ווען זיין פאטער איז ליידער קראנק געווארן און צוביסלעך דער מצב האט זיך שטארק פארערגערט, רבי ישראל האט למעשה איבערגענומען די הנהגה. ער פלעגט פירן באטעס פרייטאג צונאכט, און זייער אפט פלעגט ער אויכט אונטערשרייבן בריוון און הסכמות אנשטאט זיין פאטער. ער פלעגט פארטרעטן זיין טאטן און איבערגעבן זיין ברכה ביי אלע מעמדים אין כינוסים פון יהדות החרדית אין ארץ ישראל און אויסלאנד. כ' אדר א ה'תשע"ב נאך דער פטירה פון רבי משה יהושע האבן די מערהייט פון די וויזשניצער חסידים מקבל געווען אויף זיך די הנהגה און אנגענומען רבי ישראל אלס זייער רבי, צו ממשיך זיין די גאלדענע קייט. ער פירט ווארעמע דערהויבענע טישן פאר טויזנטער חסידים, און איז מקבל הונדערטער אידן פאר עצה און ברכה. די זקני החסידים זענען מעיד אז מיט זיין הנהגה דערמאנען זיי זיך דעם זיידן דעם "אמרי חיים".
זיין עלטסטער זון הרב חיים מאיר האגער איז דער רב פון די וויזשניצער חסידים אין בארא פארק, ניו יארק.[2]
רביסטעווע
נאך זיין פאטערס פטירה אין אדר תשע"ב האט מען אים באקרוינט וויזשניצער רבי.
אלץ רבי איז ער פון די גרויסע מנהיגים פון אגודת ישראל.
משפחה
רבי ישראל האט געהייראט מרת שרה חנה חיה טווערסקי. טאכטער פונעם טשערנאבילער רבין. זייערע קינדער:
- מרת מלכה העניא, די ווייב פון איר שוועסטער־קינד הרב יצחק טווערסקי, זון פון רבי דוד טווערסקי, סקווירער רבי.
- מרת מרים, די ווייב פון רבי ברוך שמשון האגער, מאנסי וויזשניצער רבי אין ארץ ישראל, זון פון הרה"ק רבי מרדכי האגער.
- מרת רעכיל דבורה, שול-לייטער (דירעקטארין) פון דער וויזשניצער הויכשולע אין אשדוד, ווייב פון הרב חיים צבי - ראש ישיבה פון דער סאטמארער ישיבה אין בני ברק, זון פון רבי דוב בעריש מייזליש, רב פון סאטמארער קהילה אין בארא פארק, און איידעם פונעם פריערדיגן סאטמארער רבי'ן הרה"ק בעל ברך משה.
- הרב חיים מאיר - רב פון די וויזשניצער חסידים אין ניו יארק – ער האט געהייראט מרת רייצא הענדל, טאכטער פון אהרן טייטלבוים, אב"ד נירבאטור.
- רבי יצחק ישעיה, האט געהייראט מרת שרה לאה, טאכטער פון רבי דוב בעריש פאנעט פון דעעש–ירושלים.
- מרת ציפורה ברכה, די ווייב פון הרב נפתלי צבי זון פון הרב נחום אפרים טייטלבוים, וואלאווער רבי.
- יעקב מרדכי, האט געהייראט מרת שבע רחל, טאכטער פון רבי אברהם ברוך ראטנבערג, קאסאנער רבי פון לייקוואד
- מרת יפה שיינדל, די ווייב פון הרב מנחם מענדיל זון פון הרב ישראל אליעזר האגער, רב פונעם סערעט-וויזשניצער בית מדרש אין ירושלים.
רעפערענצן
- ↑ שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 61
- ↑ Tog כ"ו סיון תש"ע
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!